בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 8:47 am
דורך איך לאך
גוט

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:07 pm
דורך שרייבער
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט היינט גערעדט אין ישיבה פאר די בחורים ביים לחיים לע"נ דודו הגה"ק ר' יקותיאל יהודה זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, און געזאגט בתוה"ד, "ווער עס האט איבערגעטרעטן דעם שוועל פונעם פעטער ז"ל באלאנגט נישט ביי אזא כינוס"

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:53 pm
דורך שרייבער
באקומען אויף אימעיל די פולע טעקסט פון די דרשה

דעת קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
שאמר לתלמידי ישיבה"ק יום ה' בה"ב כ"ה אייר שנת תשע"ב לפ"ק

(רבינו נשאל מכמה אנשים אודות הליכה להכינוס אם יש איסור בדבר, ואמר)
ס'איז דא א מדרש די וואך, בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש.
ס'איז דא א וועלט מיט פראפאגאנדע, למקום פלוני אני הולך, אז מען דארף גיין למקום פלוני ופלוני, ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד, איך דערמאן מיך דעם ביהמ"ד, די פייערדיגע שלש סעודות תורה'ס, די פייערדיגע דרשות וואס איך האב געהערט פון פעטער ז"ל, ווער ס'האט איבערגעטרעטן זיין שוועל פארשטייט דעת קדשו, ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד, א היימישער אינגערמאן איז זיין פלאץ נישט דארט, נישט דארט און נישט ביים סיום פון דף היומי, א. א. וו., ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:35 pm
דורך בן תמליון
יאנקל האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט.

ווער האט אים לעצטנס אריינגעהאקט אין קאפ די פראזע?

דער טאטע דער ברך משה הכ"מ פלעגט זאגן: פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט וויסן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:37 pm
דורך זר זהב
ער רעדט פון פראפאגאנדע ווען ער אליין איז דער גרעסטער פראפאגאנדיסט, אזוי אומשלדיג אריינצואווארפן דיעם "סיום הש"ס" אין זיין דעת קדשו (...) כאילו ס'איז איינס און די זעלבע מיט די כינוס כלל ישראל איז קינדעריש און שלעכטקייט צונאזאם.
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
וואט עי פראוד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:54 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
זר זהב האט געשריבן:ער רעדט פון פראפאגאנדע ווען ער אליין איז דער גרעסטער פראפאגאנדיסט, אזוי אומשלדיג אריינצואווארפן דיעם "סיום הש"ס" אין זיין דעת קדשו (...) כאילו ס'איז איינס און די זעלבע מיט די כינוס כלל ישראל איז קינדעריש און שלעכטקייט צונאזאם.
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
וואט עי פראוד.

איך פארשטיי נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:11 pm
דורך שרייבער
איך האב געהערט היינט פון איינעם א גוט ווארט

זינט תשס"ו פארן צוויי קארס, און איין קאר פארט אדמו"ר מהר"א און די בלינקערס בלינקען אויף לינקס, ער ציט עפעס צו לינקס, ליטוויש, בעלז, וויזניץ וכו' וכו', און די צווייטע קאר פארט אדמו"ר מהרז"ל און די בלינקערס בלינקען אויף רעכטס, אתרא קדישא, סקריקים, נטורי קרתא וכו' וכו' מען קומט צום שייד וועג און........ באפ..........

אדמו"ר מהר"א מאכט א שארפן רעכטס, און אדמו"ר מהרז"ל מאכט א שארפן לינקס, און גאנץ סאטמאר שאקלט זיך

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:19 pm
דורך זלמן זאפיר
שרייבער האט געשריבן:איך האב געהערט היינט פון איינעם א גוט ווארט

זינט תשס"ו פארן צוויי קארס, און איין קאר פארט אדמו"ר מהר"א און די בלינקערס בלינקען אויף לינקס, ער ציט עפעס צו לינקס, ליטוויש, בעלז, וויזניץ וכו' וכו', און די צווייטע קאר פארט אדמו"ר מהרז"ל און די בלינקערס בלינקען אויף רעכטס, אתרא קדישא, סקריקים, נטורי קרתא וכו' וכו' מען קומט צום שייד וועג און........ באפ..........

אדמו"ר מהר"א מאכט א שארפן רעכטס, און אדמו"ר מהרז"ל מאכט א שארפן לינקס, און גאנץ סאטמאר שאקלט זיך

דעס ווארט קומט פין ר' יצחק לעבאוויטש פין וואדריזש

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:26 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:ער רעדט פון פראפאגאנדע ווען ער אליין איז דער גרעסטער פראפאגאנדיסט, אזוי אומשלדיג אריינצואווארפן דיעם "סיום הש"ס" אין זיין דעת קדשו (...) כאילו ס'איז איינס און די זעלבע מיט די כינוס כלל ישראל איז קינדעריש און שלעכטקייט צונאזאם.
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
וואט עי פראוד.

