בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:53 pm
דורך הילל
לעיקוואד האט געשריבן:הרב [tag]הילל[/tag], אויך בחייו איז אזוי דער כלל, אז ער האט זיך נישט וואס צו רעכענען מיט די בושות וואס ער וועט גורם זיין זיין משפחה, דאס איז בכלל נישט קיין חשבון. האומר לאביו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר. אוודאי אמאל איז דא א איד א צדיק וואס איז מוותר פון זיך כדי נאנטע זיינע זאלען נישט געטשעפעט ווערן, אבער דאס איז נישט קיין חיוב אדער כלל. נאר אז איינער האט מורא ער וועט געשעדיגט ווערן איז אוודאי האט ער די רעכט מסתיר זיין געוויסע זאכען וועגן זיך. איך בין מסכים אז דאס איז אסאך מאל גאנץ אן עגאיסטישער חשבון, אבער ההכרח לא יגונה. ברגע וואס דער מענטש האט נישט וואס מורא צו האבען, איז חזר הדין אז קיינער האט נישט אריינצורעדען וואס ער זאל טוהן.
קודם כל, האב איך שוין קלאר געמאכט אז מען רעדט נישט דא ווען איינער טוט עפעס אליין, ווייל דאס איז א באזונדערע ענין, נאר בעיקר ווען א זייטיגער צד דארף מחליט זיין אויב מען זאל פאלגן און אויספירן דעם רצון פון אן אנדערן. ממילא פארוואס האלטסטו אזוי זיכער אז קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן וואס א צווייטער זאל טון? עס איז דאך נישט אז "איך טו עפעס און עס האט גארנישט מיט דיר איינגעשטויסן", ווייל למעשה מיט יענעמ'ס אקט (פון גיין מפרסם זיין א נאמען) שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן פון אנדערע מענטשן, ווערט דאך דאס יא א צווייטנ'ס געשעפט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:57 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נולד מאוחר האט געשריבן:אז מרעדט פון טויט איז צי געדענקן ביי אלוקי נצור צי זאגן די פסיקים וואס הייבן זיך אן און ענדיגען מיט די זעלבע אות ווי די ניק.
מיין דיין האט מיר גפסקנט פון ווען אן מרופט מיך מער מיט מיין ניק ווי מיין ברית נאמען זאל איך אנהייבען זאגן פסוקים לויט מיין ניק.
ווער סקען מיר הלפען טרעפן א פסוק פאר נולד פליעז?
נשכחתי כמת מלב הייתי ככלי אבד
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:03 pm
דורך נולד מאוחר
הילל קוק וואס די משפחת טיען צים נפטר
דאז בארעטיגסטו אויך?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:13 pm
דורך דעת תורה
דאס הייסט א cheap shot. די שאלה איז צי זי כאפט די טשעפע
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:33 pm
דורך הילל
נולד,
איך ווייס נישט פונקטליך וואס זי האט געטון און וואס זיי האבן געטון, (אויף די מצבה זע איך אויף איר די טיטלען "האשה החשובה בעלת חסד וטובת לב", וואס איך זאג קלאר, זייענדיג א "לאחר מותו" אשכול, אז עס וועט מיר זיין א כבוד אויב זאל מען שרייבן די ווערטער אויף מיין קבר...), ממילא ווייס איך באמת נישט ווער עס האט וואס געטון ריכטיג אדער אומריכטיג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:15 pm
דורך דעת תורה
האסט נישט אפגעליינט די ווערטער אונטער דעם: "זכתה לקיום שאיפותיה הטהורות"
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:23 pm
דורך הילל
יענס קוקט טאקע באמת אויס זייער נאריש, פארואוס האבן זיי נישט איגנארירט דעם גאנצן חלק, נאר סייווי האב איך דאך געזוכט ארויסצוברענגען דעם גוטן חלק פון די ווארעמע טיטלען וואס מען האט געשריבן...
