בלאט 4 פון 6

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 10:17 am
דורך ראש כבש
איך זעע אז סאיז דא ניקס וואס זענען זייער צושרויפט פון דיע אקט וואס [tag]ארבעס[/tag] גרייט זיך צוטוהון, זיי זענען מקיים ״אין עונשין אא״כ מזהירין, זיי געבען דעם באוואסטע אלטע התראה וואס די בעשה"ק האט מתקן געווען,און אונזערע געטרייע מנהיגים ממשיכי דרכו זענען זיך כסדר מחזק און דעם דרך, ״מגייט זיך מיט דיר נישט משדך זיין
דיע ניקים זענען נישט יוניק און דעם, סאיז דא טויזענטע פון דיע סארט, צושפרייט איבער די הויעכע פרענטשיס פון, סקווער, וויזניץ, בעלז, באבוב,וא״א לפורטם כי רבים הם.
איינער פון די יסודות וואס די בעשה״ק האט מחדש געווען איז, אז איעדע תלמיד זיינע זאל אוועקשטעלען א דרעסס קוד, און ווער סגייט נישט נאך די דרעסס קוד איז פשוט משוגע, ער פארשטייט אנדערש ווי די רבי, אז די רבי פארשטייט אז א בחור ברויעך גיין מיט שווארצע זאקען שבת, און סמאכטעך א מענטש וואס טראכט מה לי לצרה הזאת, מוז זיין עפעס זייער ראנג מיט דיע מענטש ער טראכט אנדערש ווי די רבי, נוא אז ער איז טאקע אזוי משוגע ווער וועט עם נעמען פאר א חתן ער גייט דיך מיט לאנגע הויזען ער איז א פלעינע משוגענער.
ווער רעדט נאך אויב א יונגערמאן שטייט אויף איין טאג און איז מחליט ער וויל נישט גיין מיט שארטס ער וויל גאר גיין מיט א לאנגע הויזען, אדער ער וויל נישט גיין מיט boots ער וויל גאר גיין מיט איך ווייס וואס, אזא איינער מוז שוין זיין דעפרעסעד אוכט, וואו קומט בכלל צו אונזער א יונגערמאן אזוי צו טראכטען, לאמיר גיין רעדן צו עם, לאמיר עם זאגען אז קיינער וועט זיך מיט עם נישט משדך זיין, והיה אז מהאט עם געווארענט און ער האט נישט געפאלגט, פארשרייבט מען עם און די פנקס החסידות אלס א מורד, און א משוגענער,והא ראיה די רבי פארשטייט איין זאך און ער פארשטייט אנדערש.
ליידער ליידער התגברה הצרות,ירידת הדורות,און די דרך הבעש״ט ווערט נעבעך נשתכח, לולי הותיר לנו, דיע געציילטע גרויסע מנהיגים, וואס האבען באמת ארויס די טיפקייט פון דרך הבעל שם, און זיי ראטעווען מה שניתן להציל און זיי שטעלען צוריק די גדרים פון די פארשידענע סארט יוניפארמס, פאר די בחורים און יונגעלייט, און שטעלען אוועק וואס דארף זיין אויב איינער טוט זיך נעבעך אהן אנדערש.
סבלייבט איבער צוזאגען ב״ה אשר לא השבית גואל.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 11:15 am
דורך ארבעס
ראש כבש. איך וואלט דיר געגעבן א לייק. וווען די ברענגסט נישט די בעל שם טוב.
איך פארשטי די בעל שם האט געוואיונט אין א דארף. ווי למשל א באנגעלוי קאלאני.
ער האט נישט געהאט אזויפיל חסידים געוואיונט אין זיין דארף. רוב כלל ישראל איז געווען בשפל המצב. הן ברוחניות, השכלה וכדומה.
בגשמיות אוודאי. אוי אוי מאשקעס פריצים. פאגראמען. עס איז נישט געוועהן א וועלט פין תורה ועבודה אזוי ווי היינט.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 11:30 am
דורך בעל הבית
אפשר וואלט ווען געווען כדי צו פרעגן א אדם גדול א נאטראלע רב ראש ישיבה, געקעלרט האב איך אמאל אז אפשר מיט די זאקן עגמ''נ קומנט מען אפ אנדרע צורות רח''ל, ווער ווייסט,? לכאורה איז דאס א נערישע מהלך, אבער דאך ,גיי ווייס

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 4:26 pm
דורך חביבי
עס איז שוין באלד 2 שעה צום זמן לאז וויסען וואס איז געבליבען.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 4:52 pm
דורך שטילע אינגערמאן
לכבודו פונעם אשכול אין לכבודו פון דער דעבאטע, האב איך שוין אנגעטוען מיין ווייסע זאקן אין געגאנגען צום ערשטען מאל טוען די ווייסע זאקן ער"ש שאפינג מיט א גרויסען שמייכעל.
איך ווייז ארויס וועלעכע זייט איך האב גענומען אונעם דעבאטע.

