בלאט 4 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:00 am
דורך מאטי
אה ! כ' שוין געהאט אנגעטון דעם גארטל צו מאכן א ברוך שכונתי בשם ומלכות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 am
דורך היימישער ליטוואק
געפילטע פיש האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.


טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.

נישט אמת!

אויב איז לילה זמן ציצית איז עס נישט קיין מ"ע שהזמן גרמא.

גוד מורנינג. איך ווייס דאס אויך. אבער אויב פירט מען זיך ווי דער רמ"א הנ"ל, און נישט ווי דער אריז"ל המובא במגן אברהם שם, לויט ווי דער מגן אברהם שלאגט אפ דעם אריז"ל'ס ראיה, האט דאס גארנישט מיט לילה זמן ציצית. די שאלה איז צו מזאל בכלל אנהאבן א בגד פון ד' כנפות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 am
דורך יאיר
קאוועלע, ווער א טראנסג'ענדער און דאן וועט מען דיר אסר'ן צו גיין ציצית אפילו בייטאג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:03 am
דורך מאטי
ס'וועט זיין פלאץ פאר ביידע אוואטאר'ס צוזאמען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:04 am
דורך היימישער ליטוואק
ספר אנטהאלט ליקוט פון קולות אויף הונדערטע ענינים.

לינק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:05 am
דורך נולד מאוחר
מיין שכן אין כולל קוקט מיר אויס זיכט נאך א היתר צי בראשען די ציין אין דערוואכען...
לגבי טבילת.כלים איז נישט די טעם שמא יתחתן? איז קודם כל ניטאמאל מיט א בארא פארקער קען דער וויליאמסברגר נכשל ווערן מיט חותן , אפי ער וויל. אפגערעדט אויב ביים מחותן איז מען נישט נוהג מזלל און די טעכטער בגילח שער. סא חותן איז היינט נישט שייך כ''ש מיט א גוי.
ווארט נאר באלד וועט קומען אן אויבער חכם און זאגן, מתוך שאתה מחמיר בטבילת כלים דרבנן נמצא אתה מיקל באיסרי ראסיזים שהן מדאוריתא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:06 am
דורך געפילטע פיש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:גוד מורנינג. איך ווייס דאס אויך. אבער אויב פירט מען זיך ווי דער רמ"א הנ"ל, און נישט ווי דער אריז"ל המובא במגן אברהם שם, לויט ווי דער מגן אברהם שלאגט אפ דעם אריז"ל'ס ראיה, האט דאס גארנישט מיט לילה זמן ציצית. די שאלה איז צו מזאל בכלל אנהאבן א בגד פון ד' כנפות.

מיין תגובה צו ק"ט איז געווען צונג אין באק, פארשטייט זיך אז ביינאכט האלט קיינער נישט אז ס'דא א חיוב מעיקר הדין און ס'בלייבט ווייטער א מ"ע שהגזג"ר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:13 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק מען רעדט פון לילה און דו זאגסט גוד מארנינג. תרתי דסתרי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:20 am
דורך משה געציל
איך זיך א היתר צו פארן אויף פלארידא.
מעשה רב? פה שאסר פה שהתיר?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:28 am
דורך היימישער ליטוואק
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק מען רעדט פון לילה און דו זאגסט גוד מארנינג. תרתי דסתרי

לשיטות המחייבים בציצית בלילה, אף שקיי"ל לילה לאו זמן ציצית, משום דהפטור הוא על בגד המיוחד ללילה, ופטור אף ביום.
בוקר טוב!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:47 am
דורך ברסלבער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:36 am
דורך ברסלבער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ספר אנטהאלט ליקוט פון קולות אויף הונדערטע ענינים.
לינק

זייער אן אינטערעסאנט ספר, יישר כח. (דער זעלבער מחבר פון דבר סתר?).

עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האט געזעהן דורכלויפנדיג דעם ספר.

ער האט א קלארע היתר צו שרייבן פרויען נעמען אין חתונה בריוולעך..

12.JPG

א היתר צו הערן אין ביה"כ ניגונים וואס האבן פסוקי תורה..

11.JPG

א היתר וואס חסידישע אידן דארפן אסאך אנקומען דערצו. צו דאווענען מנחה שפעט און מעריב פרי, וואס איז לכאורה תרתי דסתרי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 pm
דורך איחוד פעלד
די אלע וואס האבען געשריבען וועגען פסיק רישא לגבי קעמען די פיאות אין שבת, זענען זיך טועה אין א בפירושער שטיקעל שולחן ערוך, איך מיין סימן ש"ד סוף הסימן, ווי עס שטייט קלאר אז הגם דאס הייסט נישט א פסיק רישא איז עס אסור, ווייל למעשה ווילסטו אז דער פאה וואס איז פארקניפט זאל ארויסגעפליקט ווערען, ממילא קענסטו נישט זאגען אז עס הייסט אינו מתכוין, ודו"ק כי פשוט הוא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:39 pm
דורך ממרום שלח אש
איך זוך א היתר צו קאפיען מנשהס סידי... כוואלט עניוועי נישט געקויפט, זה נהנה וזה לא חסר, כופין על מדת סדום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:21 pm
דורך יתרו
איחוד פעלד האט געשריבן:די אלע וואס האבען געשריבען וועגען פסיק רישא לגבי קעמען די פיאות אין שבת, זענען זיך טועה אין א בפירושער שטיקעל שולחן ערוך, איך מיין סימן ש"ד סוף הסימן, ווי עס שטייט קלאר אז הגם דאס הייסט נישט א פסיק רישא איז עס אסור, ווייל למעשה ווילסטו אז דער פאה וואס איז פארקניפט זאל ארויסגעפליקט ווערען, ממילא קענסטו נישט זאגען אז עס הייסט אינו מתכוין, ודו"ק כי פשוט הוא.

