בלאט 4 פון 21

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:22 pm
דורך שמואל הלוי
דארט ווי מען קען צולייגן א אונטערשריפט שטייט:

דאס איז די טעקסט וועלכע ווערט צוגעלייגט אונטער אייער הודעות און תגובות אין די פארומס. עס איז דא א מאקסימום פון 300 שורות.


דאס איז די טעקסט וועלכע ווערט צוגעלייגט אונטער אייערע הודעות און תגובות אין די פארומס. עס איז דא א מאקסימום פון 300 שורות.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:23 pm
דורך יאנקל
איך שטוין אויף הרב דזשאווא׳ס איבערגעגעבנקייט!
לאמיך צולייגן נאך א הערה. דאס ווארט ״הודעה״ (ווי כמעט יעדעס ווארט אין לשון הקודש וואס ענדיגט זיך מיט א ה׳) איז א לשון נקיבה אין אידיש. דעריבער שרייבט מען אייביג ״די״ הודעה, און נאך א פראפאזיציע (פון, צו, אונטער, איבער, וועגן וכו׳) ״דער״ הודעה. פילע שרייבער זענען נישט מקפיד אויף דעם צווייטן חלק, און שרייבן אייביג ״די״ פאר א לשון נקיבה.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:25 pm
דורך שמואל הלוי
די אויסדרוק "באשאף הודעה" קלינגט מאדנע, אולי צ"ל "שרייב הודעה".

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:38 pm
דורך Java
ר' שמואל - "פארם" פארראכטען אויף "פארום", "אייער" פארראכטען אויף "אייערע". איר האט א נקודה וועגן "באשאף" מיר וועלן נעמען אין באטראכט אייער פארשלאג עס אויםצוטוישען מיט "שרייב".

ר' יאנקל, אויב ס'אייך נישט צו שווער, ביטע צייכנט צו צו די פלעצער ביי וועלכע איר האלט מ'דארף פארריכטען.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 11:07 pm
דורך שרגא
Java האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן: טויש פון "באנוצער'ס קאנטראל פאנעל" צו "באניצער'ס קאנטראל פאנעל"

"0 הודעות חדשות" דארף געטוישט ווערן צו אידיש

דער "יעצט" וואס שטייט לעבן "מאנטאג מערץ 26 וכו'" איז איבריג

ביי "צייכן אן פארומס אלץ געליינט", טויש "אלץ" צו "אלס"

"ווער איז אריינגעשריבען", קען אראפ דער ע'

"בסך הכל יש … מחוברים" קען געטוישט ווערן צו אידיש. און עס איז דא דארט א טאפלטער קאלאן

"דער גרעסטער צאל באנוצער" וואלט איך געטוישט צו "די גרעסטע צאל באניצער"

"סטאטיסטיקס" וואלט איך אראפגענומען דעם ס' ביים סוף
הנהלה האט באשלאסן צו לאזן מיט די "ס".
איבעראל וואו עס שטייט "באנוצער" טויש צו "באניצער"


די איבעריגע ווארט אויף באריסטא און גבאי שני.


געוואלדיג, אזוי שנעל.

האסט פארגעסן צו טוישן אויך פון "דער גרעסטער צאל באנוצער" צו "די גרעסטע", בלשון נקיבה
סטאטיסטיק, געב איבער פאר די הנהלה, קומט נישט מיט קיין ס' ביים ענדע ווארט אין דער אידישער שפראך. אבער נישט געפערליך.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:02 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב שוין געהאט עטליכע מאל אז אנשטאט דרוקן אויפן "לייק ליסט" קנעפל האב איך געדרוקט בטעות אויפן דערנעבענדיגן "ארויסשרייבן" קנעפל.
אפשר זאל מען ריקן די לייק קנעפלעך צו די אנדערע זייט נעבן די "ווייז אייערע הודעות" קנעפל?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 11:12 pm
דורך Java
מיר האלטן אינמיטן אימפלימענטירן א ראנג סיסטעם לויט וויפיל הודעות מען האט געלאזט. דערווייל האבן מיר ווי פאלגענד:

ראנג איינס, פון 0 ביז 150 הודעות
בילד
נייער באניצער

ראנג צוויי, פון 150 ביז 300 הודעות
בילד
היימישער באניצער.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 11:16 pm
דורך שמואל הלוי
יידל און יאנקל האלטן שוין ביי איבער 3 מאות כ"י.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 11:43 pm
דורך Java
גערעכט. דערווייל האבן מיר ארויפגערוקט דעם מספר צו 600.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:06 pm
דורך ידען
איך האב ווייניגער ווי 150 הודעות און צוויי אנגעפילטע באליס.

שמואל הלוי מיט 229 הודעות האט שוין דריי און נישט צוויי אנגעפילטע באליס.

די וואס האבן אונטער 100 האבן שוין צוויי באליס.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 4:42 pm
דורך Java
ידען האט געשריבן:איך האב ווייניגער ווי 150 הודעות און צוויי אנגעפילטע באליס.

שמואל הלוי מיט 229 הודעות האט שוין דריי און נישט צוויי אנגעפילטע באליס.

די וואס האבן אונטער 100 האבן שוין צוויי באליס.

יא, גערעכט. ביז דרייסיג הודעות איז "נייער באניצער". פון דרייסיג ביז הונדערט פופציג איז "באניצער", און פון הונדערט פופציג און ווייטער איז "היימישער באניצער".

