איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
יעס איי קנאוי: אט דא ווייזסט דו ארויס דיין (פרעדזשודיס) דו ווייסט יא וואס דאס מיינט?!yesiknow האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 5:51 pmכולהו חדא גזירה, איי דאנט עקספעקט א בעל עגלה טא נוי דיס טערמס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:10 pm דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
אז די פרוי "זיכט" נישט צו געפעלען (אינטייסען -סעדאסען) איר man
איז נישט קיין חילוק מיט וואס זי גייט אויף איר ראש איטס אלל אין די מיינד ויש חולקים.
גיי מיר אין מקוה.
[
דער בעל עגלה איז גרייט זייך צו פארהערן מיט דיר סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא ווער ס'ווייסט מער. דו, דער אומוויסנדער יונגל וואס איז אויפגעוואקסן אין די פארשפארטע פארמאכטע תלמוד תורה פונ'ם חסידות וואו מ'האט נישט געלערנט גארנישט. ממש גארנישט. וואו דער רבי אדער מגיד שיעור האט אפגעדאוונט די גמרא (בשעת ער האט זיך געקראצט די פוס) ווייל ער אליין האט נישט פארשטאנען וואס די גמרא זאגט. פון חומש רש"י רעדט מען דאך שוין נישט . דיקדוק רש"י'ס האט מען נישט געלערנט וועגן די משכילים. אויך ווייל די רבי אליין האט עס נישט געקענט . ניטאמאל געקענט ארויסקריכן מיט די עברי (ס'איז דאך נישט געפינטלט.).
די תלמידים האבן אזויפיהל געוויסט פון אידישע היסטארי אז בן גוריון איז א שייגעץ ימח שמו וזיכרו. און אז דער בעל שם טוב איז געוען א נעפיו פונ'ם חזון איש.
אין מילי דעלמא האבן זיי אזויפיהל געוויסט אז דער פרעזידענט פון אמעריקע הייסט ווייס. ווייל אין די אלטע תיקון מאיר סידורים איז געשטאנען שבת פאר מוסף אז מ'האט געמאכט א מי שבירך פאר דעם פרעזידענט און ווייס פרעזידענט. איז דאך משמע אז מר. ווייס איז געווען פרעזידענט.
אלע דזשאוקס אין די זייט. איך האף און איך ווינטש דיר אז די צייט וואס דו פארברענגסט דא אויף קאווע שטיבל (אויב דער אייבישטער וועט העלפן און דו וועסט מאריך ימים ונשים זיין דא.) וועט דיך אויסלערנען אז נישט א יעדער וואס איז א בעל עגלה אדער שוסטער אדער א שניידער איז א געשוואלענער עם הארץ. און נישט א יעדער וואס שטעלט זיך אהער אלס שיינער איז איז א תלמיד חכם און אן אינטעליגענטער מענטש. אכיה"ר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
די עולם רעדט דא, כאילו ס'איז נאך דא אפילו איין מענטש אין די וועלט, וואס האלט אז מ'מעג נישט גיין מיט א בענדענע...
די אשכול האט זיך טאקע געעפנט ווען געוויסע האבן פארפירט קעגן דעם, ווען ס'איז געווען גאר ניי, אבער כהיום איז שוין נישט דא אפילו איינער וואס האלט נאך אזוי
(אויף די סנודס/שניעל'ס פירט מען נאך א פיצי מערכה, אבער א בענדענע איז 100% כשר וישר)
סא די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וכו', זאלן וויסן אז יעדער פארשטייט שוין היינט ווי זיי
די אשכול האט זיך טאקע געעפנט ווען געוויסע האבן פארפירט קעגן דעם, ווען ס'איז געווען גאר ניי, אבער כהיום איז שוין נישט דא אפילו איינער וואס האלט נאך אזוי
(אויף די סנודס/שניעל'ס פירט מען נאך א פיצי מערכה, אבער א בענדענע איז 100% כשר וישר)
סא די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וכו', זאלן וויסן אז יעדער פארשטייט שוין היינט ווי זיי