בלאט 4 פון 7

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:13 pm
דורך מאטי
ס'האט מיר נישט פארדראסן ווילאנג דו האסט דאס אהער געברענגט, און אויך נישט נאכן דאס אהערברענגן.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי מיך לערנען פון דיר.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:46 pm
דורך וויליאמסבורגער
פישכאפערס זאגן אז זיי האבן געזעהן די פליגער פליען
http://gma.yahoo.com/fishermen-plane-si ... ories.html

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:04 pm
דורך וויליאמסבורגער
Cp Fwd: Fwd: Breaking news
Malaysia airlines flight MH370 was just found on a deserted island all body's where recovered with a single shot to the head 3 passengers including both pilots are still missing. Malaysia officials report the black box has been dismantled and removed.
http://www.breakingnews.com/topic/malay ... ch-8-2014/

אמת??

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
שטותים. אין די לינק שטייט גארנישט פון דעם

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:09 pm
דורך לאליפאפ
וויליאמסבורגער האט געשריבן:Cp Fwd: Fwd: Breaking news
Malaysia airlines flight MH370 was just found on a deserted island all body's where recovered with a single shot to the head 3 passengers including both pilots are still missing. Malaysia officials report the black box has been dismantled and removed.
http://www.breakingnews.com/topic/malay ... ch-8-2014/

אמת??

ביסט קראנק אויף די יא?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:15 pm
דורך יתרו
הענעטי האט היינט געהאט אויף זיין שאו א געוועזענע גענעראל אינעם אמעריקאנער מיליטער (כ'געדענק נישט זיין נאמען) האט ער געזאגט אז עס איז ביי אים ברור אז דער פילאט האט געהיידזשעקט דעם עראפלאן אין ער האט מן הסתם געלאנדעט ערגעץ אין פאקיסטאן לעבן אפגאניסטאן אדער ערגעץ אין די הרי חושך, (אויף ווייעכע ערד קען מען לאנדן אפילו עס איז נישט קיין ראנוועי) ער האט שטארק מורא אז זיי וועלן דאס אנפילען מיט מאסן דיסטראקציע אויפרייס און עס אויפרייסן ערגעץ אין א פארנומענע שטאט.
אויך זאגט ער אז עס איז ביי אים ברור אז דער אמעריקאנער מיליטער און די אנדערע לענדער ווייסן אסאך מער און זאגן נישט גארנישט ווייל זיי ווילן נישט מאכן א פאניק. הענעטי אליין האט אים נישט אינגאנצן אוועקגעמאכט.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
מאלעזיע האט היינט געזאגט אז זיי האבן נאך רעידאר אינפארמעישען פון די עראפלאן , און האבן קלענער געמאכט די פלאץ ווי די זיכענישן גייען אן

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:37 pm
דורך פליקער
איך קלער אויך אזוי, אבער דער עראפלאן ברויך דאך אסאך פרנסה, מען ברויך איר אנטרינקען מיט גאנצענע טרעק פון דזשעט פיול, דאס קריגט מען נישט אינעם לאקאלן גאז סטאנציע, על כן קלער איך נישט אז עס גייט זיך אנפילען מיט באמבעס, זיך באווייזן אזוי מיר נישט דיר נישט, עפענען די פענסטער ארויס שרייען כלה אכבאר, און זיך באווייזן פאר די צוויי און זיבעציג פרישע אויסגעריטע, אינטער א וואלקן פון עראפלאן דעברי.
עס איז נישט אויפן שכל אז אזא אויספלאנירטע מעשה זאל האבן אזא נערישע פאטאלע ענדע,
סך ענדערש וועט זיין ווען איין טאג גייען מיר זעין אויף יו טאב א קליפ פון איינעם מיט א מאסקע, פארענט פון א ווייסע ליילעך, און מעט וועט נאר זעין א זילבערנע ציין ארויסשטארן צווישן אלע אנדערע פארדרייטע ציינער, שפריצען האס אויפ די וועסט, פאכענען א שטימפיגע מעסער, שעלטן שרייען, אפשר הרגנען דעים עולם איינציגווייס אזוי ווי דעניעל פערל הי"ד, און נאך קדושים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:07 am
דורך שמעקעדיג
עפעס האב איך פריער געהערט אויפן קעסטל אז אויסטראליע גאר האט געטראפן מעגליכע ברוכווארג פונעם עראפלאן.

http://newyork.cbslocal.com/2014/03/19/ ... simulator/

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:15 am
דורך sefish
ממש יעצט פארענטפליכט. די סאטעלייט בילדער פון אויסטראליע וואס ווייזט מעגליך שטיקלעך פונעם פליגער אינעם אינדיען אקאן
article-2584816-1C6F8AFF00000578-67_634x477.jpg
article-2584816-1C6F8AFF00000578-67_634x477.jpg (149.25 KiB) געזען געווארן 4761 מאל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:19 am
דורך טעפל
געפלויגען ביז אזוי ווייט אוועק?

