דעת תורה האט געשריבן:פון א מענערישן שטאנדפונקט איין הערה'לע נאר(בהנחה אז רוב שרייבער דא זענען מענער) וועמען ארט אז די חבר'ס ווייב - אדער אפילו די אייגענע ווייב אין גאס - גייט אנגעטון יאנטשי און צניעות'דיג? איז דען נישט געשמאקער פאר א מאן צו וואקן אויפן גאס רואיגער אן קיין דיסטרעקשאנס, בפרט אויב מען קען נאך צוקומען צו הסתכלות און הרהורים לוינט זיך זיכער אז די פרויען זאלן גיין בצניעות.
אינדערהיים זאל זיך די פרוי אויסקליידן - אדער אנטבלויזן - כפי אוות נפשו הטהורה, אבער אין די גאס? עס איז אפילו מער, אין א קאמיוניטי וואס איז מער צניעות'דיג און צוריקגעהאלטן, די מענער האבן נישט קיין שייכות מיט פרעמדע פרויען, וועט א גוד לוקינג פרוי גארנישט פארדינען פון פרעמדע מענער, נאר ******* אביוז, מענער וועלן זיך ממלא זיין זייערע תאוות אויף די פרוי'ס חשבון, עטליעסט א מעין פון ******* אביוז איז עס.
זאגסט עפעס,
אבער לאמיר דיר פרעגען, איז דען דאס גאנצע לעבען ארים דער "מאן'ס תאוות"??? די ווייב'ס געפילען זענען זערא? זאלסט וויסען ר' דעת תורה אז יעדער פרוי וואס איז ציזאמענגעשטעלט פין בליט אין פלייש האט ליב, סתם אזוי ליב, אן קיין **** אריינגעמישט, זי האט זייער ליב צי גיין אנגעטין שיין, איז פארוואס ווייל זי איז א אידישע טאכטער מיז מען איר דאס צינעמען?
שנית, ווער זאגט אז "שיין" מיינט "פריצות'דיג"? פון גיין שיין אנגעטיען צי גיין אנגעטין ווי א זונה איז דא א שטיקעל וועג צי גיין
די חורבן הייבט זיך אן ווען דאס וואס מען מעג יא, דאס נעמט מען אויך צי, מילא ווען דער "בשר ודם"דיגער נאטאר וועקט זיך אויף שפרינגט עס שוין צי ווייט,
לדוגמא: עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שים פראבלעם צי גיין שפארצירען זייט ביי זייט מיט די ווייב, אוסיגעהאלטען לכל הדיעות, קימען די סקווירא צדיקים, און לערנען אויס די יוגנעלייט אז דאס ווייבעל ברויך צי גיין אפגעריקט א מייל ווייט, ני, דאס ווייבעל האט דאס פיינט דער מאן האט דאס פיינט, ווען ער אדער זי אדער ביידע וועלען נעמען די גאטטס צי גיין זייט ביי זייט, וועלעןזיי פילען אז זיי האבען געבראכען די הלכות, די גדרים, מילא גייען זיי שוין אלעס ברעכען, מה לי קטלה כולה ומה לי קטלה פלגא, איינמאל א מענטש שפירט אז ציליב זיינע "תאוות" מיז ער טיען "נישט אנגענימענע זאכען" ברבים, פילט ער שוין ווי א גאנצע "שייגעץ" אין ער גייט טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נשיט אויסגעהאלטען על פי תורה.
אדער נעם די ביישפיל פון מקיים זיין די מצוה, מען לערנט אויס, אין להוי ידיעה אז אין זייער אסאך פלעצער איז דאס נאך אזוי עד היום הזה, אז מען מיז מקיים זיין די מצוה נאר נאך חצות ביינאכט, נאר אין די טינקל, נאר א טפח, און מען טאר נישט האבען קיין שום סעקסואלישע קאנטאקט אין לויף פון די טאג, וועגען קושי השיעבוד, וד"ל
וואס געשעט ווען א יונגערמאן גלייך נאך די חתונה קען נישט נאכטאנצען די משוגעתן? אויב לויפט זיין מזל נישט גיט און זיין ווייב איז געלערנט געווארען אז דאס איז תורת משה, וועט זי עם אפגעטען ווייל ער איז "א שייגעץ" רח"ל, אבער אויב שפילט זי יא מיט מיט עם, פילען זיי ביידע ווי זיי זענען גרויסע בעלי עבירה, און זיי טיען נאך זאכען וואס דאס איז שוין טאקע נישט אויסגעהאלטען על פי תורה.
און אט דאס איז די חורבן, דאס איז דער שעכט מעסער פון די היינטיגע דור, מען האט גענימען דערהויבענע חומרות וואס צדיקים בעלי מדרגה האבען קוים געקענט האלטען, און דאס אויסגעטיילט פאר די המון עם אלץ תורת משה!
איך גיי אייך געגעבן נאך א משל, עס איז דא צווישען אינז א זינגער, א גרויסער סטאר, וואס אסאך גדולים האבען עם מחרים געווען ווייל ער איז נישט אקעי מיט זיין דרך, א נייע אויפגעריסענע מהלך וואס מען האט נישט געזען ביז יעצט,
דער זינגער, זיין טאטע איז גאר א פרימער, מיט אלע שמונה מלבושים, אבער זיין טאטע'ס טאטע איז געגאנגען אנע בארד בכלל, פארען קריג, דער טאטע האט נאכען קריג זיך אנגעטשעפעט אין א חסידות, דארט האט מען עם מגייר געווען, אבער דער זין זיינער איז נישט געווען גרייט אויף די שרעקליכער צימצום, און וואס האט פאסירט? מיר האבען א בארדוועי!
יוד יוד גיי אנע בארד, אזוי ווי די זיידע, אבער היט שבת, עס כשר'ס, אפילו אנע בארד, בארד איז נישט די תורה, די תורה האט תרי"ג מצוות, און אויב שניידסטי די בארד ווייל די האסט עס נישט ליב, ביסטי נאך נישט קיין גוי! ווייל א ריזיגער חלק כלל ישראל וואס גייען היינט לאנגע בערד, זענען זייערע זיידעס געווען מגולחים, און די באבעס "נישט".... וד"ל
ווערטס מיר נישט פרימער, וועלען מיר נישט ווערען פרייער, לערנט אויס וואס איז דאס באמת יודישקייט און לערען נישט אויס אז איסלאם איז יוידישקייט