בלאט 4 פון 63

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:27 pm
דורך יואליש
zurich האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן

איך רעד פון די רומענעווער רבי!


די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:31 pm
דורך איחוד פעלד
בן תמליון האט געשריבן:עס איז אפשר נישט דאס פלאץ אבער דער פאקט ווי א היימישער אינגערמאן איז אזוי פארכאפט געווארן אינמיטן גאס , ער האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אן ערפאלג, זאגט אונז אפשר מיר מוזן זיך לערנען פייטן. מיר דארפן לערנען די קינדער סעלף דעפענס קעגן מאנסים און סתם פארברעכער. מיר ערוואקסענע מעגן זיך לערנען ווי מען נוצט א ביקס און געוויסע זאלן טראגן געווער. דער לאנגער גלות לערנט אונז מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די גוים אונז צו באשיצן.
ללמד את בני יהודא קשת הלא הוא כתובה על ספר הישר.


פאר די וואס פארשטייען צו טארענטס

http://thepiratebay.se/torrent/3599525/ ... ideo___PDF

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:46 pm
דורך zurich
יואליש האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן

איך רעד פון די רומענעווער רבי!


די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט די רימעניווער רבי האט דעמאלטס ביי לייבי קלעצקין ארימגעגאנגן און געזיכט ביי די גאס ווי ער איז געוועין

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:51 pm
דורך יואליש
zurich האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן

איך רעד פון די רומענעווער רבי!


די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט די רימעניווער רבי האט דעמאלטס ביי לייבי קלעצקין ארימגעגאנגן און געזיכט ביי די גאס ווי ער איז געוועין


איז ער עפעס א שמעק הונט? פארוואס האט ער נישט אנגעוויזן אויפן בוידעם און געשריגן צו די פאליציי רייסט אייך אריין אהין בעוד מועד?

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:06 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נו? וואס זאגט נחום? וויפיהל מאל איז ער מאלעסטערט געווארען?
אלע ווערטלעך צו די זייט, מדארף אנרייסען צום באשעפער,

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:07 pm
דורך דער (פינטעל) איד
.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
אפדעיט 3:45:

אויפן פראנט דורך די פאליציי: די 90 פריסינק גייט יעצט דורך יעדע פאון-קאל, אי-מעיל, און טעקסט וואס איז אריין און ארויס פון זיין פאון, זיי האבן אויפן פלאץ א ריזיגע שטאב פון ריזיגע דיטעקטיוו׳ס, און ס׳האלט און איין קומען נאך.

פון די זייט פון די שומרים: שומרים גייט אדורך קעמארא, ווי מ׳זעהט אז די קאר איז אראפ געפארען א רעכטס אויף בראדוועי, ביז יוניאן, און פון דארט האבן זיי זיך ארויפ געדרייט אויף טרופ און צוריק צו בראדוועי, פון בראדוועי האבן זיי זיך אראפ געדרייט צו העווימייער. אויף העווימייער איז נאך נישט זיכער צו ס׳איז געפארען צום ברידזש, צו ס׳איז ווייטער געבליבען אויף די גאסן, שומרים ארבעטען פעסט דורך צו קוקן יעדע קעמארא.
יעצט ווערענדיג נענטער צום זמן שבת, גייט הצלה/שומרים ווייטער אן מיטן ארום זיכן און אלע ניו יארק׳ע שפיטעלער אים אפירצוזיכען.
מ׳בעט דעם ציבור ווייטער צו מתפלל זיין, אז מ׳זאל אים אפגעפינען און א גיטען צושטאנד ווי שנעלער.

C/P

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 3:06 pm
דורך עוד מישהו
אויב איז עס אמת דאן ברוך דיין האמת.
דא איז באריכטעט געווארן אז מ'האט געפונען זיין קערפער פארברענט אין א מיסט קאסטן אין גרעיט נעק, ניו יארק.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63253

בלע מוות לנצח ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים.
הי"ד

בד"ה: פארברענטע קערפער פון ר'מנחם שטארק געפינען אין דאמפסטער

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
שבת איז אנגעקימען די שרעקליכע בשורה אז די קערפער פון דעם געקידנעפ'טן פארלוירענער חסידישער יונגערמאן ר' מנחם שטארק פון וויליאמסבורג איז געפינען געווארן אין א דאמפסטער אין לאנג איילענד – 17 מייל אוועק פון ווי די פארכאפונג איז פארגעקומען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:03 pm
דורך [NAMELESS]
די קערפער איז געפינען געווארן נעכטן בערך פיר אזייגער – פארן זמן כניסת שבת, אבער עס האט גענומען צייט ביז די פאליציי האט צאמגעשטעלט די קערפער מיט די שטארק קינדעפינג, און ביז א ברודער פון ר' מנחם האט אים אידענטיפיצירט.

