בלאט 4 פון 5

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 1:35 pm
דורך הוגה
לך לך האט געשריבן:די חידוש איז אז וויזניץ (די גרעסטע מאנסי קהלה) איז נישט אויפן צעטל


להוי ידועה אז מאנסי איז א גאר פארפ(ק)רומטע שטאט און עטליכע פרומע רבנים האבן א פראבלעם מיט הרב פאלק ווייל ער איז צו שטארק מקיל. הרב פאלק זעלבסט טענה'ט אז ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים. אלעס פסק'נט ער פונקט ווי עס שטייט אין הלכה, אפן און קלאר אין די ספר עוז והדר לבושה.

בנוגע וויזניץ האב איך געפרעגט א וויזניצער חסיד פארוואס וויזניץ איז אקעגן דער צניעות אסיפה. האט ער מיר געזאגט אז די וויזניצער רב הרב ישראל איז דערקעגן צוליב פיר סיבות.

1) וואס האבן יונגערלייט צו הערן און שמועסן פונקטליך אלע דעטאלן פון פרויערישע גופים און פרויערישע קליידער. יונגערלייט דארפן וויסן אז פרויען דארפן גיין בצניעות אבער נישט ווי לאנג, ווי קורץ, די נעקליין, וואו עס שטעקט זיך ארויס אויבן און אונטן וכו'.

2) ווייל וויזניץ איז גאנץ פיין מסודר מיט צניעות, זיי האבן נישט קיין פראבלעמען וואס דארפן ווערן פאראכטן.

3) ווייל ע"פ רוב, די פרויען וואס האבן פראבלעמען אין צניעות קומען סייווי נישט צו די דאזיגע אסיפות, נאר די פרומע קומען. וממילא מאכט עס די פרומער זאלן ווערן מער פרום, אבער ס'העלפט נישט פאר די פראבלעמאטישע.

4) און דער עיקר סיבה וואס הרב ישראל גיבט אן איז ווייל די עסקנים ורבנים וואס שטייען אונטער דעם צניעות אסיפה וועלן נישט דארפן דיעלן מיט די שלום בית פראבלעמען אחרי האסיפה, ער וועט יא, וממילא איז ער נישט אינטערעסירט.

ער איז גאנץ א קלוגער, דער וויזניצער רב.


.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 1:51 pm
דורך לייבעלע
איך האב גיהאט א שמועס מיט איינער פין די עסקנים איבער די צניעות אסיפה און עים געפרעיגט וואס איז פשט פון דע אסיפה יעצט.אז מיר זענען טיף אין דער אדמה מיט כל מיני פראבלעמען בחורים אין ישיבות און שלום בית פראבלעמן און פרנסות זענען שווער ווי קימט יעצט אריין מאכען אסיפות פאר צניעות

האט ער מיר געענטפערט מיט איין אנטווארט. גאר פשוט די אלע פראבלעמען זענענן דאך תלוי מחמת חסרון אין צניעות

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:17 pm
דורך שמעקעדיג
לייבעלע האט געשריבן:האט ער מיר געענטפערט מיט איין אנטווארט. גאר פשוט די אלע פראבלעמען זענענן דאך תלוי מחמת חסרון אין צניעות

ודפח"ח....

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:34 pm
דורך שבת אחים
דבר ה׳ ברמה : הגאון הצדיק ר׳ שרגא האגער ??? ס׳פעלט רבנים אין מאנסי ??? וואס דארף מען אימפאטירן רבנים פון בארא פארק ? האט ער דען אלעס שוין מתקן געוועהן אין זיין שטאט בארא פארק אז ער גייט זיך שוין נעמען יעצט צו מאנסי? אדער אפשר ווי מ׳דארף אנפולן א ליידיגע ספאַט פון נאך א לאנגווייליגע דרשה ווי דער עולם געיניצט אין גרויסן ריקט מען אים אריין?

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:48 pm
דורך שבת אחים

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:26 pm
דורך ראש הישיבה
לויט מיינע ידיעה גייט ר' שגא האגער נישט רעדן, צוליב דעם ווס וויזניץ שטיצט עס נישט

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:דבר ה׳ ברמה : הגאון הצדיק ר׳ שרגא האגער ??? ס׳פעלט רבנים אין מאנסי ??? וואס דארף מען אימפאטירן רבנים פון בארא פארק ? האט ער דען אלעס שוין מתקן געוועהן אין זיין שטאט בארא פארק אז ער גייט זיך שוין נעמען יעצט צו מאנסי? אדער אפשר ווי מ׳דארף אנפולן א ליידיגע ספאַט פון נאך א לאנגווייליגע דרשה ווי דער עולם געיניצט אין גרויסן ריקט מען אים אריין?

