בלאט 4 פון 5
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 pm
דורך קרעקער
ער האט געשריבען ביים עירוב אז די רעביצין האט געפרעגט די רבי היות ר' יונתן שטייף האט געהאלטען א דרשה אז מטאר נישט טראגען אפילו תחשיטים צו זו מעג? אין דע רבי האט איר געזאגט ניין
אלע גבאים פין רבין האבען עם באפאלען אז סאיז פאלנע שקר אין ער האט געמיזט צוריק ציען
אויך אז דע רבי האט געהאלטען אז בעדפארד איז א רשית הרבים איז זיין געבעקס ווען סאיז דא אזויפיל סתירות קעגען דעם, 1 געלאזט מאכען עירוב סוכות, 2 מהאט געברענגט דעם רבין דורך א עירוב פין בעריקעידס, 3 פאיער רב ע"ה זאגט אף א טעיפ בשם רבינו אז בעדפארד איז נישט קיין רשית רבים ווייל סגייט קרום ווי א שלשלת נישט גראד, ועוד ועוד
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:10 pm
דורך דבילה
דולה ומשקה האט געשריבן:פרשת בארא פארק עירוב יוכיח.
עיין המשך מאמריו בעיתון די צייטונג באותו פרק.
בשעתו איז געווען א סעריע ארטיקלען וואס איז געלאפן פונעם ועד העירוב אויסדרוקלעך קעגן י"מ סופר'ס ארטיקלעך בנוגע דעם עירוב מיט'ן נאמען "ולא ימ"ס לבב אחיו כלבבו".
'ך געדענק נישט די פרטים, 'ך בין קוים געווען א בחור דעמאלט, אבער 'ך געדענק אז די עולם האט זיך דערמיט באסמאקעוועט. אפשר איינער פון די עלטערע דור דא ווייסט וואס 'ך וויל?
מנשה דער היפאקריט!
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 4:36 pm
דורך יואליש
מנשה היפאקריט פילאף (י.מ. סופר) אין זיין וועכענטליכער קאלום אין "די צייטונג" האקט געפערליך אויף ניצן ענגליש אפי' אויף אויפצוטוהן! אידישקייט מיט די אידישע שפראך, שרייט די קעפעל. פארשטייט זיך אז מנשה האט זיך געהאלטן שטיל די לעצטע דריי וואכן פארן כינוס, שלא כדרכו, אלעס ווייל האקן קעגן די כינוס וואלט געהאלפן ר' אהרן ט"ב. און דאס וויכטיגסטע זאך איז צו דערטרענקן ר' אהרן, ממילא האט ער כובש געווען דעם דבר ה' ביז דער שטורם איז פארביי, כדי נישט צו מאכן חלילה קאפ וויי פאר ר' זלמן לייב מיטן כינוס. והנה, יעצט ליארמערט ער ווי ירמיה הנביא נאכן חורבן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
הרב י.מ. סופר המכונה מנשה פיליפ איז א איד א תלמיד חכם און א אינטעליגענטער מענטש. נאר מען קען איהם נישט טוראסטן אפי' מיט איין ווארט. ער האלט דעם עולם (גולם( פאר בהמות. לדוגמא אין די פרשה פון עירוב )אין בארא פארק) זאגט ער אז ער האט זיך געדרייט ביים רבי'ן זי"ע . און ער האט קיינמאיל נ ישט געהערט אז דער רבי זי"ע זאל זאגון אז דער עירוב (אין בארא פארק( איז גוט. איז א ראי' אז מען טאר נ ישט מאכון אן עירוב. ווען מען האט איהם געפרעגט וואס ער זאגט צו דעם (פאקט( אז דער מוסד הרב קוק געט ארויס אזעלכע שיינע ספרים מיט חידושים על התורה. האט ער געענטפערט אז "בעיקבתא דמשיחא" וועט א אמת'ער ערליכער איד נישט קענען לערנען תןרה. נאר וועמען די סיטרא אחרא העלפט צו: עכ"ל. מיר היאבן נאך א סאך מאמרים פון דעם היפאקריט און נאר ס'איז גענוג פאר יעצט.
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 2:12 pm
דורך טעפל
גדעון האט געשריבן:וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען איר געט אין א שיינעם טאג א קוועטש אויפן קאווע שטיבל בוקמארק, און איר זעהט ווי ביים סאמע שפיץ-פראמינענט געפינט זיך א אשכול מיט אייער נאמען דערויף, ווי מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אייער עיזש, אייערע ארטיקלען, וויפיל איר קענט לערנען, אלע אייערע ניקס אא"וו.
