בלאט 4 פון 4
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 2:35 pm
דורך חקרן
קוקנדיג מיט א גרינטליכע בליק אויף אלע אדמורי"ם בימי הזעם, זעען מיר אן אינטערעסאנטע זאך, נעמליך אז אלע אדמורי"ם גייען נאך אלס אנגעטאן זייער לבוש רעכטס אויף לינקס, א רעכטער חסידי'שע קפידה, וואס כנראה האבן די אדמורי"ם נישט מוותר געווען דערויף אפילו בימי הזעם. צוויי בילדער פון דעם אשכול זענען פאראן, וואו זיי גייען יא לינקס אויף רעכטס. די צוויי צדיקים זענען, הרה"ג רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און... האדמו"ר מבאבוב זצ"ל.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 2:51 pm
דורך גד החוזה
ס'נישט קיין ראי', וויבאלד די בילדער האבען געהאט א ברירה צו ווערן גע'פליפט אהין און צוריק, אויב ווילט איהר קענט איהר דאס צוריק דרייען מיט א קוועטש פון א קנעפל.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:19 pm
דורך טריפל אי
חקרן האט געשריבן: וואס כנראה האבן די אדמורי"ם נישט מוותר געווען דערויף אפילו בימי הזעם. צוויי בילדער פון דעם אשכול זענען פאראן, וואו זיי גייען יא לינקס אויף רעכטס. די צוויי צדיקים זענען, הרה"ג רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און... האדמו"ר מבאבוב זצ"ל.
נעבעך נעבעך נעבעך. אזוי פיהל יארן שוין אדורך געלאפן זינט דער ביטערע חורבן אז עס זענען ליידער אויסגעוואקסן יונגע צוצעקליך וואס האבן נישט געקענט דעם דור פון גאליציאנער אידן וואס האבן ליידער מיטגעמאכט 6 גאנצע יאר (נישט א האלבע יאר...) יסורים נוראים. פארלוירן טאטע מאמע, ברידער שוועסטער, געפייניגט געווארן אין לאגערן, געשמוגעלט גרענעצן, נאכגעשאסן געווארן, געגעסן פון אלסדינג וואס איז געווען צו טרעפן כדי זיך צו האלטן ביים לעבן.
און דא שפראצט אויס א יונגאטש, וואס חוץ זיך שמוגלען ארויס פון קלאס האט ער נאך קיינמאל נישט מיטגעמאכט וואס עס מיינט שמוגלען לאגערן און גרעניצן - און קומט חוזק מאכן אז אידן האבן מדקדק געווען אויף רעכטס אין לינקס קליידער בימי הזעם.
דער בילד פונעם באבובע רב הרה"ק ר' שלמה זצ"ל אנעם בארד איז גענומען געווארן אין אונגארן. די מעשה איז זייער אינטרעסאנט און קען געליינט ווערן אינעם אויבן דערמאנטע בוך. דער רב ז"ל אליין פלעגט עס כמה פעמים פארציילן ברבים. בקיצור נמרץ, נאכ'ן זיך האבן דורך געשמאגלט ארויס פונעם באכניא געטא קיין טשעכיי (נאכן פראבירן איינמאל אנטלויפן און געכאפט ווערן ווי מ'האט עם דן געווען למיתה) האט ער נאכאמאל געשמוגעלט די גרעניץ קיין בוקארעסט און פון דארט קיין בודאפעסט.
למעשה, נאכן אנקומען קיין בודאפעסט האט ער אויסגעפונען אז זיין מאמע מיט א פאר געשוויסטער קענען זיך נישט ארויס זעהן פון אונגארן, האט ער זיך געשוירן די בארד, אראפגענומען א מונדיר פון א טויטע דייטשע סאלדאט און געגאנגען צו דער לופטפעלד ווי עס איז געפארן יעדען טאג א פליגער פון איין לאנד צום צווייטן. אזוי פארשטעלט ווי א דייטשע גענעראל איז עם געלונגען מיטצופארן אויפ'ן פליגער. אויפן פליגער מען עם מכבד געווען מיט אן עפל צו עסן, האט ער גענומען א דייטשע צייטונג - געלייענט עפעס הויך אויפ'ן קול אז די אנדערע מיטרייזנדע זאלן לאכן, און אזוי בשעת דער געראטשקע האט ער געקענט מאכן א ברכה. דאס זענען געווען די דאגות זיינע בשעת'ן לויפן און לויפן.
אגב, און אונגארן איז ער איינגעשטאנען אונעם הויז פון די סאטמארע לעפקאוויטשעס און איינמאל ווען די פארשאלטענע נאציס זענען ארום געגאנגן פון הויז צו הויז זוכן אידן, זענען זיי אלע אראפ געלאפן אונטן אונעם בונקער. מ'האט צוגעהאלטן א שטאנג צום עפענונג אז די דייטשן זאלן נישט אויפכאפן אז די פלאהר איז הויל. ס'איז געווען גרויסע צרות און ר' .... לעפקאוויטש איז צוגעקומען צום רב ז"ל און עם געבעטן אז אזוי ווי ער האט זכות אבות און איז יעצט שוין באבובע רבי זאל ער זיך אונטער נעמען עפעס א דבר טוב וואס מעורר זיין זכותים אויף די קבוצה באהאלטענע אידן.