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
העלה חרס בידם, די אלע שפעקולאציעס פון אוסטראליע האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם, די זוך אקציע וועט פארזעצן מארגן ווייטער.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:04 pm
דורך יתרו
כינע האט פרייטאג געמאלדן אז זייער סעטללייט האט אין מערץ אכצן אויפגעכאפט א גרויסע באשטנדטייל שווימען אויפן וואסער פיר און זיבעציג פיס ביי דריי און פערציג.
http://ktla.com/2014/03/22/missing-mala ... -in-ocean/

אין אנדערע נייעס האט דער געוועזענער גענעראל (און מיליטערשע אנאליסט פון פאקס) דאנערשטאג אויפ פאקס און פרייטאג אויף 770 ווידערהאלט זיין קאנטרעווערסאלע מיינוג אז דער ערעפלאן האט געלאנדעט ערגעץ וואו אין פאקיסטאן, און די טערעריסטן פלאנען עס מן הסתם צו נוצן אויפ בין לאדין'ס יארצייט.
ווען ער איז געפרעגט געווארן פון הענעטי אויפ וויפיל פראצענט זיכער ער איז מיט זיין טעאריע, האט ער ראגירט בערך 65- 70 פראצענט. ווען ער איז געפרעגט געווארן מה יענה ליום הדין ווען עס וועט נתגלה ווערן קלונו ברבים בעת מען וועט טרעפן ברוכווארג אינעם אציעאן? האט ער גענטפערט ער קען נאר זאגן וואס ער האלט און עס איז נאריש צו שפילן זיכער און נישט מיטטיילן מיטן עולם די טעאריע וואס איז דאס מערסטע עולה על הדעת.
ער ערקלערט אז עס מאכט נישט קיין סענס א פילאט וואס וויל אראפפירן זיין ערעפלאן למצולות ים זאל פארן א איבעריגע זעקס שעה צו די אינדיען אאשען און דארט קראכן, ער פרעגט מיט שפאט וואס איז שלעכט מיטן אטלאניק (אדער פאציפיק) צו פעלט דארט וואסער אדער פיש? צו וואס גיין צום אינידען אאשען דייקא? אלא מאי ער איז נישט דארט.
נאך זאגט ער אז אפילו עס וועט זיך אויסשטעלן אז מען וועט טרעפן ברוכווארג אינעם אינדיע אשען איז עס געווען שלא בכוונה תחלה ער איז געווען אויפן וועג צו לאנדען ערגעץ נאר עס האט געקראכט אויפן וועג מחמת סיבות שונות אולי צוליב א מחסור אין אויל .

נאך זאגט ער אז זינט ער האט ארויסגעלייט זיין טעאריע איז ער פון איין זייט שטארק קריטיקירט געווארן אבער מאידך גיסא האט ער באקומען אסאך חיזוק פון געוועזענע און יעצטיגע מיליטערישע פערסענאל.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:09 pm
דורך יאיר
נאך זאגט ער אז אפילו עס וועט זיך אויסשטעלן אז מען וועט טרעפן ברוכווארג אינעם אינדיע אשען איז עס געווען שלא בכוונה תחלה ער איז געווען אויפן וועג צו לאנדען ערגעץ נאר עס האט געקראכט אויפן וועג מחמת סיבות שונות אולי צוליב א מחסור אין אויל .

איך האב הנאה אז ער באווארנט זיך...

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:24 pm
דורך איחוד פעלד
די השערה וואס זיי זאגען יעצט איז אז דער פיילאט איז געשטארבען אין קאקפיט צוליב א פעלער פין לופט, און דער עראפלאן איז געפארען אויף אויטאפיילאט ביז עס איז אויסגעלאפען פין אויל, און דעמאלס אריין אין וואסער צו ערגעץ אויף א פארווארפענע אינזעל.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:37 pm
דורך לאליפאפ
איחוד פעלד האט געשריבן:די השערה וואס זיי זאגען יעצט איז אז דער פיילאט איז געשטארבען אין קאקפיט צוליב א פעלער פין לופט, און דער עראפלאן איז געפארען אויף אויטאפיילאט ביז עס איז אויסגעלאפען פין אויל, און דעמאלס אריין אין וואסער צו ערגעץ אויף א פארווארפענע אינזעל.

און די קא-פילאט איז געווען אויף הכנות פאר זיבן שעה? און ווען עס איז דא א פראבלעם מיט לופט מעלדט מען נישט פאר קיינעם? פלעין אזא שטארבל אפ!!

ענדליך! צוויי וואכן ווארט איך שוין פאר די קליפ!

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kteHlTCEjqE[/youtube]

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:14 am
דורך שרייבער
מען האט געטראפן דעם פליגער געקראכט אין אינדיען אוישען

אפיציעלע סטעיטמענט פון די מאלעיזיע עירליינס:
http://www.malaysiaairlines.com/my/en/s ... -site.html

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:22 am
דורך ברסלבער
מען האט עס נאכנישט געטראפן דערווייל. נאר לויט די אנאליזן פארשטייט מען אז עס האט זיכער געקראכט דארט ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט געזעהן דעם פליגער איז צו ווייט פון סיי וועלכע לאנדונג זאנע.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:22 am
דורך [NAMELESS]
א פחד. ווער ווייסט ווי פיל איבערלעבערס זענען געשטארבען ווארטענדיג אז מ'זאל זיין ראטעווען
:(

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:43 am
דורך אויס מענטש
געבויעט אויף וואספארא אינפארמעישין האט מען באשלאסן צו מעלדן אז דער פליגער האט זיכער געקראכט?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:30 pm
דורך גאנצל
אויס מענטש האט געשריבן:געבויעט אויף וואספארא אינפארמעישין האט מען באשלאסן צו מעלדן אז דער פליגער האט זיכער געקראכט?

געבויעט אויף ויש ליישב בדוחק היות איך ווייס נישט גארנישט קלאר מוז איך אזוי זאגן ווייל דעס מאכט די מערסטע סענס יעצט אויף די מאמענט