בלאט 4 פון 13
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:07 pm
דורך פלאוויוס
@ישראל: גערעכט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:10 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן עטליכע מאל מיט דאס ווארט 'איטליכן' (אדער איטליכע) באנוצט מיטן זעלבן באדייט ווי עטליכע, אבער מיר ליגט אין קאפ אז איטליכן מיינט יעדן (דער מלמד האט איטליכן געגעבן א גלעט אין פנים) בשעת עטליכע מיינט דווקא נישט יעדן, בין איך גערעכט, אדער מאך איך א טעות?
kafka: You are right. The former means "Everyone of the group". All inclusive. While the latter designates the Exclusive. Some of the group. Not all,
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:45 am
דורך פלאוויוס
בערל, דיין הגדרה אויף "איטליכער" איז דאכט זיך נישט פונקטליך. "איטליכער" איז נישט דער זעלבער טייטש ווי "אלע/אלעמען" נאר ס'איז ענדערש דער טייטש פונעם ענגלישן each, און דאס הייסט: "פּער יעדן".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:30 pm
דורך berlbalaguleh
פלאוויוס האט געשריבן:בערל, דיין הגדרה אויף "איטליכער" איז דאכט זיך נישט פונקטליך. "איטליכער" איז נישט דער זעלבער טייטש ווי "אלע/אלעמען" נאר ס'איז ענדערש דער טייטש פונעם ענגלישן each, און דאס הייסט: "פּער יעדן".
אבער די תוצאה איז "פאר א יעדן". דאס הייסט ביי מיר "אינקלוסיוו"...! I don't see the difference. It's probably because I'm unintelligent...(Dumb...!)...
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:09 pm
דורך ונבנתה העיר
לעצטענס האביך באמערקט עטליכע שרייבער שרייבן 'ער האט שיער נישט' - 'שיער' חסר, איז נישט די ריכטיגע אויסלייג 'שיעור'?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:21 pm
דורך כוכב
ניין. שיער נישט.
שיעור חזון איש, א שיעור גמרא, אבער "כמעט", קומט "שיער".
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס ס'דא מענטשן וואס האבן עטליכע שיעורים אין טאג, זיי לערנען איינמאל שיער צופרי און איינמאל שיער נאכמיטאג און איינמאל שיער ביינאכט
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 12:42 pm
דורך ונבנתה העיר
כוכב האט געשריבן:ניין. שיער נישט.
שיעור חזון איש, א שיעור גמרא, אבער "כמעט", קומט "שיער".
איז עס א אידישע ווארט?
כ'האב אלץ פארשטאנען 'שיעור נישט', כאילו ס'האט געפעלט די שיעור עס זאל זיין כך וכך.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 1:54 pm
דורך אפטעמיסט
קיינמאל דאס נישט געוויסט.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 1:55 pm
דורך ברסלבער
אין די מעלות/מאמע לשון, איז געווען אמאל א שיעור איבער שיער. ווער ס'קען עס אריינסקענען תע"ב.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:10 pm
דורך כוכב
שיר איז אן אלטע אידישע ווארט. אלזא שיר און אלזא באלד אין אונזער טאגן שירה וואס באדייט שנעל, אט, שוין, גיך, באלד כמעט.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:20 pm
דורך אפטעמיסט
געוויסט אדער געוואוסט?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:26 pm
דורך ונבנתה העיר
געוואוסט.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:31 pm
דורך כוכב
ס'דא אמאל וואס מ'שרייבט געוויסט, אבער איך בין אליין נישט אזוי באהאוונט אין דעם כלל.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 2:34 pm
דורך אפטעמיסט
הייסט געווענליך שרייבט מען יא "געוואוסט"?
אבי כ'האב געמיינט כ'קען ספעלן
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 3:07 pm
דורך אפטעמיסט
און וואס איז מיט ווינדער צי וואונדער?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 3:14 pm
דורך ונבנתה העיר
וואונדער.
כ'מיין אז 'וויסט' איז נאר מלשון תוהו.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 3:56 pm
דורך ישראל קאפקע
שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 4:14 pm
דורך אפטעמיסט
באלד וועט מען מיר נאך זאגן אז "קינדער" לייגט מען אויס קאונדער...
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:43 pm
דורך שמעקעדיג
ישראל קאפקע האט געשריבן:שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?
שיר מיינט שוין?
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:46 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט ביי די תפיסה אנטלויפעכטס, איז מיר איינגעפאלן 2 קשיות,
1. פארוואס זאגט מען ער "זיצט" אין תפיסה? ער שטייט דען נישט אדער ליגט? מען גייט אים 'איינזעצן', ער איז 'געזיצן', וכדומה. אייגענטליך אין פסוק שטייט שוין 'יושבי' חושך וצלמות.
2. די פרוי האט באקומען "קאלטע פיס". וואס מיינט דאס? עס קומט פון ענגליש מיינעך (שי גאט קאלד פיט), איך פארשטיי אז מען מיינט ארויסצוברענגען אז די ווארעמקייט צו א זאך האט אויסגעוועפט, אבער פארוואס פונקט קאלטע פיס?
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:48 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:שיער (כמעט) און שיר (שוין ,שנעל).
אינטערעסאנטע מעגליכקייט, איך האב קיינמאל נישט צוזאם געשטעלט די צוויי ווערטער. איז עס טאקע איין און דעם זעלבן ווארט?
שיר מיינט שוין?
פונעם פיוט 'אלמעכטיגער גאט', אלזא שיר און אלזא באלד.