בלאט 4 פון 7

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:43 pm
דורך טאביק
איך וויל נישט אטאקירן דעם שרייבער פון די פריעדיגער תגובה
דערפאר זאג איך גארנישט
מען קען טרעפן די בילד ביי יעדע ערליכער איד וואס באקט מצות
וואס איז ער אזוי פאני?
אבער שוין

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:32 pm
דורך שמעון וואלף
אויב די שפירסט אז די דארפסט עס פארענטפערן, זעהט זיך אויס אז די האסט א קאמפלעקס מיט דעם בילד, כאטשיג איך פארשטיי נישט פארוואס. פונקט ווי די בילד ווי מרב"ץ האט משתין געווען, דאס קען אויך פאסירן ביי יעדע ערליכע איד (אפשר נישט מיט'ן טיליפ)

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:33 pm
דורך שלום45
אפילו זיינע אייגענע חסודים ווייסן וואס דער מענטש איז :like :D :D

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:57 pm
דורך יין שרף
׳שלום׳ 45 :like :D :D

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 12:59 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס עפענסטו אזוי שטארק דיין מויל...
עפן די א שלום 48
והכל על מקומו יבוא בשלו' :lol:

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס עפענסטו אזוי שטארק דיין מויל...
עפן די א שלום 48
והכל על מקומו יבוא בשלו' :lol:

נישט בשלום ממש, אולי עפעס ענדליך דערצו........ :lol: :P :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:07 pm
דורך דולה ומשקה
צום ערטשן מאל מאל אין באבוב [לפנים 48], וואס דער רבי איז אין שטאט [בארא פארק], פירט טיש, אבער...
צום שטוינונג פון די פארזאמעלטע עולם איז דער רב דעם פארגאנגענעם ליל שב"ק וישלח אריין געקומען צו 'שירות ותשבחות' אנשטאט 'לערוך לפניו שלחן - הטהור', געטיילט משקה און זמירות. מהאי טעמא האט דער רב אויך נישט משמיע געוועהן מדברותיו - אמרי קודש, כנהוג.

געוויסע יודעי דבר אדער ספינערס ווייסען צו זאגען אז דער רב איז געוועהן פארקילט/הייזעריג. א דאקטער האט באזוכט ביים רב מוצ"ש...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:12 pm
דורך לית דין בר נש
דולה ומשקה האט געשריבן:צום ערטשן מאל מאל אין באבוב

איך האב זייער הנאה ווי די היטסט זיך ח"ו ארויס צוזאגן א ליגנט אבער דאך זאל יענע מיינען דער ליגנט
די האסט געשריבן ערטשן מאל אנשטא ערשטן מאל אז די האסט כאטש קיין ליגנט נישט געזאגט און דער וואס קען נישט באבוב זאל מיינען אז עס איז די ערשטע מאל.
הגם איך זעה נישט וואס איז א חילוק צו עס איז די ערשטע מאל צו דריי און צוואנציגסטע מאל עס איז א טריקענע נייעס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 2:19 pm
דורך דולה ומשקה
ליל שבת קודש העבר (פ' וישב) איז דער רב שליט"א ווידער אריין געקומען צו 'כל מקדש'.

ובוך אמריו הקדושים האט דער רב געזאגט:
1) אז דאס טיילען חנוכה פרעסענטס איז חוקת הגוי.

2) פאר די וואס מאכען דאס, זאלען דאס אנרופען א ח'נוכה מסיבה', וואס איהר אינהאלט איז פון שירות ותשבחות און דברי תורה, אז נישט איז דאס א 'זבח משפחה'.

3) דער בית מדרש שטעלט צו גענונג און נאך קאווע, מ'ברויך נישט ארויסגיין אין די געשעפטן דאס קויפן, עס איז געווארען א מכת המדינה די אלע עס-געשעפטן. - דערביי האט דער רב דערציילט - אז קומענדיק קיין בארא פארק נאך איידער מ'איז אריין אין די נייע הויז, האט איהם זיין טאטע (מהר"ש) גענטמען צו 16עוו. קארנער 48 אין ווייזענדיק אויף דעם געשעפט אז "אין דעם געשעפט וויל איך נישט דו זאלסט איבער טרעטען דער שוועל". עכ"פ יעצט חנוכה צייט זאל מען זיך מונע זיין פון קויפן קאווע אין די געשעפטן.

אגב, יענעם געשעפט וואס דער רב האט דערמאנט, האט בשעתו געהאט געימס וכדו', עס איז געוועהן מער ווי א הענג-אוט ווי איידער א קאפי געשעפט, און אט דאס האט זיין טאטע געמיינט. זיין טאטע האט בכלל נישט אינזין געהאט סיי וועלעכע פראבלעם איבער א גלעזל קאווע. והשנית 'יא' דער היינטיגע רב האט זיך דארט אסאך געדרייט מדאי חודש בחודשו בתוך רוב פון די היינטיגע שיינע באבוב'ער חסידים.

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 7:38 pm
דורך יהושע חיים
אויף די ערשטער צוויי נקודות איז ער נישט מער ווי גערעכט
אויף דריי צ"ע

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 11:00 am
דורך דולה ומשקה
נעכטן נאכט ליל ב' ד'חנוכה, כ"ו כסלו, האט דער רב שליט"א נאך אמאל דערמאנט אז 'א חנוכה פארטי איז א זבח משפחה', א חנוכה איז מסיבה וואס ווערט דעמאנט אין די פוסקים איז ווען מ'זיצט בדרך ארץ מיט שירות ותשבות הלל וזמרה און מיט דברי תורה, אנדערש זאל מען גארנישט מאכען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:52 am
דורך דולה ומשקה
הרבי ומשמשו...

נשלח: פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:41 pm
דורך בעל הבית
ב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 9:55 am
דורך שמעון וואלף
פארוואס ביסטי ברוגז אויף חיים שלום, אפשר האט זיין טאטע אים געזאגט נישט צו גיין?

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 11:10 am
דורך ishchusid
בעל הבית האט געשריבן:ב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים

טאקע נישט קיין שיינע זאך נישט אנטייל נעמען אין א שוואגערס שמחה צוליב פאליטיק אבער כבר היה לעולמים ביי די זעלבע משפחה.
ווען חיים שלום האט געמאכט א ברית ביים זיידן דעם ברך משה אין קווינס קעמפ, זלמן לייב מייזליש אין קיין איינע פון זיינע ברידערס זענען נישט געקומען צום שוואגערס שמחה צוליב די פאליטיק וואס זיי האבן געפירט מיט זייער אייגענע זיידע.
I guess now was payback time!

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 2:39 pm
דורך ishchusid
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

I'm completely with you on that, just wanted to set the record straight that they're both even partners in crime.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 4:19 pm
דורך דולה ומשקה
מר. חיים שלום האלבערשטאם
(לפי התקנות ברויך מען שרייבען א טיטול)

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 8:53 pm
דורך שמעון וואלף
איז ער די עלצטער זין פון מרב"ץ 48?

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 9:46 pm
דורך יעלה ויבא
Yes

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 10:03 pm
דורך ליפא
IMG_20160228_220233.jpg

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 4:10 pm
דורך דולה ומשקה
א נייע פיוט צו זאגן אינעם הייליגען יום טוב שבועות.

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 4:14 pm
דורך קל וחומר
מ'זאגט עס ווען די ש"ץ האלט ביי ותחזינה עינינו בשובך ל(בנ)ציון.