סאיז סוף סימן שג מג"א בשם הריב"ש, למעשה זאגט דארט די ריב"ש אזוי: עס ידוע ווען איינער קעמט זיינע האר איז עס נאר צוליב וויל ער וויל אפטיילן פארקניפטע האר ממילא איז עס א מתכוין (ובדרך אגב ער איז חולק אויף רש"י וואס איז נישט משמע אזוי) לפי"ז כהיום ווען עס איז אכשר דרא דער עולם נוצט רעגיולאר שעמפאא און דאוו זייף איז בדרך כלל נישטא קיין פארקניפטע האר אין קיין פאות און מען קעמט נישט צוליב פארקניפטע האר נאר עס צו קרייזלן ממילא איז נישט נוגע די ריב"ש. (שוין יארן וואס איך זיך פארקניפטע האר אין מיין פאות ועדיין לא מצאתי).
ווי עס איז יא נוגע איז אולי ביי מיידלעך וואס האבן צומאל פארקניפטע האר, ובפרט בנשים הטובלות וואס די מטרה פון זייער קעמען איז אויסרייסן די פארקניפעטע האר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:31 pm
דורך מאטי
אויב האט מען נאר אינזין דייקא אויפצוקניפן, פארוואס זאל דאס הייסן מתכוין אויף רייסן? מ'רעדט דאך דא אז ס'איז נישט קיין פסי"ר אויף רייסן .

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:34 pm
דורך יתרו
ווייל ווען א קעמעל זעט א קניפט, קניפט ער עס נישט אויף נאר ער רייסט עד זוב דם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:38 pm
דורך מאטי
דאן איז דאס דאך א פסי"ר. אבער טאמער מ'האט געמאכט אן עקספערימענט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס איז נישט קיין פסי"ר , אויף דעם איז געווען דאס גאנצע שקלי וטריא ביז איצט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:42 pm
דורך יתרו
ווען די פוסקים זאגן אז ער איז מכוין נגד שערות מקשורות מיינען זיי נישט אז ער איז מכוין צו אויפקניפן די פארקניפטע האר זיי מיינען אויסרייסן . אויב האסטו טאקע נאר אינזין צו אויפקניפען איז עס נישט קיין פראבלעם אבער עס א כוונה לבטלה ווייל נישט דאס טוט א קעמעל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:49 pm
דורך DotCom
הערשי האט געשריבן:מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?


איך בין אמאל געווען אויף וועקעישן ערגעץ חוץ לעיר און געוואלט נוצן א נייע כלי איך האב געוואלט וויסן צו איך קען טובל'ן אין א לעיק האט מיר דער דיין געזאגט אז ענדערש זאל איך עס מקנה זיין פאר א גוי אזוי דארף מען עס לכתחלה נישט טובל'ן, נו אפשר קען מען מקנה זיין דעם טאוסטער פאר די גויטע? ערב פסח קען זי עס אפילו אהיים נעמען...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:50 pm
דורך מאטי
וואס איז די גדר פון אינו מתכוין און כוונה לבטלה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:59 pm
דורך יתרו
אינו מתכוון מיינט אז עס קען געשען במציאות נאר דו האסט נישט אינזין. כוונה לבטלה מיינט אז דו האסט א כוונה וואס קען נישט געשען במציאות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:02 pm
דורך יתרו
DotCom האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?


איך בין אמאל געווען אויף וועקעישן ערגעץ חוץ לעיר און געוואלט נוצן א נייע כלי איך האב געוואלט וויסן צו איך קען טובל'ן אין א לעיק האט מיר דער דיין געזאגט אז ענדערש זאל איך עס מקנה זיין פאר א גוי אזוי דארף מען עס לכתחלה נישט טובל'ן, נו אפשר קען מען מקנה זיין דעם טאוסטער פאר די גויטע? ערב פסח קען זי עס אפילו אהיים נעמען...

נישט קיין וויץ עס זענען דא וואס פירן זיך אזוי.
במקום שאי אשפר יש למסור הכלי לגוי במתנה ולאחר מכן לשאול ממנו לתקופת זמן בלתי מוגבלת (מנחת יצחק ט פג ע"פ שו"ע יו"ד קכ ח,יא).