בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:43 am
דורך שמואל הלוי
1.54 אינטשעס רעגן איז נעכטן געפאלן אין סענטראל פארק, וואס איז בערך אזוי ווי 16 אינטשעס שניי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:50 pm
דורך אייגענארטיג
ני ווי זענען מיר פונעם עוורידש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:54 pm
דורך שמואל הלוי
9.13

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:21 am
דורך שמואל הלוי
היפש אסאך רעגן איז היינט געפאלן אין סענטראל פארק, בלויז אין די לעצטע דריי שעה אליין איז געפאלן 1.71 אינטשעס, אלעס אינאיינעם זינט נעכטן נאכט איז שוין געפאלן איבער צוויי אינטשעס רעגן, און נאך רעגן איז ערווארטעט צו פאלן היינט במשך די טאג.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:30 am
דורך שמואל הלוי
די נארמאלע צאל רעגנפאל פאר די מאנאט פון סעפטעמבער אין סענטראל פארק איז 4.28 אינטשעס, און ביז די היינטיגע רעגן איז געפאלן אין דעם מאנאט בלויז 2.43 אינטשעס, אבער מיט די יעצטיגע רעגן וואס האלט שוין דערווייל ביי איבער צוויי אינטשעס איז מען שוין העכער ווי די דורכשניט פאר דעם מאנאט, פארן יאר איז מען אבער נאך אלס אונטערשטעליג מיט ארום אכט אינטשעס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:33 am
דורך שמואל הלוי
די רעקארד רעגנפאל פארן היינטיגן טאג אין סענטראל פארק איז 3.84, דערווייל האט מען נאך צוגיין היפש ביזן ברעכן די רעקארד פארן היינטיגן טאג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:37 am
דורך שמעקעדיג
וואס וועט זיין סוכות?
זיי זאגן פאר אביסל רעגן אויף די ערשטע טעג.
מאכט גרייט אייער שלאק!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 6:28 am
דורך שמואל הלוי
מ'האלט יעצט ביי 10 א האלב אינטשעס אפגערוקט פון נארמאל, אבער מיט די ערווארטעטע האריקעין נעקסטע וואך וואס קען ברענגען 5 ביז 10 אינטשעס רעגן, וועט זיך עס היפש היפש עפראוון, אויב נישט אינגאנצן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:44 am
דורך משה רוקח
ווי האלט מען יעצט נאך סענדי?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:20 pm
דורך שמואל הלוי
סענדי האט למעשה איבערגעלאזט נאר עטוואס מער ווי א אינטש אין סענטראל פארק, און זינט סענדי האט גארנישט גערעגענט, סוי מ'איז נאך ווייטער היפש אונטערשטעליג.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:20 pm
דורך שמואל הלוי
למעשה האט זיך 2012 געענדיגט מיט 11.43 אינטשעס אונטערשטעליג.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל אינטשעס איז געווענטליך?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:22 pm
דורך שמואל הלוי
אין יארע 2013 איז דערווייל שוין געפאלן 0.57 פון א אינטש, וואס איז מיט 0.89 ווייניגער ווי די דורכשניט פארן היינטיגן דאטום.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:23 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:וויפיל אינטשעס איז געווענטליך?

49.94 פארן גאנצן יאר

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
ווייניגער רעגן איז גלאבעל ווארמינג אויך שילדיג??

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:31 pm
דורך שמואל הלוי
דערווייל איז נישט דא קיין שולדיגער... ניטאמאל א קאורט קעיס צו באשולדיגן עמעצן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
סהאט א שייכות מיט דעם אז 2012 איז געוועהן די הייסטע יאר אין אמעריקא אין היסטערי?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 10:52 am
דורך שמואל הלוי
נישט די "הייסטע" יאר, בלויז די "ווארעמסטע".

אגב; א יאר פריער 2011 איז געווען די צווייט פייכסטע יאר אין ניו יארק סיטי, במשך די גאנצע יאר איז געפאלן כמעט אכציג אינטשעס רעגן אינאיינעם מיט די וואסער פון די שניי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 9:13 am
דורך שמואל הלוי
נאך 0.18 פון א אינטש רעגן איז צוגעקומען במשך די נאכט, סך הכל איז שוין דעם יאנואר געפאלן אין סענטראל פארק 0.75 פון א אינטש.

ס'איז ערווארטעט נאך ארום א האלבע אינטש רעגן היינט נאכט און מארגן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:15 am
דורך שמואל הלוי
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט די וואסער פאל פאר יאנואר זיך ענדיגן נידריגער ווי געווענדליך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:10 am
דורך שמואל הלוי
1.45 אינטש איז שוין געפאלן דעם חודש.

לעת עתה איז עס אביסל מער ווי די דורכשניט פארן היינטיגן דאטום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:15 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט די וואסער פאל פאר יאנואר זיך ענדיגן נידריגער ווי געווענדליך.

איך האב פיין צוגעטראפן... הגם נעכטן נאכט איז געפאלן א שיינע אפותיקו רעגן, ס'איז געפאלן 0.94 פון א אינטש, אבער יאנואר ענדיגט זיך מיט נידריגער ווי געווענליכע רעגן פאל.

אלעס אינאיינעם איז געפאלן במשך יאנואר 2.76 אינטשעס, וואס איז מיט 0.89 פון א אינטש ווייניגער ווי די דורכשניט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:39 am
דורך שמעקעדיג
עס קומט א בליזארד שטורעם מיט א הויכע שניי דעם קומענדיגן שב"ק.
שמואל הלוי, וואו ביסטו ווען מען דארף דיר?