בלאט 4 פון 4

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:42 pm
דורך נישנאש
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:37 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:47 pm געווען ביי אים נעילת החג שבועות, געפאקטע עולם זיכער 200 מענטשן, ער האט עכטע חסידים, הערליך גערעדט פארשטייט זיך מיט שטארקע בכיות
איך האלט ס'איז א אור וואס בארא פארקער אידן וועלן יעצט אויסטרעכפן, אצינד אז זיי האבן איצטער א נייע גרויסע ביסמ"ד
דהיינו ? זיי האבן געמופט?
יא
געדינגן א שיינע גרויסע ביהמ"ד

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:11 pm
דורך שפילער
ווי?

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:19 pm
דורך Yesh
געהערט אז זיי האבן עס געקויפט, סאיז העכער די נייע אגדה שול, געהערט אז מיט די געלט וואס זיי האבן עס אפגעקויפט האט מען גענדיגט די שול

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:49 pm
דורך היימלינד
Yesh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:19 pm געהערט אז זיי האבן עס געקויפט, סאיז העכער די נייע אגדה שול, געהערט אז מיט די געלט וואס זיי האבן עס אפגעקויפט האט מען גענדיגט די שול
געווען עפעס א דיעל ווייל ברכת מנחם האט געדארפט געלט צו ענדיגען
שמעתי אז ס'איז נאר א ליעס, ברכת מנחם וויל איהם נישט דארט פאר צו לאנג ער קען נאך פארלירען א האלבע עולם צום רבין

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:04 pm
דורך שפילער
Yesh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:19 pm געהערט אז זיי האבן עס געקויפט, סאיז העכער די נייע אגדה שול, געהערט אז מיט די געלט וואס זיי האבן עס אפגעקויפט האט מען גענדיגט די שול
איז נישט ברכת מנחם דארט?

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:56 pm
דורך היימלינד
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:04 pm
Yesh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:19 pm געהערט אז זיי האבן עס געקויפט, סאיז העכער די נייע אגדה שול, געהערט אז מיט די געלט וואס זיי האבן עס אפגעקויפט האט מען גענדיגט די שול
איז נישט ברכת מנחם דארט?
יא ס'איז זייערס, די בנין איז גענוג גרויס פאר נאך אפאר
ברכת מנחם דאווענט נאכנישט דארט, זיי האבן עס נישט געקענט ענדיגען, דאכט זיך מיר אז די דיעל איז געווען אז סטוטשין ענדיגט עס און קען זיין דארט לכבוד דעם פאר 2 יאר

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:17 pm
דורך סקרו דרייוער
ברכת מנחם דאווענט דארט טעגליך

סטיטשין דינגט פון זיי די דריטע שטאק

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:28 pm
דורך yesiknow
אזא רבי ווי אהים דארף מען באצוקערען סאיז אינטערסאנטע פערצופאל אז די צוויי רביס זענען אין איין בנין.

דער ברכת מנחם איז אויך א חידוש פון א דערהער נישט צו פארגלייכען די צוויי אבל לא בחינם הלך .... איך ווער שוואך פון די רבי איך קוק זיינע קליפס דאס הארץ עפענט זיך אויף לאמיר אריינכאפען א שבת מיטען רבין

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:46 pm
דורך נישנאש
ס'איז אויפן 3טע שטאק, אבער א שיינע גרויסע שול

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 4:29 pm
דורך אינטערסאנטער
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:47 pm געווען ביי אים נעילת החג שבועות, געפאקטע עולם זיכער 200 מענטשן, ער האט עכטע חסידים, הערליך גערעדט פארשטייט זיך מיט שטארקע בכיות
איך האלט ס'איז א אור וואס בארא פארקער אידן וועלן יעצט אויסטרעכפן, אצינד אז זיי האבן איצטער א נייע גרויסע ביסמ"ד
ער איז באמת אן אור גדול. מען וועט נאך אמאל באוויינען אז מען האט אים נישט גענוג אויסגעניצט. איך רעד טאקע פון עובדי השם חסידישע אידן וואס האבן אים נישט אויסגעניצט, נישט וויסנדיג אז מען קען ביי אים א געוואלד קונה זיין.

איך האב נאכנישט געזען א רבי בדורינו אלה וואס זאל אזוי שטארק פראווענען אזוי ווי אים, און מיט א שטארקע ערנסקייט באגלייט שטענדיג מיט בכיות נוראות אינאיינעם מיט די שמייכל תיכף נאכדעם. ווען מען גייט צו זיין טיש דאכט זיך ווי מען שפרינגט צוריק אזא צוויי הונדערט יאר, א מורא'דיגע השתפכות הנפש און אמת'דיגקייט.

יאריך ימים על ממלכתו.