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 5:19 pm
דורך ידען
נאכנישט באשטימט פונקטליך איי געס.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 11:57 pm
דורך גבאי שני
צוליב דער פארמערונג פון ראבאטישע רעגיסטראציעס האבן מיר צוגעלייגט אז ביים רעגיסטרירן א נייעם ניק מוז מען פארברענגען נאך עטליכע סעקונדעס אויסצופילן CAPTCHA בוכשטאבן.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 12:06 am
דורך ידען
הייסט עס אז מיר שרייבן זיך דא מיט ראבאטן?...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 12:10 am
דורך גבאי שני
ידען האט געשריבן:הייסט עס אז מיר שרייבן זיך דא מיט ראבאטן?...

פארשטייט זיך אז מיר אקטיוויזירן נישט די ראבאטישע ניקס...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:14 am
דורך ידען
Java האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך האב ווייניגער ווי 150 הודעות און צוויי אנגעפילטע באליס.

שמואל הלוי מיט 229 הודעות האט שוין דריי און נישט צוויי אנגעפילטע באליס.

די וואס האבן אונטער 100 האבן שוין צוויי באליס.

יא, גערעכט. ביז דרייסיג הודעות איז "נייער באניצער". פון דרייסיג ביז הונדערט פופציג איז "באניצער", און פון הונדערט פופציג און ווייטער איז "היימישער באניצער".

איך האב היינט אריינגעארבעט אנצוקומען צו היימישער באנוצער, און מייו בלאט פרעשור איז מיר ארויף זעענדיג מיין אימזינסטע פלאג ווען איך האלט ביי 150 און געבליבן די זעלבע :(

אויך שמואל הלוי איז אראפ פון היימישער באנוצער צו די זעלבע דרגא ווי מיר ..

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:17 am
דורך באריסטא
די ראנגען זענען נאך זייער צייטווייליג, און נאכנישט געהעריג אוועקגעשטעלט. דערווייל הערן מיר זיך צו צו יעדנ׳ס הצעות.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:22 am
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:
Java האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך האב ווייניגער ווי 150 הודעות און צוויי אנגעפילטע באליס.

שמואל הלוי מיט 229 הודעות האט שוין דריי און נישט צוויי אנגעפילטע באליס.

די וואס האבן אונטער 100 האבן שוין צוויי באליס.

יא, גערעכט. ביז דרייסיג הודעות איז "נייער באניצער". פון דרייסיג ביז הונדערט פופציג איז "באניצער", און פון הונדערט פופציג און ווייטער איז "היימישער באניצער".

איך האב היינט אריינגעארבעט אנצוקומען צו היימישער באנוצער, און מייו בלאט פרעשור איז מיר ארויף זעענדיג מיין אימזינסטע פלאג ווען איך האלט ביי 150 און געבליבן די זעלבע :(

אויך שמואל הלוי איז אראפ פון היימישער באנוצער צו די זעלבע דרגא ווי מיר ..

כלל גדול נקוט בידך; קוק נישט אויף קיין דרגות און קיין לייקס אד"ג, נאר ווען דו האסט מגיב צו זיין לאז דיר הערן און שפאר נישט קיין טינט, און ביז א קורצע תקופה וועסטו זיך פלוצים דערזעהן אלס א איד א "בעל מדריגה".

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:29 am
דורך ידען
איך קוק בכלל נישט ארויף איינעם וואס האט מער צייט ווי איך און וועגן דעם האט ער העכערע נאמבערס אין די זייט.

איינער וואס האט ווייניג תגובות אבער מער תוכן שטטייט א מיליאן מאל העכער.

היינט ווען איך האב זיך געטראפן נאנט צום 150 נאמבער, און געהאט מער צייט אום כאלאמאעד, האב איך געטראכט אז מיר וועלן זיך אנשטרענגען נאך אביסעלע...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:33 am
דורך שמואל הלוי
קוקסט בכלל נישט ארויף אויף מיר? כאטש איין קליינע בליק ארויף גיב'זשע ביטע...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:59 am
דורך ידען
וויי וויי. ווי ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן. אודאי קוק איך ארויף אויף דיר. דו האסט דאך ביידע, סיי אסאך תגובות און מלא מלא תוכן. איך האב נאר געממיינט צו ארויסברענגען אז איכות איז ביי מיר מערער ווי כמות.

כמוך ירבו בשטיבל!

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 10:59 pm
דורך שמואל הלוי
ווען מען קליקט אויף א ניק, למשל שמואל הלוי שטייט אנפאנג פעידזש "שמואל הלוי זענען יעצט אין די אשכול"...

קודם די ווארט "זענען" שטימט נישט, ס'דארף שטיין "איז", און נאכדעם פארוואס שטייט עס ביי יעדן איינעם, אפילו ביי די וואס זענען נישט אריינגעשריבן?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 12:56 am
דורך Java
שמואל הלוי האט געשריבן:ווען מען קליקט אויף א ניק, למשל שמואל הלוי שטייט אנפאנג פעידזש "שמואל הלוי זענען יעצט אין די אשכול"...

קודם די ווארט "זענען" שטימט נישט, ס'דארף שטיין "איז", און נאכדעם פארוואס שטייט עס ביי יעדן איינעם, אפילו ביי די וואס זענען נישט אריינגעשריבן?

דאס איז א פשוט'ער טעות וואס מען האט געמאכט בשעת'ן איבערזעצן פון העברעאיש צו אידיש. מיר האבן עס מתקן געווען. יישר כוחכם.