בלאט 4 פון 11
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 9:55 pm
דורך גאלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:היות די גאנצע עצרת איז נאר "תפילה", פארוואס נישט דאס מאכן אויף אושען פארקוועי, פארוואס אין מאנהעטען?
און אויב ר' בערל כץ מיט איצא גייט רעדן, פארשטייסטו יא אז מ'דארף עס מאכן אין מאנהעטן?
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 10:00 pm
דורך בעלזער חסיד
קאווע טרינקער האט געשריבן:היות די גאנצע עצרת איז נאר "תפילה", פארוואס נישט דאס מאכן אויף אושען פארקוועי, פארוואס אין מאנהעטען?
אטע דאס פרעגט אויך הרה"ג רבי יצחק לעבאוויטש, און ער האט טאקע געזאגט פאר א חסיד זיינע נישט צו גיין צופ פראטעסט משום איכא דרכא אחרינה...
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 10:02 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:היות די גאנצע עצרת איז נאר "תפילה", פארוואס נישט דאס מאכן אויף אושען פארקוועי, פארוואס אין מאנהעטען?
לכאורה ווייל דארט איז גרינג צוציקומען מיט פאבליק טראנספארטאציע
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 11:03 pm
דורך לאליפאפ
ארי מאנדעל - אויך באוואוסט אלץ דער עולם הבא פארקויפער - האט גענומען א פערמיט פאר א קאנטער פראטעסט ווי די OTD חברה פלאנען אויסצורופן אז די חסידים פרעזענטירן נישט די אלגעמיינע אידנטום, ער וויל נוצן פארן סלאגאן "האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה - משה רבינו"!
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 11:28 pm
דורך קאווע טרינקער
א ידיד מיינע זאגט מיר אז דער עצרת מאכט מען דארט וואו ס'דא א שטארקע השראת השכינה, אין financial district, על דרך שאמר הכתוב לי הכסף ולי הזהב.
אויך הער איך אז אלע פארטשעס פון די דערנעבנדיגע האטלען זענען שוין פארנומען פאר אדמורי"ם וראשי ישיבות.
נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 11:59 pm
דורך שעפטל
און בני יואל מאכט היינט אן עצרת לעצרת ווי מ'גייט מסביר זיין פארוואס מ'טאר נישט גיין מארגן.
(מיר ערווארטן אז נער פרייליך וועט האבן גאנצעטע שטיקער שפעטער...

- IMG-20140307-WA069.jpg (107.48 KiB) געזען געווארן 2067 מאל
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:06 am
דורך שעפטל

- IMG-20140307-WA070.jpg (60.5 KiB) געזען געווארן 2063 מאל

- IMG-20140307-WA071.jpg (25.96 KiB) געזען געווארן 2063 מאל
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:13 am
דורך שעפטל
שרייבער האט געשריבן:האדמו"ר מהר"א זאגט יעצט א שטארקע דרשה בנוגע די השתתפות צום עצרת
212-444-9899 311 now
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:16 am
דורך שעפטל
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:51 am
דורך שעפטל

- IMG_20140309_005046.png (231.16 KiB) געזען געווארן 2010 מאל
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:24 am
דורך נאטרוליסט
די דרשה פון רבי'ן האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט.
נישטא קיין שול וואו עס האט זיך נישט געקאכט מיט די דברים חוצבים מלהבות אש און די קילורין לעינים וואס ער האט אויפגעעפענט פאר טויזנטער אידן!
נאך א וואונדער אז די ציממערמאן חסידים שפרונגען?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:05 am
דורך שמעקעדיג
נאטרוליסט האט געשריבן:די דרשה פון רבי'ן האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט.
נישטא קיין שול וואו עס האט זיך נישט געקאכט מיט די דברים חוצבים מלהבות אש און די קילורין לעינים וואס ער האט אויפגעעפענט פאר טויזנטער אידן!
נאך א וואונדער אז די ציממערמאן חסידים שפרונגען?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:29 am
דורך sefish
נאטרוליסט האט געשריבן:די דרשה פון רבי'ן האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט.