כלפי מה דברים אמורים, עס געפינט זיך דא אינעם שטיבל א אשכול איהער א געוויסע דומ"ץ, וואס אפגעזעהן צו איר זענט איינשטימיג איבער זיינע מיינונגען און באשרייבונגען, נישט קיין נפק"מ צו איר געהערט צו זיין קרייז אדער זענט א ארכי שונא פון זיין אנגעהערשאפט, איז ער א מענטש, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך וואס פארדינט נישט צו ווערן אויסגעפראקט ברבים איבער זיין פריוואטע לעבן,
ווילסט דעבאטירן זיינע ארטיקלען-פיין! דאס איז רשות הרבים. ווילסט עפענען א אשכול מיט די טיטל איבער זיינע מאמרים-גוט! אבער אריינקריכן אין די קישקעס איז לדעתי נישט אידישלאך, און אויסגעהאלטן ע"פ תורה, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
אנשטאט איהם אנפראקען אינמיטען שטאט פארן גאנצען ציבור פראקט מען איהם אהן נאר דא אין שטיבל!
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 4:07 pm
דורך ניו יארק
גדעון האט געשריבן:וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען איר געט אין א שיינעם טאג א קוועטש אויפן קאווע שטיבל בוקמארק, און איר זעהט ווי ביים סאמע שפיץ-פראמינענט געפינט זיך א אשכול מיט אייער נאמען דערויף, ווי מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אייער עיזש, אייערע ארטיקלען, וויפיל איר קענט לערנען, אלע אייערע ניקס אא"וו.
כלפי מה דברים אמורים, עס געפינט זיך דא אינעם שטיבל א אשכול איהער א געוויסע דומ"ץ, וואס אפגעזעהן צו איר זענט איינשטימיג איבער זיינע מיינונגען און באשרייבונגען, נישט קיין נפק"מ צו איר געהערט צו זיין קרייז אדער זענט א ארכי שונא פון זיין אנגעהערשאפט, איז ער א מענטש, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך וואס פארדינט נישט צו ווערן אויסגעפראקט ברבים איבער זיין פריוואטע לעבן,
ווילסט דעבאטירן זיינע ארטיקלען-פיין! דאס איז רשות הרבים. ווילסט עפענען א אשכול מיט די טיטל איבער זיינע מאמרים-גוט! אבער אריינקריכן אין די קישקעס איז לדעתי נישט אידישלאך, און אויסגעהאלטן ע"פ תורה, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
איך וואלט מיר ווען זייער געפריידט! די האסט נאך קיינמאל נישט געוואלט וויסען וואס דיין חבר אין ביהמ"ד רעדט אויף דיר אונטער דיין רוקען?
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:58 pm
דורך קליינע רעבעלע
נוי יארק האט געשריבן:איך וואלט מיר ווען זייער געפריידט! די האסט נאך קיינמאל נישט געוואלט וויסען וואס דיין חבר אין ביהמ"ד רעדט אויף דיר אונטער דיין רוקען?
שטילערהייט נישט אויס פראקען ברבים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:52 am
דורך זר זהב
די שאלה איז צי דו האטס דורכגעקוקט טאקע ממש אלע זיינע ווערק?!
ר' מנשה איז דאך אן אנגעליינטער, ער ווייסט גאר אסאך, אפשר האט ער געזען עפעס וואס דו האסט נאך נישט געזען?
איך נעם נישט קיין צד, איך טריי נאר מלמד זכות זיין אויף הרב פילאפף.
(א לימוד זכות פאר איינעם וואס רייסט אונטער א צווייטן, הא?...!!)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:39 am
דורך ידען
יאנקל זעהט אויך אויס ווי ער איז א אנגעלייענטער (אויב דו לייענסט יאנקלס זאכן דא) און האט מסתם יא געלייענט די בוך וואס הרב לאו האט ארויסגעגעבען ווי ער באשרייבט זיין אייגענע ביאגראפיע און וואס האט לויט הרב פילאפף בילדער ווי ער געט זיך די הענט פאר פרויען און יאנקל האט עס דארט נישט געטראפען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:10 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:די שאלה איז צי דו האטס דורכגעקוקט טאקע ממש אלע זיינע ווערק?!
ר' מנשה איז דאך אן אנגעליינטער, ער ווייסט גאר אסאך, אפשר האט ער געזען עפעס וואס דו האסט נאך נישט געזען?