ס'קען דאך נישט זיין. אין קול קורא שטייט "פה מפיק מרגליות". קען דאך נישט זיין אז דער עוילעם געניצט לאנגווייליג. ס'דאך א בפירוש'ער צעטל. :? 8-) :lol: :roll: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 1:19 pm
דורך לך לך
ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער האט די מודעה זאל ארויפלייגן

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
לך לך האט געשריבן:ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער האט די מודעה זאל ארויפלייגן

מסתמא ווייל וויזשניץ איז זיך נישט משתתף. און צו זאגן אז וויזשניצע'ר רבי שליט"א איז נישט געניג פרום איז שוין צו פיהל, אפילו אין אזעלכע דור עיקש ופתלתול'דיגע צייטן. יעדער חסר דיעה קען, אן אחריות ארום רודערן, משוגע מאכן מענטשן, אנשרעקן און פייניגן . אבער אלעס האט דאך א גבול. דאס איז א בשורה מרנינה. דער "הרב" פאלק איז אויפגעכאפט געווארן. אבער ס'איז אן עקל און טיפשות זיך אזוי מעמיק צו זיין אין די שטותים, אזוי ווי ער טוט... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :lol: :x :P :oops: :cry: :) ;) :o

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:01 pm
דורך שבת אחים
ראש הישיבה האט געשריבן:לויט מיינע ידיעה גייט ר' שגא האגער נישט רעדן, צוליב דעם ווס וויזניץ שטיצט עס נישט


זייער גוט ! זאל ער בלייבן זיצן אינדערהיים און קעיר נעמען פון עכטע פראבלעמען און זעהן מיט וואס ער קען העלפן זיינע חסידים וואס ער האט נאך דערווייל...קיינער האט אים נישט געקרוינט פאר קיין רשכבה״ג !
די זעלבע דרשה האט מען שוין געהערט נעכטן און אייער־נעכטן און און בערך די זעלבע דרשה וועט מען הערן מארגן און איבער־מארגן... גארנישט פארפּאסט !

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:09 pm
דורך יין שרף
לך לך האט געשריבן:ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער עס האט די מודעה זאל ארויפלייגן

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:10 pm
דורך יין שרף
וה׳ יעזור כיון דאדחי אדחי...

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:53 pm
דורך געפילטע פיש
קצר ממש? דאס איז מיר גורם געפערליכע הרהורים!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:11 pm
דורך גאנצל
אינטערסאנט ביים כינוס האט וויזניץ געשריגן אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר'ן זקן צדיקי הדור סקולענע רבי מאי שני וואס האט פאסירט אז מ'ברויך מער נישט מבטל זיין דעת אפשר איז די סקולענע רבי יונגער געווארן מיט אפאר יאר איך ווייס נישט אתמהה

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 8:18 pm
דורך געפילטע פיש
איינמאל מ'האט שוין מבטל דעת געווען די ערשטע מאל איז שוין גארנישט געבליבן מבטל צו זיין דאס מאל.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר סאטמאר מהרז"ל האט דאס געשריגן. אין וויזניץ גופא איז דער וויזניצער רבי דער זקן צדיקי הדור. (און ער איז גראדע עלטער פונעם סקולענער)

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 5:06 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:אפשר סאטמאר מהרז"ל האט דאס געשריגן. אין וויזניץ גופא איז דער וויזניצער רבי דער זקן צדיקי הדור. (און ער איז גראדע עלטער פונעם סקולענער)

און ס'דא נאך א פאר חילוקים. נאר מ'עמיר זיי לאזן נישט אויסגערעכנט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:37 am
דורך לייבעלע
פרישע צעטליך

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:37 am
דורך לייבעלע
נאך,

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:36 am
דורך געפילטע פיש
מ'וואלט שוין געמעגט מאכן עפעס א ראשי תיבות פון 'פרויען מיידלעך ראש חודש תפילת השל"ה סקולענע רבי'. פמרחתהס"ר? עפעס קעטשי, מ'זאל נישט דארפן ארויסשרייבן אויף יעדע צעטיל עקסטער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:46 am
דורך געפילטע פיש
אפשר מאכן פשוט, זאגן די ווארט 'סקולען' אריינציענדיג די פלייצעס זאל שוין כולל זיין די גאנצע לשון אין זיך.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 12:16 pm
דורך גאנצל
וואס איז פשט פון די אסיפה ?

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 12:42 pm
דורך קליגער אינגערמאן
אז נעקסטעס יאר זאל מען קענען שרייבן "אזוי ווי מיר האבן געמאכט פאריאר (אין ס'האט יא\נישט געברענגט די ריכטיגע רוזעלטאטען)"