אפשר האט דאס גאר אראפגעברענגט דעם מאלאזיען פליגער?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:12 am
דורך יאיר
פון ארץ ישראל קומט די נייעס אז די אור אלטע ווענט פון אלטשטאט ירושלים תובב"א האבן זיך געהאלטן ביים צונויפפאלן, מען האט אפגעשיקט א דרינגנדע טעלעגראף צום רשכבה"ג בעיר המלכות אין קרית יואל, און ער האט געשטעלט א וועד פון עטליכע קרית יואל'ע שומרים וואס האלטן עס יעצט אן מיט די לעצטע כוחות.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:26 am
דורך געפילטע פיש
קטלא קניא:
"ביים עצרת צו שיצן אויף תורה איז דער ערשטער תנאי אז תורה טאר מען נישט זאגן ווייל תורה איז צו קאנטרעווערסיעל. דעמס תורה איז יענעמס אפיקורסות."
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:08 am
דורך איש עברי
מיין קאפ דרייט זיך פון די טיפזיניגע דברי חכמה וואס ער שיסט, ער איז ווייזט אויס אין א שווערע פאניק צו ערקלערן וואס איז די חילוק צווישן סיטיפילד און וואטער סטריט, האט ער ארויסגענומען זיין אלטע געווער אז ער איז געווען די ערשטע, די ערשטע צו ווארענען די ערשטע צו מוחה זיין...
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 7:58 am
דורך פלעין יודיש
און איך האב נאך געמיינט אז מיר וועלן דארפן ווארטן ביז חוה''מ פסח צו הערן אזעלעכע פעריל ווערטיר וואס וועט אינז אביסעל אינטערהאלטן
זעהט אויס אז ס'איז געווען א עיבור יאר און ער קען זיך שוין נישט איינהאלטן
עכ''פ מהר''א האסט מיר געמאכט א עונג שבת
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:24 am
דורך זלמן זאפיר
ווער עס איז נאר א שטיקל פייפער אין די זאלי' פארטיי אין פסק'ט שלחן ערוך יורה דעה פאר יונגעלייט
האט אויס געהערט האדמו"ר מסאטמאר דרשה אין קאמאנטירט דעראויף
אזוי קוקט מען אויס ווען די אייגענער דעת תורה איז געוואנדען אין יענעם'ס מיינונג אין דייני'ם יורה דעה חלק ב' פסק'נען בלויז פארקערט
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:19 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:קטלא קניא:
"ביים עצרת צו שיצן אויף תורה איז דער ערשטער תנאי אז תורה טאר מען נישט זאגן ווייל תורה איז צו קאנטרעווערסיעל. דעמס תורה איז יענעמס אפיקורסות."
היא הנותנת! דעריבער האט סאטמאר רב געזאגט אז מען זאל נישט זאגן אז די סיבה פון התנגדות צו גיוס איז צוליב ביטול תורה!
א ווייטער בליק פון א גדול!
קטלא קניא וחבריו כרעו ונפלו ואנחנו כו'.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:37 am
דורך קאווע טרינקער
למעשה, איינער גייט היינט?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:42 am
דורך דריידל
נאטרוליסט האט געשריבן:די דרשה פון רבי'ן האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט.
נישטא קיין שול וואו עס האט זיך נישט געקאכט מיט די דברים חוצבים מלהבות אש און די קילורין לעינים וואס ער האט אויפגעעפענט פאר טויזנטער אידן!
נאך א וואונדער אז די ציממערמאן חסידים שפרונגען?
זעהט אויס אז ווי איך האב געדאווענט איז נישט קיין שול, ווייל איך האב גארנישט געהערט איבער מהר"א'ס דרשה
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 10:09 am
דורך [NAMELESS]
סיריעסלי??? מענטשן זענען אזוי משוגע? מענטשן זענען אזוי פאר'נער'ט? מ'קען אונז טאקע אזוי פירן ביי די נאז? טויזענטער אידן גייען זיך באלד פארזאמלען אין מאנהעטן צו א עצרת/פראטעסט וועגן די גיוס בני ישיבות אין ארץ ישראל, איך זאג נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם באט איין מינוט די אלע בחורים דא אין אמעריקע זענען שוין קער גענומען? יעדע ווייסט גאנץ גוט וויאזוי די מצב מיט ישיבות אין אמעריקע קוקט אויס, הונדערטער בחורים דרייען זיך אויף די גאסן און נאובאדי קעירס (חוץ די צובראכענע עלטערן וואס קענען גארנישט טוען) ווען א מנהל האט א פראבלעם מיט א בחור איז די ערשטע אפשען "ארויס" און קימערט זיך נישט מיט די געפילן פון די עלטערן, וויפיל אידישע שטובער גייען צוגרינד א דאנק דעם, דו האסט א פראבלעם מיט א בחור נעם קער דערפון, ארבעט מיט אים, פאר א סיבה ביסטו מנהל, אויב איז די סאלושען ווארפן קען מען נעמען דער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער זאל ווערן מנהל, און נאכדעם זענען די רבנים פארנומען ביי די דרשות אז "די דורות פאלן"
האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם שטיין ביים בארטן פון ים און אריין ווארפן מענטשן אין וואסער און נאכדעם שיקט ער מענטשן זאלן שטיין ביי די אנדערע עק ים און ארויסראטעווען די מענטשן, אייזל דו ווארף נישט אריין וועסטו נישט דארפן ראטעווען, "מאך נישט חרוב וועסטו נישט דארפן ראטעווען" אזא פנים טראג מיר ליידער... וויפיל פון די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אז מ'זאל גיין צום עצרת היינט זונטאג האבן אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער איבער די מצב הישיבות דא אין ניו יארק? אהה ס'ברענגט דיך נישט גענוג אטענשאן און כבוד? וויפיל בחורים אויפן גאס גייען צוגרינד ברחניות ובגשמיות א דאנק דעם? וויפיל בחורים דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו האלטן אידישקייט? אבער אונזער פראבלעם איז די בחורים אין ארץ ישראל... איך האב א חבר וואס האט האט זיך געמוטשעט מיט זיין בחור מ'האט אים געטראסקעט פון ישיבות און ענדליך האט זיך איין ישיבה מרחם געווען און מיט ארויס פראטעקציע אנגענומען זיין בחור אין ישיבה, און ברוך השם זיין בחור האט זיך געשטעלט אויף די פיס און איז אויסגעוואקסן צו גאט און צו לייט, אבער ליידער ליידער רוב עלטערן האבן נישט די זעלבע מזל ווי יענע טאטע, מ'ווארפט ארויס די בחור פון ישיבה און פון דארט איז געים אווער, פון דארט גייט שוין אלעס מטה מטה. זיי שוין נישט אזוי פארנומען מיט אינטערנעט און צניעות א.ד.ג נעמטס קער פון די מצב הישיבות אפילו ס'גייט דיך נישט ברענגן אזויפיל כבוד און אטענשאן.
ביי מיר אין ארבעט איז דא א איד ער איז א סאטמערע חסיד פון ר' אהרן וואס האט זיך צו מיר אויסגערעדט לעצטענס אז זיין 20 יעריגע בחור גייט אים צוגרינד, מ'האט ארויסגעווארפן זיין גאנצע עידזש פארן בלויזן חטא פארן זיין אלטע בחורים (צוואנציג יאר הייסט שוין אלט...) און געפענט א ביהמ"ד אינמיטן שטאט גייטס ענק אהין לערנען. דער טאטע זאגט מיר מיט טרערן זיין בחור איז געווארן דיפרעסט ווי א רוח, ער האט שוין נישט קיין שום רילעישאן שיפ מיט זיין בחור, שדכנים הערן אים שוין נישט אויס ווייל ער האט א "ארויסגעווארפענע בחור" און די טאטע מאמע פונעם בחור מאכן נאס דעם קישן יעדן נאכט, פרעג איך דעם טאטן פארוואס ביסטו נישט אריין צו דיין רבין? זאגט מיר דער טאטע איך בין שוין אריין צוויי מאל צום רבין און די רבי האט מיר גאר אנגעשריגן... עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? די טאטע איז גאר שולדיג... און דער ר' אהרן האט א אישו מיט די בחורים אין ארץ ישראל און געהייסן זיינע חסידים איש בעל יעדר אז מ'זאל זיך משתתף זיין ביי די עצרת היינט, האלא? האסט שוין קער גענומען פון דיינע בחורים דאהי? און די זעלבע מיט אלע אנדערע רבנים.
וואס זענען מיר פארנומען מיט די בחורים אין ארץ ישראל? לאז די רבנים פון דארט קער נעמען, נעמטס קודם קער פון די בחורים דא אין ניו יארק, די בלוט פון די בחורים אין ארץ ישראל זענען עפעס רויטער ווי די בלוט פון די בחורים אין ניו יארק? און דער עולם גולם גייט נאך... מ'וואלט געדארפט באקאטירן אזא עצרת, קודם זאלן די אלע קארופטירטע רא-בנים-/מחנכים/מנהלים אפווישן זייערע אייגענע שמיץ. אפשר זאלן די רבנים פון ארץ ישראל מאכן א עצרת אין ככר השבת איבער די מצב דאהי אין ניו יארק?
Cp