בלאט 4 פון 27
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:58 pm
דורך דולה ומשקה
גד'ל דאכציך מיר קיינער האט דיר נאכנישט געגעבן דעם ריכטיגן שלום עליכם, ויהא בואך לשלום.
די ביסט דער איינציגסטער דא אין קאווע שטיבל וואס איז מקיים דעם "אמור מעט ועשה הרבה" - די שרייבסט ווייניג אבער די בארייכסט דעם קאווע שטיבל פון דיין רייכע אוצר פונעם גארבידזש ביז אזוי הויעך ווי קדושי עליונים.
איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.
אבער צו דיר [tag]גד החוזה[/tag] וויל איך יא זאגען איין זאך מ'זעהט דיין איידלקייט און פארזוכטיגקייט, מ'זעהט אז איידער די לייגסט ארויף א בילד קלערטסטו זיך אדורך צו יא אדער ניין, אויב האסטו טאקע א ספק פרעגסטו טאקע פון פאראויס די חברי הניקס, ועד כדי כך דו נעמסט טאקע אראפ די בילד אויב קומט מען מיט א טענה.
על כן וויל איך דיר זאגען אויב די גייסט מיט אזא מהלך החיים טוהן וואס יעדער שמעקל און יאקל זאגט דיר ווערסטו קיינמאהל אין ערגעץ נישט אנקומען כל שכן וכל שכן וקל וחומר בן בנו של קל וחומר ווען עטליכע אנאנאמער הרוצה בעילום שמו'ס המוכנה ניק, וואס וועלן סיי ווי סיי קריטיקירן אדער זיין איפכא מסתברא, קוק וואס זיי שרייבן אין אנדערע פלעצער.
לאז דיך אפ פון זיי און אויב איז עס נישט קיין טירחה זיי ממשיך דיין ארבעט לייג ארויף וואס די קענסט, אין נעם נישט אראפ ווייל עפעס ש שמענדריק האט זיך אנגערופען.
זאל טאקע קאווע שטיבל זיין א קוואל פון בילדער, נישט נאר פון בעלזא רעבעצין!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:09 pm
דורך איך אויך
דולה דו זאגסט פיינע רייד ,אבער דאס מיינט נישט עס איז נישט דא קיין גבול ,א גבול מוז אייביג זיי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:26 pm
דורך דולה ומשקה
איך אויך האט געשריבן:דולה דו זאגסט פיינע רייד ,אבער דאס מיינט נישט עס איז נישט דא קיין גבול ,א גבול מוז אייביג זיי.
אין די גבול איז... דער בעלזא רעבעצין?
אדער א בילד פון די קאניעווסקי'ס אינאיינעם מיט א הינדל?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]גד החוזה[/tag]/ גיי ווייטער אהן, לייג בילדער און פרעג נישט פון קיינעם קיין קשיות און דערשרעק דיך נישט אויב איינער זאגט א קרים ווארט.
(וועגן צימעס? וועלכע נארמאלע מענטש דרייט זיך דארט???)
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:58 am
דורך מאיר הערש
דולה ומשקה האט געשריבן:איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.
האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:11 am
דורך ודי למבין
מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:29 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:33 am
דורך כתר מלכות
שפתים ישק האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com
ניין. שיק איהם אין פאליש אריין. וועט ער שוין זעהן אז קאווע שטיבל איז נישט אזוי געפערליך...
דאס איז זייער נישט קיין גוטע נייעס, האלט שוין קאווע שטיבל ביי אזא מצב אז פאליש דארף דאס מאכן אויסקוקען כשר?
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:57 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
מאיר הערש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.
האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.
כו''ע מודי אז אייוועלט איז דער בעסטע פלאץ דא אין קאווע שטיבל איז זייער א שמוציגע פלאץ פאר כל זב וכל צרוע.....
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:13 pm
דורך יאיר
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:גד החוזה האט געשריבן:אראפ מיט די בילדער פון עפ"י בקשתו פון בעלזא רב. אזוי אויך וועל איך נישט ארויף לייגן אנדערע בילדער כדוגמתו.
ואתכם הסליחה.
