בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:53 pm
דורך געוואלדיג
איז דא אמאל אזאנס?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:25 pm
דורך ריכטיג
עטליכע דוגמאות, און ס'איז דא נאך
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=289498&sid=b1ae8b9523d09be7b013207b8ed391ff#p289498

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=286663#p286663

און דא האב איך זוכה געווען אריינצוהייבן פון דיר בכבודך ובעצמך...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:15 am
דורך סאשי פיש
דא האט איר א אלטע אשכול דערוועגן פון [tag]רויטע וואנצעס[/tag]
viewtopic.php?p=176967#p176967

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:00 am
דורך moshav zekeinim
מיין נאמען מושב זקנים איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק זייענדיג אין א מצב מיואש נאך א שווערער דורך גאנג, און מיט א עבר ובטל'דיגער געפיל האב איך אריין געגעבן דעם נאמען מושב זקנים, איך האב עס געגעבן אין ענגליש פשוט ווייל מיין יידיש קיבארד האט נישט געארבעט. היינט וואלט איך מיר א נאמען געגעבן "שחר", וואס האט א טאפלטער באדייט: שווארצקייט און פרימארגן, א אנצוהערעניש אויף יאוש מיט האפענונג אינאיינעם.

Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:03 am
דורך ירא שמים
שוין ,זעמיר מלמד זכות אויף דיר אז דיינע מאדנע תגובות זענען געווען נאך פון די שווארצע תקופה מ׳זאל נישט געפרובט ווערן
און האפנטליך מיט די צייט וועט זיך אלס פארהוילן און מוועט זעען נאר נחת פון דיר[emoji2][emoji18][emoji39]

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:00 am
דורך moshav zekeinim
וועלעכע מאדנע תגובות האב איך געשריבן?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 7:06 pm
דורך האמת לאמיתו
איש עברי האט געשריבן:אז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק

די ביסט א ריכטיגע אידישיסט
און דאס אז מען שרייבט אויף ענגליש איז גארנישט...???

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:00 pm
דורך פאסיגע ניק
סטאטיסטיקס
• פאסיגע ניק איז די נייעסטע באניצער

Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:06 pm
דורך נעגעל וואסער
איך וואלט שוין לאנג געטוישט מיין ניק צו די ריכטיגע אויסלייג, פון "נעגעל" צו "נעגל", אבער ליידער קען איך נישט.
ויהי בימים ההם, ווען איך האב זיך דא איינגעשריבן האב איך כמעט נישט געשריבן קיין אידיש, ויצא העגל הזה! אבער עס טוט מיר דערמאנען ביי יעדן תגובה וואס איך שרייב, אז איך האב נאך א וועג צו גיין...

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:35 am
דורך וואלווי
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2020 8:20 am
דורך מי אני
איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.

ועוד, אז דאס קנין דערפון מאכט טוישן (ווי נישט) דעם ״איך״/אידענטיטעט [דעם ״אני״], וואס דארף זיין באזירט אויף די סענשענס פונ׳ם מענטש, וואס דאס איז בעיקר און גייט האנט-אין-האנט מיט זיין קעפּעסיטי פאר קנין חכמה.

ובזה, אזוי ווי מיין חתימה ברענגט ארויס, רירט די ניק-נאמען אן אויפ׳ן באקאנטן ספק פון דעקארט. דאס גייט ווייטער צוזאמען מיט׳ן ציל פון קונה זיין חכמה וואס ברענגט אויך צו די שפלות און אידענטיטי טויש אנערקענונג הנ״ל.

ועוד, ״מי״ איז די ר״ת פון מיין און מיין ווייב׳ס נעמען, והיינו אז דאס איז מיין ״אני״ אלס אן איין יוניט [״לבשר אחד״, פלג גופא וכו׳].

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2020 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!

נשלח: מוצ"ש מערץ 07, 2020 9:30 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!
ווילאנג ער גייט נישט ארום ווייזן evidence איז ער גוט..

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 3:12 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!


מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 3:32 am
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.


אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 7:50 am
דורך מי אני
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!


מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...

וממילא דארף דער ״זאב יטרף״ נישט מורא האבן אז מ׳וועט ״יחלק שלל״ (בראשית מט כז), זיך ״מחולק״ זיין אויף דעם ענין און נישט וויסן פון זיין נאמען וואס מ׳האט אים געגעבן ביי זיין ״כמוצא שלל רב״ הנאמר אצל ברית מילה (שבת קל.)...
וואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

ולפי האמור כאן, בענין סאליפּסיזם און די שייכות דערצו צו מיין חתימה (וממילא ניק וכנ״ל), איז דאס טאקע אזוי בלשון בתמיה [״איך בין דאך דיר אליינס״]...

Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 12:20 am
דורך פאליטיקאנט
פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......

ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).

איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 1:03 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.


אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

וואלווי: און איך האב עס אנגעקוקט אלס א מידת הענווה. ווער ביניך דען?! בבחינת ..."ואנכי עפר ואפר"...!

2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 1:05 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......

ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).

איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......

פאליטיקאנט: אויב דו וועסט בלייבן א פאליטיקאנט וועסטו סייווי ווערן א מיליאנער. ביז מ'וועט דיך נישט כאפן...לאל

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 1:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 1:21 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...


האסט עס געזאגט מיט א צובראכענקייט? אדער מיט א שטאלץ געפול אס די ביסט יא עפעס?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 1:30 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ער וואלט געכאפט קלעפ (אויב די מעשה איז אמת) אפילו אז ער וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערער גארנישט פון זיי 2...!

אויב די מעשה וואלט אמת געווען. ווער ווייסט צו ער וואלט ארויס מיט'ן לעבן...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס א חשוב'ער איד האט מיר פארציילט. ויהי. און ס'איז אמאל געווען, פארציילט מיר מיין חבר. איך גיי מיר שפאצירן אונטן פון א בארג. און איך באמערק אויבן אויפ'ן שפיץ בארג פארט א וואגן מיט גרויסע קלעצער, צוגעבינדן מיט אן אייזערנע קייט. איך שטיי מיר אזוי געמיטליך ווען איך באמערק אז די קייט האטציך אפגעריסן און די שווערע קלעצער הייבן זיך אן אראפקוילערן פונ'ם בארג פונקט דארט וואו איך בין געשטאנען. נאך א מינוט פארן זיי ארויף אויף מיר...א מזל האביך געהאט... אז די מעשה איז נישט אמת. ווייל אנישט וואלט איך נישט ארויס א לעבעדיגער..!