איך נעם נישט קיין צד, איך טריי נאר מלמד זכות זיין אויף הרב פילאפף.
(א לימוד זכות פאר איינעם וואס רייסט אונטער א צווייטן, הא?...!!)
מ'דארף נישט דורכקוקן הרב לאו'ס הלכה ספרים, ווייל הרב פילאף שרייבט דאך אז די בילדער האט הרב לאו פובליצירט אין זיין ביאגרעפיע "אל תשלח ידך אל הנער".
אייגענטליך, איך האלט אז מסתמא ווייסט הרב פילאפף אז די בילדער זענען הוילע בלאף אבער ער קען באשטיין צו פיטערן די נישט-אנגעלייענטע בני יואל געמיינדע מיט וואס ס'שמעקט אים.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:32 pm
דורך גדעון
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת אדער נישט אז ער האט געגעבן די הענט, אבער א שנעלע גוגל סוירטש האט מיר געפירט צו די בילדער וואס געט א שטיקל בילד אויף הרב לאו
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:32 pm
דורך גדעון
2
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:33 pm
דורך גדעון
3
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:34 pm
דורך גדעון
מיטן פויפסט, פארמעקט זיין טמא'נעם פרצוף
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:35 pm
דורך זר זהב
פוי!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:37 pm
דורך גדעון
rr
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:40 pm
דורך יידל
גדעון, דו פארשטייסט די חילוק צווישן דאס און געבן די הענט, ריכטיג?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:12 pm
דורך ברוין
יידל, איך האב קודם געמיינט אז מ'רעדט פון א איד אזא סארט ווי דיין סטיל און פשוט ארויפגעשמירט א מעשה אויף אים אלעס ווייל זיין שיטה איז נישט סאטמער. אבער יעצט קוקנדיג די בילדער מאלט זיך אראפ א טאטאל נייע בילד.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:17 pm
דורך משה געציל
ברוין האט געשריבן:יידל, איך האב קודם געמיינט אז מ'רעדט פון א איד אזא סארט ווי דיין סטיל און פשוט ארויפגעשמירט א מעשה אויף אים אלעס ווייל זיין שיטה איז נישט סאטמער. אבער יעצט קוקנדיג די בילדער מאלט זיך אראפ א טאטאל נייע בילד.
דהיינו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:29 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:די שאלה איז צי דו האטס דורכגעקוקט טאקע ממש אלע זיינע ווערק?!
ר' מנשה איז דאך אן אנגעליינטער, ער ווייסט גאר אסאך, אפשר האט ער געזען עפעס וואס דו האסט נאך נישט געזען?
איך נעם נישט קיין צד, איך טריי נאר מלמד זכות זיין אויף הרב פילאפף.
(א לימוד זכות פאר איינעם וואס רייסט אונטער א צווייטן, הא?...!!)
מ'דארף נישט דורכקוקן הרב לאו'ס הלכה ספרים, ווייל הרב פילאף שרייבט דאך אז די בילדער האט הרב לאו פובליצירט אין זיין ביאגרעפיע "אל תשלח ידך אל הנער".
אייגענטליך, איך האלט אז מסתמא ווייסט הרב פילאפף אז די בילדער זענען הוילע בלאף אבער ער קען באשטיין צו פיטערן די נישט-אנגעלייענטע בני יואל געמיינדע מיט וואס ס'שמעקט אים.
איבער אנדערע אישו'ס האט ער אויך דעם זעלבן צוגאנג. מיין פערזענליכע מיינונג וועל איך דא נישט אויסדריקן מפני כבוד המלכות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:18 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:פוי!!
זר! א טיפיקל סאטמערע רעאקציע...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:50 pm
דורך קלאר
ער האט לעצטנס ביי אן אסיפה געהאלטן א דרשה קעגן די וועד למניעות חילול קברים און קעגן דעם ראב''ד ירושלים ביי אן אסיפה אין די זאליס שוהל אין קרית יואל
ווי ער האט גערעט מורא'דיגע האסיג
איינער זאגט מיר אז ער האט צוגעגלעכן די ארונים צו עשו
איך זיך ווי איך קען הערן זיין דרשה,
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:34 pm
דורך קלאר
אויף די זאלונישע / אתרא קדישא האטליין האקט ער קעגן די רז''ל'ס מסע המלכות
אבער זיין ברודער ר' זלמן לייב וועלכע האט געהאקט קעגן די נסיעה תשנ''ד פונעם ברך משה אין געשריבן אז מ'דארף צורייסן די טיקעטס
וועט דאס מאל אליין מיטפארען