אויב דו וועסט אויסטוהן דיין סאטמאר זר זהב בלויז פאר איין מינוט וועסטו זעהן, אזוי ווי הונדערטער טויזענטער חרידים זעהן עס, אז ביידע, סיי דף היומי און סיי כינוס כלל ישראל זענען הייליגע אונטערנעמונגן למען חיזוק הדת, מיוסד און געפירט ביי רוב גדולי התורה יראים וחסידים בימים ההם ובזמן הזה. איינמאל דו זעסט עס פון דעם בליק אז תבין דעם דמיון און פאראלעל, ודעת קדושים, סאקמיר רב ז"ל, תמצא.

נאר פאר א סאטמארער אויפגעצויגענעם, פאר וועם דף היומי איז פשוט א "טריפה'נע" עסק, עקזעסטירט א פשוט'ע חילוק ווישן די צוויי, אזש מ'זעהט בלויז רשעות אין דאס מדמה זיין די צוויי.

(כתבתי רק לדעתי לדעתי, כמובן)

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:55 pm
דורך זלמן זאפיר
יואליש האט געשריבן:

לשיטותך אז ביידע זענען הייליג וואס שטערט דיך ער האט עס מדמה געווען ?
אין וואס שטעקט די רשעות כאפ איך נישט ?
אין אז א חתן מאל איז טריפה אין סאטמאר איז אויך א רשעות ?

אז אין די ליטא איז חב"ד נישט בגדר אין כלל ישרא ישראל איז אויך א רשעות ?

יעדער האט זיך זיינעע מסורות אין פטור אנייסיק

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 6:15 pm
דורך יואליש
זלמן זאפיר האט געשריבן:
לשיטותך אז ביידע זענען הייליג וואס שטערט דיך ער האט עס מדמה געווען ?
אין וואס שטעקט די רשעות כאפ איך נישט ?
אין אז א חתן מאל איז טריפה אין סאטמאר איז אויך א רשעות ?

אז אין די ליטא איז חב"ד נישט בגדר אין כלל ישרא ישראל איז אויך א רשעות ?

יעדער האט זיך זיינעע מסורות אין פטור אנייסיק

דאס פרעג איך. פארוואס זאגט זר זהב אז מדמה זיין די צוויי איז קינדעריש און שלעכטיקייט? בין איך מסביר אז נאר לשטתו, אלס פאנאטישע סאטמאר'ער ווי זר זהב ביי וועם כינוס כלל ישראל איז כשר, דף היומי איז טריפה, איז דער דמיון פון מהר"א ט"ב א שלעכטיקייט. אבער פאר די גאנצע וועלט זענען ביידע וואוילע זאכן, און סאטמאר'ס איזאלירונג איז ביידע מאל פונקט אזוי אומפארשטענדליך, און פאר א ברייטע סאטמאר'ע חסיד איז ביידע פונקט אזוי פארשטענדליך, והיינו טעמא דכינוס, היינו טעמא דסיום.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 6:16 pm
דורך שרייבער
אה יואליש, יעצט פארשטיי איך וואס דו זאגסט, איך האב נישט פריער קלאר פארשטאנען וואס דו שרייבסט

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 6:24 pm
דורך זלמן זאפיר
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א רעדט צי זיין עולם אין ער מאכט שוין נישט קיין שאדן ווייל די זאלן זענען שוין סיי ווי פיל
ער שרייט נישט ציונים כופרים מינים ווי אנדערע רבנים האבן זיך אויס געדריקט זייער שארף קעגן דעם כינוס
ער רעדט דברים של טעם צי א סאטמאר'ערן יוד

סך הכל האלט ער מיט נאך טויזנטער יודען אז דער סאטמאר רב זי"ע וואלט דא נישט געגאנגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:45 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KQ_Syppwnv0[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:27 pm
דורך זר זהב
א "ברוכטייל" פון ר' אלימלך שטערנ'ס ארטיקל אינעם איד.

---- צום ענדע מוזן מיר צוגעבן די קומענדע שורות. עיניכם הרואות, יעדער וואס האלט מיט די הכנות צו די גרויסע כינוס זעהט אז דאס איז געטאן געווארן אויפ'ן באפעל און גרעסטע מאס שטיצע פון רוב מנין ורוב בנין פון די גדולי ישראל און זקני הרבנים וועלכע זענען די מורה דרך און עיני העדה וואס גייען אין די הייליגע דרכים פון רבינו הקדוש ומיניה לא יזועו.

עס זענען אבער אויך פארהאן עטליכע חשוב'ע רבנים גאונים וצדיקים ה' יאריך ימיהם ושנותם בטוב ובנעימים, וועלכע האבן ארויסגעזאגט זייער מיינונג קעגן זיך משתתף זיין דערין. די רבבות אידן כ"י וועלכע בילדן די קהילה קדושה יטב לב נעמען אויף מיט דרך ארץ און יראת הכבוד דעם דעת תורה פון די וועלכע האלטן נישט דערפון.