די קערפער איז געווען אביסל פארברענט, אבער מ'האט געקענט דערקענען ר' מנחם'ס קליידער. עס איז נישט קלאר ווען ער איז פארברענט געווארן, צו נאך לעבעדיג אבער שוין נאכן טויט.

ווי עס קיקט אויס האבן די מערדערער'ס אומגעברענגט ר' מנחם נאך דאנערשטיג נאכט, און זיין גוף איז שוין געלעגן אין דעם דאמפסטער פרייטיג אינדערפרי.

 

די נייעס איז באריכטעט געווארן אין פילע צייטונגען

נ"י פאסט:

http://nypost.com/2014/01/04/burned-bod ... asid-cops/

דעילי נאס:

http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... -1.1566192

ען.בי.סי.

http://www.nbcnewyork.com/news/local/Br ... 08411.html

 פארווערטס
http://m.forward.com/articles/190325/ki ... tedly-fou/



דורכאויס שבת האט די פאליציי ארויסגעגעבן די ווידיאו פון די פארכאפונג:

http://www.youtube.com/watch?v=ApSbAdMV3uY

 

פאלגענד איז א ווידיאו ווי מ'זעהט די קאר אוועקפארן:

http://www.youtube.com/watch?v=_jKVAaYapPM

 
ר' מנחם לאזט איבער זיין צובראכענע אלמנה און אכט קינדער, און צענדלגע טויזענטער אידן צושאסן און צובראכן פון די שרעקליכע אומגליק.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
 

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:11 pm
דורך [NAMELESS]
משפחת שטארק היינט מיטאג

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:24 pm
דורך יעקעלע חכם
די מעשה איז שרעקליך און אומגלויבליך, ווער האט זיך געגלייבט אז דאס קען פארקומען און הארץ פון היימישן וויליאמסבורג און אזא פריע שעה פון די נאכט, אוי השם ירחם...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:30 pm
דורך געפילטע פיש
עיני עיני ירדה מים, שאק, טרויער, נישט צום גלייבן. המקום ינקום דמיו וינחם את קרוביו ומכיריו.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:36 pm
דורך סאו וואט
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.

והייתם נקיים

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:39 pm
דורך בשםואין
קיינער האט נישט געזוכט מקטרג צו זיין אויף ר׳ מנחם הי״ד.
יעדער איינער דא אינעם שטיבל, אהן א אויסנאם, וואלט ווען זיך פיזיש געשלאגן צו פארמיידן דאס פארכאפעניש.

נאר וואס דען,

ס׳געווען א באריכט אז א היימישע אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, קיינער ווייסט נישט פארוואס, האב איך אלס א נייעס באריכטער אונטערזוכט אויף גוגל ווער עס האט עס געקענט טון, און וואס זענען זיינע מאטיוון.

און ס׳ליידער אויפגעקומען אסאך ווער׳ס און אסאך מאטיוון.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
אוי איך האב נישט קיין ווערטער. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך צושאסן און פארווייטאגט, עס גלייבט זיך מיר נישט, עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין.

איך בין צושוידערט, צושיטערט, אך, אזא מיתה משונה, ווער וועט טרייסטן די צובראכענע אלמנה וועלכע האט פלוצלינג באקומען אזא טויש אין לעבן, ווער וועט מחזק זיין די צעבראכענע יתומים פון זייער טראומא, איז דען בכלל פאראן די ווערטער דערפאר?

איך האלט עס נישט אויס

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:45 pm
דורך אפטעמיסט
איך וויין

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
,
,
,

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:53 pm
דורך פיטומי מילי
בד״ה
ווייסט איינער ווען אין ווי די לוי׳ איז

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:54 pm
דורך קאווע טרינקער
כלל ישראל האפט אז ס'זאל נישט מקוים ווערן די ברכה פון קול מבשר אז ס'זאל זיין "עליה השלם כל הקרבנות כולם", וואס דאס טייטש אז אלע קרבנות פון טאג איז א המשך פון דעם קרבן של שחר.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:55 pm
דורך יואליש
פיטומי מילי האט געשריבן:בד״ה
ווייסט איינער ווען אין ווי די לוי׳ איז


אויף טוויטער זאגן זיי אלע, 8:30 אויף מארסי צווישן הופער און וויליאמבסבורג סטריט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:55 pm
דורך סאשי פיש
איך האלט עס נישט אויס :אויוויי: :אויוויי:

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:56 pm
דורך חביבי
8:30 ביי די ליאדני בית מדרש אין ווילאמסבורג