דער רב ז"ל האט עם געענטפערט אז יעצט בעת צרה קען מען זיך אינטערנעמען אזעלכע קבלות וואס וועט שפעטער זיין זייער שווער איינצוהאלטן, אבער נאך שטארקע הפצרות האט ער זיך אונטערגענומען אז אויב דער אייבערשטע וועט העלפן און זיי וועלן נחלץ ווערן מיד רשע נעמט ער זיך אינטער יעדע וואך צו פירן מלווה מלכה ברבים.
ווי עס איז יעדן באקאנט, פלעגט ער אפילו אויף די עלטערע יארן יעדן וואך אן אויסנאם פירן הערליכע מלווה מלכה'ס באגלייט מיט סיפורי צדיקים. ווען די לעפקאוויטשעס פלעגן קומען קיין באבוב צום טיש פלעג דער רב ז"ל אלס הכרת הטוב עם אלעמאל געבן שיריים פון די פיש אין זיין האנט אריין.
ס'איז כדאי אז פאר מ'שרייבט טפשות'דיגע ווערטער וועגן אידן וואס האבן מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום (ער האט בר מצוה געמאכט זיין זוהן אינמיטן קריג און האט זיך געזארגט צו באגיסן דער בר מצווה בחור'ל מיט תשעה קבין פאר'ן לייגן תפילין צום ערשטע מאל - נאר תפילין של יד. ווי האט ער געטראפן וואסער? ער האט זיך אריינגעגנב'ט אין א שפיטאל פאר טיפוס ליידענדע נאר כדי צו קענען גיסן וואסער אויף זיין זוהן. אויפ'ן וועג ארויס האט מען זיי נאכגעשאסן).
פארשטייסט יעצט אביסל בעסער וואס דארט איז פארגעגאנגען? קלערסט באמת אז די דאגות זענען דעמאלסט געווען רעכטס אויף לינקס העמדער, אדער ראטעווען די מאמע דורך אנטוהן א לינקס אויף רעכטס מונדיר.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:28 pm
דורך חקרן
אנטשולדיגט אויב האט איינער געזען אין מיינע ווערטער א פגיעה בכבוד צדיקים. איך האב סך-הכל געשריבן א הערה וואס מען זעט אויף די בילדער, עס קען זיין פיל סיבות דערביי, אדער אזוי ווי גד האט געשריבן אדער ווי דו האסט געשריבן, אדער אין יענע קאשמארישע טעג האט נישט יעדער געלייגט דעם דגש דערויף. איך האב חס-ושלום נישט געמיינט קיין פגיעה דערין, און איך גלויב אז רוב ליינער האבן נישט געזען דערין א פגיעה. אבער אויב חלילה איז פון מיינע ווערטער משמע סיי וועלכע פגיעה, בין איך גרייט אראפצונעמען יענע תגובה.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:31 pm
דורך טריפל אי
חקרן האט געשריבן:אנטשולדיגט אויב האט איינער געזען אין מיינע ווערטער א פגיעה בכבוד צדיקים. איך האב חס-ושלום נישט געמיינט קיין פגיעה דערין, און איך גלויב אז רוב ליינער האבן נישט געזען דערין א פגיעה. אבער אויב חלילה איז פון מיינע ווערטער משמע סיי וועלכע פגיעה, בין איך גרייט אראפצונעמען יענע תגובה.
דעמאלסט זיי מוחל און רעדאגיר דיין תגובה מיט'ן אראפנעמען די דריי ליצנות'דיגע פינטלעך פאר'ן דערמאנען די נאמען פונעם באבובע רב ז"ל.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:37 pm
דורך חקרן
יא, אוודאי, אויב וועט זיין נאך עטליכע דא וואס וועט זיך צושטעלן צו די בקשה, וועל איך עס זיכער טון...
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:45 pm
דורך פישלע העררינג
חקרן האט געשריבן:אדער אין יענע קאשמארישע טעג האט נישט יעדער געלייגט דעם דגש דערויף
האסט אן אנונג ווי טיפשות'דיג און אומסענסעטיוו די דאזיגע ווערטער לייענען זיך? ארויף אויף מיין נודניק ליסטע לעולם ועד.
געלייגט א דגוש?
נישט יעדער?
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:48 pm
דורך חד גדיא
דער עולם איז עפעס אויבער-סענסיטיוו..... איך זעה נישט וואס חקרן האט געמיינט שלעכטס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:41 pm
דורך שמו יגער
חד גדיא האט געשריבן:דער עולם איז עפעס אויבער-סענסיטיוו..... איך זעה נישט וואס חקרן האט געמיינט שלעכטס.