איך האב נישט געוויסט דער עולם דא איז אזוי סענסעטיוו. עולם הפוך ראיתי, איך בין דא בלויז צוויי וואכען איך זעה מען שרייבט כל מיני לשון הרע מיט די נידריגסטע לשונות, כל מיני נידריגע געשרייבעכטס מיט נייעס, אבער פונקט מיט דעם ווערט מען פרום?
אין הכי נמי איך בין אויך סענסעטיוו מיט אלע לשון הרע אין רכילות עס איז נישט אזוי פשוט
צווייטנ'ס מען רעדט דא פין א פריעדיגע רבי א הייליגער יוד אנדערש ווי דער רבי''ס וואס מען ברענגט דא אויף וד''ל
איר פארשטייט, דער רבי איז א הייליגע רבי, מה שאין כן די אנדערע רבי'ס זיי זענען דאך סתם רבי'ס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:39 pm
דורך טאמבל סאס
מאיר הערש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:איך האב שוין כמה וכמה זיך אויס גערעדט מיין הארץ איבער דעם פארשאלטענעם לשון הרע רכילות, דער געמיינע אין נידריגע גרע של רע'דיגע צימעס אפטיילונג, ליידער ליידער כשיורדים יורדים עד ל'אשפה', אוי לרשע אוי לשכינו אז דאס האט זיך שטארק זייער שטארק אריבער געכאפט צו אנדערע אפטיילונגען און אשכולות, אז עס איז א עקל און א גרויל. דער גאנצע שמוציגע היידפארק האט דא געטראפען איהר פלאץ, ווי מ'קען נישט פירען קיין געהעריגע תוכן'פולע שמועס.
האסט מיך אויסגעכאפט מיט'ן צוגלייכן צו היידפארק. איך האב פונקט דאס געוואלט אנמערקן היינט. ליידער ליידער איז נישט דא קיין איין בלאק אדער סייט, סיי פון נייעס און סיי פון סתם שמועסן, אויף דער אונטערדרעק פארן חרדישע ציבור צו לייענען און אריינצושרייבן אן זיך באגעגענען מיט לשון הרע, רכילות, שמוץ אדער אפשפעטן פון גדולי ישראל - נישט אין אידיש און נישט אין ענגליש.
קאווע שטיבל פלעגט אמאל צו זייל א מחי'דיגע פלאץ פאר ערליכע אידן צו לייענען און זיך ווארעם דורכשמועסן. ב"ה ס'איז נאך דא אפטיילונגען וואו צו גיין אין דעם סייט, ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארדארבן ב"ה. אבער ס'איז ממש א שאד וואס די הנהלה רייניגט עס נישט אויס און מאכט עס נישט צוריק ווי אמאל. די אלע וואס ווילן ווייטער אנגיין מיט זייער היידפארק שמוץ קענען זיך מאכן זייער אייגענע סייט אדער זיך אנהענגען אויף א צווייטן. מיר מוזן פאדערן א סייט אינגאנצן על טהרת הקודש אז מען זאל קענען אריינברענגען אנדערע חרדישע אידן.
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט פון אן ערליכע סייט וואס מען קען זיך דורכשמועסן אין אידיש אדער ענגליש זאל מיך פליז לאזן וויסן אדער דא אין דעם אשכול אדער פריוואט.
אין א אנדער סגנון, אבער וואס ברענגט ארויס דעם זעלבן איראניע האב איך אמאל עמיצן געהערט זאגן:
איך וויל בעטן אויב איינער ווייסט א גוטע מאווי מיט געהעריגע **** אין איר...
דו ווילסט אריינברענגען ערליכע אידן אויף א סייט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:37 pm
דורך מאיר הערש
ודי למבין האט געשריבן:מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com
שכח! איך בין אריין אין אייוועלט נאר צו געבן א בליק. נאך נישט געהאט צופיל צייט צו לייענען אשכולות. אויבערפלעכליך זעט עס מיר אויס ווי א שוועסטער-קינד פון קאווע. האבן זיי די זעלבע הנהלה? איז אייוועלט מער עמפינדליך פאר'ן חרידישן ציבור מיט מער אויפזוכט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:47 pm
דורך מאיר הערש
טאמבל סאס האט געשריבן:דו ווילסט אריינברענגען ערליכע אידן אויף א סייט?