אי"ה נאך שבת וועל איך דרוקען טי-שירטס פאר אונזער פארטיי ארויס צו ווייזען אונזער שטארקע שיטה.
די טי-שירטס וועט שטיין אויף געשריבען "איך גיי ווייסע זאקן אין איך בין צופרידען דערמיט"

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:01 pm
דורך ארבעס
חביבי.
די ווילסט אויך אויסטיהן?
אדערווייל זיך איך שיינע לאנגע שווארצע הויזען אין איך טרעף נישט.
מיט געשטרייפטע בלויע סוט הויז וויל איך נישט גיין שבת.
עמער דאס לאזען אויף שבת הגדול?........

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:10 pm
דורך בעל הבית
אז די שטיפסט עס אפ, מיינט אז די גייסט עס נישט אוסטהון, איך שווער מיך שון אפאר יאר יעדע מוצ''ש, אז די קומעדיגע וואך לאנגע הויזן, שון געקופט שיינע נארמאלע שיך קערצער געמאכט די באקיטשע, אבער ביז עס קומט נאכאמאל פרייטאג

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 6:23 pm
דורך ארבעס
וואס האלט דיך צוריק?

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:33 pm
דורך בעל הבית
משפחה,בית המדרש,שכינים, סתם מענטשן, מה יאמרי הברוית

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:35 pm
דורך נאך א פשט
פאר אוועק פאר א שבת און נאכדעם די קומענדיגע וואך קום אין בית מדרש מיט לאנגע הויזן און זאג פארן עולם אז האסט זיך געכאפט גלייך פארן זמן אז האסט איבערגעלאזט די קארצע הויזן דארט ווי די ביסט געווען די פאריגע שבת.
איינמאהל די גייסט איין וואך מיט לאנגע הויזן וועט שוין זיין סאך גרינגער ווייטער צו גיין די קומענדיגע שבתים

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:44 pm
דורך לאליפאפ
איין זאך נאר ארבעס, טאמער טוסט דיר עס אויס עסטו מוזן עפענען א נייע ניק דא משום גילוי..

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:48 pm
דורך בעל הבית
שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,

בכלל איז נישטא קיין 10 צווילזירטע מענטשן מאז הותוה לגוי וואס האבן אוסגעטהון די זאקן

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:10 pm
דורך נאך א פשט
בעל הבית האט געשריבן:שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,


פרוביר עס. שפיל די געים וואס איך האב דיר ג'עצה'ט, לאז פאלן אזאכע ווערטער דארך שבת ווי "עס קוקט נישט אויס אזוי שלעבט" און "איך מיין איך האב עס ליב אזוי" און זעה ווי אזוי דער עולם ריעקט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:31 pm
דורך ארבעס
בעל הבית האט געשריבן:שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,

בכלל איז נישטא קיין 10 צווילזירטע מענטשן מאז הותוה לגוי וואס האבן אוסגעטהון די זאקן

איך פארשטיי נישט.
ווי לאנג וועסטי לעבן מיט דעם שירצעל מה יאמרו הבריות.

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:32 pm
דורך ארבעס
לאליפאפ האט געשריבן:איין זאך נאר ארבעס, טאמער טוסט דיר עס אויס עסטו מוזן עפענען א נייע ניק דא משום גילוי..

גערעכט.
אויך אין פסח איז דער ניק נישט אויסגעהאלטען. חמץ.

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:38 pm
דורך בעל הבית
איך פארשטיי נישט.

ווי לאנג וועסטי לעבן מיט דעם שירצעל מה יאמרו הבריות.[/quote]

די גאנצע אוסטהון איז דאך אויך וועגן מענטשן, נישט אזוי ?

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:40 pm
דורך ארבעס
ניין. איך בין אימבאקווען.

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:49 pm
דורך בעל הבית
ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:52 pm
דורך ביבער
סקווירער רבי האט דעס אלעס פאראויס געזעהן און האט באצייטנס געהייסן זיינע חסידים אנטהון בוצעס, אין סקווירא הערט מען טאקע נישט אז א אינגערמאן זאל אויסטהון ווייסע זאקן.

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:54 pm
דורך בעל הבית
אדער אין בעלזא שווארצע

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:10 am
דורך ארבעס
בעל הבית האט געשריבן:ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט

איך וויל דיר פרעגן.
א אינגערמאן וואס האט חתונה אין מתחילה גייט ער לאנגע הויזען, נישט ווייסע זאקען, איז דאס ציליב מה יאמרו הבריות?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:12 am
דורך ארבעס
בעל הבית האט געשריבן:אדער אין בעלזא שווארצע

אבער אין בעלז ווייס איך אסאך וואס זענען געגאנגען אלס בחור אין אויסגעטויהן ביים חתונה.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:21 am
דורך לאליפאפ
ברעיקינג: איך האב באקומען א באריכט אז ארבעס האט דעי מינוט אויסגעטוהן די ווייסע זאקן.