קען זיין אז חקרן האט קיין סאך שלעכטס באמת נישט געמיינט אין איז אפשר אומשולדיג
אבער היות עס זענען געווען אפאר אנדערע ניקים וואס האבן נישט פארשטאנען די יסודות היסטוריה פון אלע אידן בשעת די גרויזאמע קריג אין דאס האט וויי געטוהן פאר די אידן וואס זענען יוצאי מדינות אלו האבן זיי עס יעצט געשריבען אויף א אופן מיט טענות וואס אפשר איז ער טאקע אומשולדיג אבער ארויסצוברענגן די נקודה אין מען זאל "בעסער" פארשטיין האט ער מאריך געווען אין ער האפט אז אלע אנדערע זאלן פון יעצט און ווייטער שרייבען מיט מער רעספעקט וועגן עני גדול וואס האט מיטגעמאכט כך וכך יארן אין קריג וכדומה
Re: אדמורי"ם בימי הזעם
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 11:24 am
דורך אונטער חכם
איך אויך האט געשריבן:בשיטה האלט איך אז איינער וואס איז נישט אליינס געווען ביים קריג האט נישט וואס אריינצורעדן דערין (כולל ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח) ווייל וויפיל מען זאל נאר נישט ליינען און זיך מצייר זיין קענען מיר נישט פארשטיין דאס לעבן פון איין שעה אין א נאצישע קאנצענטראציע לאגער ומכ"ש א טאג/וואך/חודש/יאר ,עס איז למעלה מהשגת אנוש.
אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).
אדער וואס מיטרייזענדע אויפן קאסטנר באן שרייבן אז ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט כידוע ,האט דער רבי געלארמט אז מען האט זיי פארראטן און מען שיקט אונז אלע קיין אוישוויץ ,אנשטאט מחזק זיין די ציבראכענע אידן (לויט א עד נוכח האט דאס זייער דעמאלאזירט די אנווענזדנע).
אפשר האסטו דיך שוין דערמאנט דעם נאמען פונעם בוך?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 4:15 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:בשיטה האלט איך אז איינער וואס איז נישט אליינס געווען ביים קריג האט נישט וואס אריינצורעדן דערין (כולל ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח) ווייל וויפיל מען זאל נאר נישט ליינען און זיך מצייר זיין קענען מיר נישט פארשטיין דאס לעבן פון איין שעה אין א נאצישע קאנצענטראציע לאגער ומכ"ש א טאג/וואך/חודש/יאר ,עס איז למעלה מהשגת אנוש.
אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).
אדער וואס מיטרייזענדע אויפן קאסטנר באן שרייבן אז ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט כידוע ,האט דער רבי געלארמט אז מען האט זיי פארראטן און מען שיקט אונז אלע קיין אוישוויץ ,אנשטאט מחזק זיין די ציבראכענע אידן (לויט א עד נוכח האט דאס זייער דעמאלאזירט די אנווענזדנע).
איך אויך: איך נעם נאר ארויס איין נקודה פו דיין תגובה. נעמליך. אויב איינער איז נישט אליינס געווען און געפייניגט געווארן אין א קאנצענטראציע לאגער אונטער די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש. האט ער נישט קיין רעכט צו זאגן דיעות און מיינונגען איבער סיי וואס ס'איז נוגע דעם האלאקאוסט. און דאס רעכנט אריין הרב ר' אביגדור מיללער אויך...! פארוואס זאג איך דאס...?! ווייל ער האט שוין עטליכע מאל ארויסגעזאגט א מיינונג פארוואס דער האלאקאוסט איז געקומען אויף כלל ישראל...!
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 7:17 am
דורך אישתישבי
ער פלעגט זאגן אז דער עולם איז נישט געווען פרום פאר די קריג. און היינט איז אסאך בעסער ווי דעמאלס. ער ווייסט ווייל ער איז אליין דארט געוועהן. כידוע איז ער געפארען לערנען קיין ליטא.
נישט קיין עוולה צו זאגן פירושים.
אריין רעדן אין מצב פין די געפייניגטע איז סטופיד, ווייזט אויף א קליין קעפיקייט, ווי צ.ב.ש צו מען האט דעמאלטס יא געהאלטן קאפ אויף א בארד, אדער גאר אויף רעכטס אויף לינקס מונדירען. ווי דער מעשה מיט ר' מעכיל פין נתניה וואס האט נישט געוואלט אויסזאגן אז ער איז א איד. סאטמאר רב האט באהאלטן זיין בארד אינטער די קישען און די דייטשן האבן נישט געכאפט אז עס איז זיין בארד, זיי האבן גאר געמיינט אז דער בארד האט באלאנגט פאר היטלער זעלבסט.
אויב מען וויל מעסטן סייעתא דשמיא, איז עס וויפיל אידן האט מען געראטעוועט. וויפיל אידן האט מען געהאט די זכיה צו ראטעווען. און פין דעם להיפוך, וויפיל אידען זענען לא עלינו געהרגעט געווארן א דאנק נארישע אידילאגיע פין פארשידענע יחידים, וואס זענען אפשר נישט שולדיג, אבער קיין סייעתא דשמיא איז עס נישט.