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 10:20 pm
דורך אמאהלגעקעננט
װער סאיז גאװען בײ די חומש סעודה פון ת״ת מבקשי השם פאר א יאר װעט קײנמאל נישט פארגעסן װי ער האט זיך געשטעלט אױפן סטעידזש נעבן להבחל״ח קאסובער רבין זצ״ל און געהאלטן א דרשה מיטן גאנצן עמקות און נאכדעם מיט בכיות זיך אײנגעריסן לרפואתו השלמה פון רבין זצל. אוי איז דאס געװען א מעמד

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 4:18 pm
דורך אמאהלגעקעננט
געהערט פון ר שמעי׳ קעסלער שי׳ משב״ק פון הרה״ק מספינקא אז ר הערשעלע האט שטארק געװאלט ער זעל אננעמען די רביסטעװע און זײער צוגעשטופט צו דעם אבער גאר אינטערסאנט איז ער דערצײלט ( ער האט דעמאלץ געלערנט אין אר״י ) אז ער האט געפרעגט הגר אלעזר מנחם שך זצ״ל פאניעװיטשער ר״י און ער האט עם שטארק מעודד געװען ער זאל װערן רבי! As unbelievable as it sounds

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 11:17 pm
דורך yesiknow
הער איך גאר אז די רבי איז געוועהן א מעמבער אין שומרים כדי לחזקם איך ווער א חסיד פון אהים אזא הארץ א הייליגע איד מיט אזא לעכטיגע צורה אין נשמה .
מען קען איינשטיין בא עהם אויפ א שבת איינער ווייסט אפשר?

זיין הימנע איז די ניגון והשב לשכינינו (סקולען) ער קען פארגיסען א קוואל אויף די ניגון ער האט אין זיך אסאך סארטען נשמות ער איז כמה גוונין בצורה אחד

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:16 am
דורך האי פרושא
yesiknow האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:17 pm הער איך גאר אז די רבי איז געוועהן א מעמבער אין שומרים כדי לחזקם איך ווער א חסיד פון אהים אזא הארץ א הייליגע איד מיט אזא לעכטיגע צורה אין נשמה .
מען קען איינשטיין בא עהם אויפ א שבת איינער ווייסט אפשר?

זיין הימנע איז די ניגון והשב לשכינינו (סקולען) ער קען פארגיסען א קוואל אויף די ניגון ער האט אין זיך אסאך סארטען נשמות ער איז כמה גוונין בצורה אחד
דאס איז די באקאנטע סטיטשינער? ער איז געווען א שומרים??

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:38 am
דורך היימלינד
האי פרושא האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:16 am
yesiknow האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:17 pm הער איך גאר אז די רבי איז געוועהן א מעמבער אין שומרים כדי לחזקם איך ווער א חסיד פון אהים אזא הארץ א הייליגע איד מיט אזא לעכטיגע צורה אין נשמה .
מען קען איינשטיין בא עהם אויפ א שבת איינער ווייסט אפשר?

זיין הימנע איז די ניגון והשב לשכינינו (סקולען) ער קען פארגיסען א קוואל אויף די ניגון ער האט אין זיך אסאך סארטען נשמות ער איז כמה גוונין בצורה אחד
דאס איז די באקאנטע סטיטשינער? ער איז געווען א שומרים??
יא, איך געגנק איהם זעהן אויף קאלס יארען צוריק

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 1:10 pm
דורך אינטערסאנטער
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:38 am
האי פרושא האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:16 am
yesiknow האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:17 pm הער איך גאר אז די רבי איז געוועהן א מעמבער אין שומרים כדי לחזקם איך ווער א חסיד פון אהים אזא הארץ א הייליגע איד מיט אזא לעכטיגע צורה אין נשמה .
מען קען איינשטיין בא עהם אויפ א שבת איינער ווייסט אפשר?

זיין הימנע איז די ניגון והשב לשכינינו (סקולען) ער קען פארגיסען א קוואל אויף די ניגון ער האט אין זיך אסאך סארטען נשמות ער איז כמה גוונין בצורה אחד
דאס איז די באקאנטע סטיטשינער? ער איז געווען א שומרים??
יא, איך געגנק איהם זעהן אויף קאלס יארען צוריק
ער איז דען שוין נישט? אפאר יאר צוריק ממש איז ער נאך געווען אין חברים א מעמבער, אפיציעל צו אום אפיציעל ווייסעך נישט, אבער מען פלעגט אים קענען טרעפן אינמיטן גאס געבן א באסט פאר איינעם. איינער האט אים געפרעגט ווי פאסט עס פאר א רבי צו געבן א באסט? האט ער געענטפערט: אויף וואס דען איז א רבי געמאכט אויב נישט צו געבן א "באאסט" פאר א איד... ודפח"ח

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:33 pm
דורך יצחק אייזיק
איז דא פון אים קליפס פון זיין טישן וכדו'?

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:39 pm
דורך [NAMELESS]

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:43 pm
דורך [NAMELESS]

Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:52 pm
דורך Yesh
.