בלאט 4 פון 8

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:51 pm
דורך טיטאניק
דאס איז געקימען נאך א סעריע פון סטראשינקעס פון פיניש
און איך ארבעט טאקע יעצט אויף א ברייטע דעקינג אין צייטינגען
נישט גרימג אבער איך ארבעט אריין
גרייט אייך

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:52 pm
דורך פיניש
טיטאניק האט געשריבן:דאס איז געקימען נאך א סעריע פון סטראשינקעס פון פיניש

שקר. קיין איין סטארשענונג!

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:55 pm
דורך קרני צבי
טיטאניק האט געשריבן:שנית אז זיי זענען גרייט אויף רציחה ממש, אין אנדערע ווערטער זיי זענען מודה אז איך בין גערעכט אז זיי זענען חשוד אויף אלע 3 עבירות


נישט אויף רציחה ממש, מ'מיינט נישט כפשוטו. ביי אונז ווען מ'געט נישט קיין פיקל נעבן די לאקשן קוגל הייסט דאס ג'הארגעט. נו, שוין וועסטו עסן דעם לאקשן קוגל אן קיין פיקל, איז דאס עק וועלט?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:07 pm
דורך טיטאניק
איך האב אלץ בחור אסאך געזען זיין פירונג אין די בעק פון וויזניצע שיכון
אידען פום מאנסי כולל הצלה מעמבערס נעמען יעצט אפיר בילדער און ריפארטס פון הצלה פון יענע צייטען

בקרוב גייט קרני צבי עסען פיקעלס וואס ער האט אליין געקאכט

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווער איז דער אירואל גאלדמאן וואס מ'זעט אסאך אין יענע קליפ?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:15 pm
דורך טיטאניק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ווער איז דער אירואל גאלדמאן וואס מ'זעט אסאך אין יענע קליפ?

איך ווייס אויך נישט אבער דאס טיט טאקע וויי אז אזא בחנטער יונגערמאן וואס מאכט אזא נארמיילער רושם זאל נעבעך זיין פארכאפט
איז דאס נישט קיין הארץ ווייטאג? קען מען נישט וויינען דערויף?
מילא זיין זין נחמן זעט דאך אויס מיט די זעלבע מאנקי פעיס פון זיין פאטער און דער אנדערע אלטער שנארער וואס מען זעט גולמ'ען אויף יעדע בילד ווי א אלטע שיתר נעבען א שטייעדיגע בית הכבוד, זאל ער זיין דארט געזינטערהייט
אבער די נארמיילע איידעלע נשמות וואס דער רשע האט פארכאפט אט טאקע דאס רייסט ביים הארץ
זיי ווייסען נישט אין וואס א סארט באבעל זיי לעבען נעבעך

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:17 pm
דורך טיטאניק
פיניש האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:דאס איז געקימען נאך א סעריע פון סטראשינקעס פון פיניש

שקר. קיין איין סטארשענונג!

אלעס ביי ענק איז "שקר"
דאס ענפערען ענק ביי יעדע טענה
אבער פיניש+קרני צבי+העלבראנץ
פארגעס נישט אז די מאנסיער אידען געדענקען זייער גיט וואס ענק האבען דארט אנגעווערעטשאפט
דער עולם געדענקט צי גיט
ווען די שרייסט "שקר" פארשטיי איך אז די מיינסט צי זאגען "יא יא איך בין מודה"

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:19 pm
דורך איך אויך
איך וויל פארציילן ברבים (מיט רשות) אז טיטעניק האט מיר אנגעפרעגט וואס צו טוהן און אזא פאל און ווי אזוי מען באהאנדעלט ארז דעם מנוול וואס סטראשעט האב איך עם געזאגט אז מען איז עם מייעץ זיך צו גיין פ'ען און מען איז מודיע פאר א אחראי תיכף ומיד אז מען סטראשעט דיר.
אין א נארמאלע פלאץ וואלט א ניק באקומען א חסימה טובה פאר אזעלכע סטראשוניקעס.

איך האב ציפיל סטראשינקעס פון דער פיניש אבער נאט אייך נאך איי

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:22 pm
דורך טיטאניק
פיניש האט געשריבן:דו האסט נישט גארנישט קיין כוח ביזט סתם א פארלירער מיט א טעלעפאן אין האנט און דו קענסט אביסל טייפן איך שרעק זיך גארנישט פון דיר! איך וועל דיר אונטערברענגען פריערט! אזא בישה אויף דיין קאפ ארויף און אויף אלע דיינע חברים להרע!!
פוי אויף דיר!

איך גיי נישט מער קלעטערען אין די גארבידזש צי טרעפען העלבראנצעס גארבידזש
סתם מען זאל נישט מיינען אז שתיקה כהודאה חלילה
איך האב מיר נאר געהאלטען שטיל ביז יעצט אבער אז דער מטורף העלבראנץ סטראשעט זאל ער וויסען אז קאווע שטיבל איז נישט קאנאדע אדער קיובעק

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:41 pm
דורך קרני צבי
טיטאניק האט געשריבן:איך האב מיר נאר געהאלטען שטיל ביז יעצט אבער אז דער מטורף העלבראנץ סטראשעט זאל ער וויסען אז קאווע שטיבל איז נישט קאנאדע אדער קיובעק


חלילה, קאווע שטיבל איז נישט די פראנצויזישע צוריק געבליבענע קיובעק.