דארפן מיר דא אבער קלאר מאכן אז אזוי ווי יעדן ענין איז פאראן ע' פנים לתורה זה בונה וזה סותר, און נאכדעם וואס מ'האט אין באטראכט גענומען די מיינונג פון די יחידים כבודם במקומם מונח, דארף דער ציבור טון אזוי ווי די רוב בנין ורוב מנין, איבערהויפט אז די חשוב'ע רבנים וועלכע זענען דערקעגן זענען נישט אזוי נאענט באהאווענט מיט'ן היקף פנעם פראבלעם. צי ווייל זיי זענען בלויז אריינגעטון אין לערנען און זענען נישט טרוד בצרכי ציבור, אדער מאיזה סיבה שהיא. -----

---------
קרית יואל
אויסער דעם איז א חידוש ווען מ'זעהט ווער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט מיט לייכטזיניגקייט צו צוברעכן דעם כינוס היל"ת. די כת .......... ............ פון קרית יואל, וועלכע האבן ארויסגערוקט טענות פון "התחברות" וואס רופט ארויס שפאס און געלעכטער אז די וועלכע האבן געבראכן די גדרים פון התבדלות, און ביי זייערע דינערס זענען אזעלכע גאר גאסט רעדנערס, און דוקא דא ווען ס'נישט קיין רעדע פון התחברות און יעדער קומט מיט זיין קרייז צו פרובירן ראטעווען פון א שריפה, דארט שפילט מען קנאות.

נטורי קרתא
פון די אנדערע זייט שטעלן זיך אקעגן מענטשן וועלכע זענען שוין יארן מבאיש ריח פאר'ן יהדות החרדית, און זיי זענען די מוסטער פון התחברות צו רוצחים און רשעים, סיי דאס האלדזן און קישן מיט אכמעדינידזשאד און אויסדרוקן הערצה און ליבשאפט צו די מוסילמענער אויפ א גאר ביליגען און געמיינעם אופן, און סיי מיט'ן זיך צושטעלן צו די עקסטרעם לינקסטע עלעמענטן פון מדינת ישראל פארטייען ווי "שלום עכשיו" וכדומה, צי איז פאראן א גרעסערן התחברות לרשעים פון דעם ?

כלונו לכינוס האדיר לשם שמים, וואס אפענטליך וועט ארויסקומען א געוואלדיגער קידוש השם, און בכח הרבים וועט מען באקעמפן די גזירה אמן.
--------
ר' מיילעך שטערן האט זעהט אויס נישט "פארשטאנען" דעם פעטערס תורה'ס

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:55 pm
דורך שרייבער
ס'איז גארנישט
ווען די פרומע וואלטן גובר געווען ביי האדמו"ר מהרז"ל, און האדמו"ר מהר"א וואלט מאיזה סיבה יא געפילט אז ער מוז שיקן דעם ציבור וואלט ער געשריבן פונקט פארקערט, און כמובן איז נישט אזוי רחוק מן השכל אז ס'וואלט געקענט זיין פונקט פארקערט, וכמבואר לעיל הפתגם בשם ר"י לעבאוויטש מוואודריזש דוק ותשכח

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 2:00 am
דורך זר זהב
וואלט עס געווען פארקערט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ס'שטייט בעסער פאר מהר"יי צו זיין דער קנאי וווי פאר מהר"א. דו"ק ותשכח

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 8:04 am
דורך שרייבער
נו נו, כך מנהגו של האדמו"ר מהר"א צו טון וואס איז ריכטיג, אן קוקן צו ס'שטייט אים גוט צו נישט

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 8:14 am
דורך בן תמליון
שרייבער האט געשריבן:נו נו, כך מנהגו של האדמו"ר מהר"א צו טון וואס איז ריכטיג, אן קוקן צו ס'שטייט אים גוט צו נישט

ניטאמאל גוט פאר א ווערטל.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 9:12 am
דורך שרייבער
פון בחדרי

שמעתי משהו טוב
האדמו"ר ר' זלמן מסאטמר (מחמת שיטת ההתבדלות) אמור להגיע לכינוס
בתוך אותו ה"ארגז של עץ" שהאדמו"ר מתולדות אהרן הגיע לפני שנתיים במירון (מחמת טומאת כהנים)

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 9:13 am
דורך שרייבער
מאנטאג מעג מען שוין גיין אין סיטי פיעלד
ווייל די וואס האבן איבערגעטרעטן די שוועל פון רבין ז"ל פלעגן אויך גיין צו אזעלכע מאורעות

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 9:21 am
דורך gehlungen
שרייבער האט געשריבן:מאנטאג מעג מען שוין גיין אין סיטי פיעלד
ווייל די וואס האבן איבערגעטרעטן די שוועל פון רבין ז"ל פלעגן אויך גיין צו אזעלכע מאורעות

That is a KORNEY MEAN JOKE :פארשוויצט:

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 10:25 am
דורך שרייבער
משלחן מלכים די וואך פ' בה"ב, א אסיפה בבית אדמו"ר מהר"א שליט"א מיט די מנהלי הישיבות, עס ווארט דארט אויסגעשמועסט עטליכע נקודות בנוגע דעם כינוס, ס'מאכט אביסל קלארער דעתו בנוגע דעם כינוס

http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4fb60f51dffaa.pdf