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 2:26 pm
דורך לעיקוואד
[tag]הילל[/tag], מיין משל פון פארטיי איז אפשר נישט געווען פונקט געלונגען, האסט דיך צוגעכאפט צו פרטים. שטעל זיך פאר אין קומוניסטישער רוסלאנד איז פאראן א גוי וואס האלט אז קאמאניזם איז רשעות און אומאויסגעהאלטען און שרייבט די דעות זיינע אונטער באהאלטענע נעמען אנליין. פארשרטייט זיך עס איז עם א סכנה ארויסגעבן זיין אידענטיטעט, לאחר מותו אבער איז דער געזעץ אז די קינדער וועלען נשיט ליידען דערפון, און ער וויל שטארק אז עס זאל נתפרסם ווערן וואס זיינע אמת'ע דעות זענען געווען. די קינדער זיינע זענען אבער ערליכע קאמאניסטען און קענען פארלירען שלאף איבער דעם וואס זייער טאטע האט בוגד געווען אין ד =י שיטה הקדושה און בעטען זיך מען זאל דאס האלטען א סוד. וואס פסקנסטו?
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:42 pm
דורך לעיקוואד
דרך אגב, איך מיין אז איר האט דא אביסעל מגזים געווען, כאילו מין רעדט דא פון איינער וואס האט דא געשריבען אז ער איז א כופר בתורת משה ומחלל שבת, אויף וויפיל איך ווייס איז נישט דאס די נקודה. עכ''פ אויף קאווע שטיבל טאר מען דאך סייווי נישט שרייבען אזעלכע זאכען. איז סך הכל האט ער אפשר געשריבען אז ער גלייבט נישט אין דער סאמעווארער רבי, נו.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:48 pm
דורך לעיקוואד
לגבי די נקודה אז דא רעדט מען אז א דריטע פארטיי זאל נעמען א שריט, איך קוק עס נישט אן אזוי. מען רעדט דאך נישט פון פארציילען לשון הרע'ס פון עפעס סודות וואס קיינער ווייסט נישט, נאר פון פארציילען זאכען וואס ער האט געטוהן ברבים נאר באופן של ניק.
און איך פארשטיי אז די חברים זיינע וואס קענען זיך דארט פירען אויס זיין רצון הייסט דאס עם, נישט א דריטער מישט זיך אריין.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:12 am
דורך berlbalaguleh
נמחק
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:00 am
דורך קאווע טרינקער
ער לעבט. זיי רוהיג.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:00 am
דורך דעת תורה
דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.
#כ'האבגארנישטגעזאגט.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:42 am
דורך diff
Are we like a hen in bnei odom oblivious to the shochet at front? We stare at those pictures of cemeteries not thinking for whom it’s made for.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:44 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:48 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:52 am
דורך פישלע העררינג
דעת תורה האט געשריבן:דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.
#כ'האבגארנישטגעזאגט.
viewtopic.php?p=167289#p167289אהא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:20 pm
דורך דולה ומשקה
איך וואלט נאר געוואלט וויסן ווי אזוי ווייסט מען אז א ניק איז הלך לעולמו?
איז אין דעם פארבינדען א חשש גילוי? איז בהכרח ווייסט כאטש איינער ווער באמת ליגט אונטער א ניק?
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 4:06 pm
דורך נאר,,פרייליך
איינער האט דא מודיע געווען איבער צוויי ניקים גרושים וואס זענען געהאלפען געווארען פאדערט עס נישט אזא באשרייבונג ווי די וואס פארלאזען די וועלט?
viewtopic.php?f=25&t=4932&start=50#p171212
Re: דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'זאגט נאך פון הרב י''ד סאלאווייציק זצ''ל פון בוסטון 'פון דער סוגיא פון מראית עין ווייסט זיך אויס אז א מענטש איז נישט בעה''ב אויף זיין אייגענע רעפוטעצי''ע'. ודפח''ח.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:21 pm
דורך גרוש
פישלע העררינג האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.
#כ'האבגארנישטגעזאגט.
viewtopic.php?p=167289#p167289אהא.
איך זעה נישט ווי מ'מעלד אין מיין אשכול אזא זאך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב מיין גן עדן איז לכבוד קאווע שטיבל איז נישט מער ווי יושר מיין מציבה זאל אויסזעהן עפעס אזוי:
[center]פ"נ
חברינו היקר משותי הקפה תדירים
רויטע בן ווייסע וואנצעס
ראנג: ידיד השטיבל ישכון לבטח
הודעות (חידושים בכתב יד): *****
זיך רעגיסטרירט: (ווירטואלע יארצייט) דאנערשטאג יוני 27,
געפינט זיך: אין דער ערד.
האט שוין געלייקט: **** מאל
האט שוין באקומען לייקס: **** מאל
יהא רעוא שהלייקים יהיו מליצי יושר לפניו, ויזכה לקום בתחיית הניקים בב"א[/center]
איך האב געשריבן א שיינע נוסח פאר
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] יקירנו,
דא.