קאווע שטיבל איז א רואיגע ווינקל צו שמועסן און פאברענגען (נישט אומברענגען!) נוסח מאנסי ווי מיר אלע וואוינען.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:43 pm
דורך קרני צבי
טיטאניק האט געשריבן:איך האב אלץ בחור אסאך געזען זיין פירונג אין די בעק פון וויזניצע שיכון


איך געדענק ווען לב טהור איז דא געווען אז ס'האט זיך געדרייט דארטן א בחור, צוויי אויגן מיט א נאז, דו ביזט דאס?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:45 pm
דורך קאווע טרינקער
קרני צבי האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך האב אלץ בחור אסאך געזען זיין פירונג אין די בעק פון וויזניצע שיכון


איך געדענק ווען לב טהור איז דא געווען אז ס'האט זיך געדרייט דארטן א בחור, צוויי אויגן מיט א נאז, דו ביזט דאס?

איך געדענק איינער הערשל מיט הערנער, דאס ביסטו?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:54 pm
דורך קרני צבי
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קרני צבי האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך האב אלץ בחור אסאך געזען זיין פירונג אין די בעק פון וויזניצע שיכון


איך געדענק ווען לב טהור איז דא געווען אז ס'האט זיך געדרייט דארטן א בחור, צוויי אויגן מיט א נאז, דו ביזט דאס?

איך געדענק איינער הערשל מיט הערנער, דאס ביסטו?


יא, דאס בין איך.
בילד

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:57 pm
דורך קרני צבי
איך אויך האט געשריבן:אין א נארמאלע פלאץ וואלט א ניק באקומען א חסימה טובה פאר אזעלכע סטראשוניקעס.


דא איז כתיבה טובה אויך גענוג.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:08 pm
דורך ביבער
איך קען מיר נאר מצייר זיין ווי די חוט המשולש דארט אין אנטאריא וואקעלן זיך אויף די ערד פון די שארפזיניגע וויצן וואס פליען יעדע מינוט ארויס פונעם ראש זייערן, היינט איז געווען א גוטער נאכט דארטן, אי"ה מארגן באקומען אלע מלמדים נאך א חלה.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:09 pm
דורך טיטאניק
ביבער האט געשריבן:איך קען מיר נאר מצייר זיין ווי די חוט המשולש דארט אין אנטאריא וואקעלן זיך אויף די ערד פון די שארפזיניגע וויצן וואס פליען יעדע מינוט ארויס פונעם ראש זייערן, היינט איז געווען א גוטער נאכט דארטן, אי"ה מארגן באקומען אלע מלמדים נאך א חלה.

און אויך א brand new שווארצע שלאף גארבידזש בעג

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:04 am
דורך (1 נייע הודעה)
טייער יודן רחמנים בני רחמנים שנאת חנם איז נישט א וויץ ממוז מוחה זיין!

לב טהור איז מיט גורנישט אנדריש פון אנדירע יודן מיר זענן אלע גישטאנן צוזאמען ביים בארג סיני, לאמיר זיי יעצט מקרב זיין בעת צר להם דער רבושע זאל אינז אלע בענטשין בכל מילי דמיטב!

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:08 am
דורך שטילע אינגערמאן
אקעי, קרני צבי, פיניש, 1 נייע הודעה, האבן מיר שוין אלע דריי עסקנים פון לב טהור,
יעצט דארפן מיר נאר די רבי אליין

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:21 am
דורך (1 נייע הודעה)
איך בין קיינמאל גיוועזין אין לב טהור גלייבץ מיר, איך האב זיי קעניו גילערינט דא איך זעי אז זיי זענין א פארפיינטי חסידות אבער איך פארשטיי נישט פארווואס די שנאה? איז נישט ביי יעדין דא די זעלבי חסרונות נאר מיט אנאנעדיר דעקיל? פארוואס זיי פיינטעט מען מער ווי יעדין. האלקים יבקש את הנרדף יודן האט שכל דער גוי האט אינז אייניג פיינט, דער יודישער קאפוי אין לאגער האט נישט בעסיר אפגעשניטן נאר אפשר אסאך ערגיר, מיר יודן דארפין זיך ליבן און ארויסהעלפין ובפרט בעת צרה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:56 am
דורך מורינו הרב
וואס איז געווען דארט היינט ביינאכט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:27 am
דורך קרני צבי
מורינו הרב האט געשריבן:וואס איז געווען דארט היינט ביינאכט?


האסט מיר שוין דערשראקן, עס האט מיר געקאסט אפאר טעלעפאן קאלס צו אפאר אידן דארט.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס איז געווען א נאכט ווי יעדע נאכט, מען האט געדאוונט מעריב, געלערנט, געגעסן נאכטמאל, געליינט קריאת שמע שעל המיטה און זיך געלייגט שלאפן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:46 am
דורך איך אויך
מיט וועם?

ירארה הקהל וישפוט

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:57 pm
דורך ציוני
איך זיץ מיר דא שטיל אין רוהיג
און ליין ווי דער טיטאניק מיט חזקיהו המלך, פראבירן מנגח זיין די קרני צבי פון פיניש

און איך באסמאקעווע זיך

קוקט נאר ווי דער טיטאניק און חזקיהו המלך שרייבן צו די זאך
און דער קרני צבי פון פיניש, שרייבן הוילע שטותים, און סטראשונגען



איך מיין אז יעדער וואס איז אריבער די פיר פעידזשעס
זעהט גלייך למי החותמת ולמי הפסולים
שוין ציייט אפצוהאקן די קרני צבי פון פיניש, און זיי שיקן ליפטערן אין קאנאדא

ארצות הברית, האט שוין גענוג געליטן פון זיי



גראדע איין גוטע בשורה אז גאר בקרוב ממש
וועט מען דעם ארז איינזעצן אחר סורג ובריח
בעז"ה


קאנאדא און מדינת ישראל (פוי ציונים) ארבעטן שווער אים צו שיקן צום חד גדיא, וחפץ ה' בידם יצליח