ס'איז דא סך ערליכע אידן יראי שמים וואס האבן אונטערדרעק פאר זייער ארבייט אדער וואס אימער. זיי זענען זייער אפגעהיטן אין וועלכע סייטס זיי גייען אריין. חוץ פון דף יומי, ספרים, שיעורים, גיין זיי כמעט נישט אריין אין קיין איין אנדערע סייט. אבער פארט וואלטן זיי געוואלט א היימישע פלאץ זיך דורכצושמועסן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:11 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
מאיר הערש האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:מאיר הערש, ס'זעט אויס אז אייוועלט שטעלט צו פונקט וואס דו דארפסט. Ivelt.com
שכח! איך בין אריין אין אייוועלט נאר צו געבן א בליק. נאך נישט געהאט צופיל צייט צו לייענען אשכולות. אויבערפלעכליך זעט עס מיר אויס ווי א שוועסטער-קינד פון קאווע. האבן זיי די זעלבע הנהלה? איז אייוועלט מער עמפינדליך פאר'ן חרידישן ציבור מיט מער אויפזוכט?
עה גארנישט קיין שוועסטער קינד נאר אסאך אסאך מער בעסער עס איז מורא'דיג אויסגעהאלטן אין ווער ס'וויל זוכען א כשר''ע סייד זאל ענדערש גיין דארט ווי דא אין ק''ש דארט איז ממש אויסגעהאלטן לדעתי מיט אלע הידורים
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:14 pm
דורך ברסלבער
נו אז דו האלטס אז דא איז נישט אויסגעהאלטן, פארוואס דרייסטו דיך דא?
עס איז זייער נישט שיין און נישט מענטשליך צו בארעדן א פלאץ עמי בבית.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:39 pm
דורך מאיר הערש
ברסלבער האט געשריבן:נו אז דו האלטס אז דא איז נישט אויסגעהאלטן, פארוואס דרייסטו דיך דא?
עס איז זייער נישט שיין און נישט מענטשליך צו בארעדן א פלאץ עמי בבית.
עס פלעג צו זיין א גוטע היימישע פלאץ און איך בין נאר געוואויר געווארן אז ס'האט זיך געטוישט פילפאכיג און זייער ענטוישט דערוועגן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:43 pm
דורך טאמבל סאס
קוק ווי עמפינדלעך מיר זענען דא צו יעדעם איינעמס געפיהלן. אויף אייוועלט ווערן אזעלכע סארט תגובות נישט אקצעפטירט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:19 am
דורך ונבנתה העיר
דער ליובאוויטשער רבי ז"ל אין זיין צימער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:20 am
דורך על המחיה
א זיסע בילד
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 11:49 am
דורך על המחיה
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:17 pm
דורך גד החוזה
באבוב'ער רב רבי שלמה האלבערשטאם טאנצט דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' יחזקאלע האלבערשטאם מפאקשעווניץ
(אלס דער דער בעל האשכול בעט איך קיינער זאל נישט קאמענטורען, אויסער אויב איז עס נוגע בלויז צום ענין, דער אשכול איז נאר פאר אדמורי"ם ורבנים שכבר שבק לן חיים זי"ע)
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:19 pm
דורך גד החוזה
דריי דורות
הריי"ץ מליבאוויטש, זיין איידעם הרש"ג, ביים בר מצוה פון בארי גוראריה
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:21 pm
דורך שרייבער
גד החוזה האט געשריבן:באבוב'ער רב רבי שלמה האלבערשטאם טאנצט דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' יחזקאלע האלבערשטאם מפאקשעווניץ
(אלס דער דער בעל האשכול בעט איך קיינער זאל נישט קאמענטורען, אויסער אויב איז עס נוגע בלויז צום ענין, דער אשכול איז נאר פאר אדמורי"ם ורבנים שכבר שבק לן חיים זי"ע)
וואס איז אזוי אינטערעסאנט, דאכט זיך איך האב שוין געזען אזא ענליך בילד, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז געווען געדרוקט אין אידישע געדאנק יארן צוריק