בלאט 4 פון 50

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:00 am
דורך פישלע העררינג
זייער א נוצליכע ארטיקל אויף עמוד 107 איבער די צדדים יא אדער נישט צו האלטן די פילע דאזען אייער אין דער פרידזש איבער פסח. גוטע איינפאל, און שטארק וויכטיג.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:01 am
דורך יאיר
סאשי פיש האט געשריבן:ניין עס קומט צוזאמען

מאדנע זאך. וויפיל קאסטן ביידע צוזאמען?

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:03 am
דורך sefish
5 doll

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:04 am
דורך סאשי פיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:האט נאך איינער באמערקט אז זיי האבן א "קאווע צימער"?...

יא

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:11 am
דורך סאשי פיש
יאיר האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ניין עס קומט צוזאמען

מאדנע זאך. וויפיל קאסטן ביידע צוזאמען?

$4.95
די בליק האט אינגאצען אפאר בלעטער בילדער פון רבנים, עס זעט אויס ווי זיי האבן בעיקר געלייגט א דגוש אויף די איבריגע חומר.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:51 am
דורך קאווע טרינקער
אין קאנאדא איז עס מיט 4 סענט מער.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 1:44 am
דורך קאווע טרינקער
דורכגעליינט רוב ארטיקלען, ס'באמת א פארגעניגען. און איין וועגס בינעך קלוגער געווארן איבער א בעל מנגן רובין, און אז ס'דא א "זקן צדיקי הדור" דינובע רבי פון מאנסי.

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 2:08 am
דורך רויטע וואנצעס
וואס איז מארנצן'ס פען נאמען? מאראנצן זאפטיג?

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:04 am
דורך [NAMELESS]
אויף די צעטלעך אין די גאסן האבען זיי צוגעדעקט הרב האגער'ס פנים.....

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:34 am
דורך ישמעאל הכהן
זיי וועלן מאכן דעם בליק ''אויס שמאטע''. קוק וועסטו זען אז א בליק איז היבש דינער און ריין פון ספעליג/גרעממער מיסטעיקס. דער עורך פון א בליק איז דאך אויך יושע רובין געווען

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:57 am
דורך אבי גערעדט
עס איז קענטיג אז זיי האבן אריינגעלייגט שטארקע כוחות נאכצומאכן די היברו משפחה גראפיקס, נישט אז ס'איז א פראבלעם, ס'נאר שטארק בולט

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:14 pm
דורך בן תמליון
שנעל דורכגעבלעטערט מיין איך אויך מאמענט שאפט א נייער דרגה פון אידיש ליין מאטריאל. מיר קענען נאר האפן עס וועט זיך דעקן פינאנציעל עס זאל קענען האלטן.

דער קליידער שאפע איז ווי ארויסגעברעגט, א שרייב/ריסערטש ארבעט ואס איז נאך ביז היינט נישט געווען ביי אונז. מיר פערזענליך איז געווען אליה וקוץ בה. דער שרייבער וואס פרובירט אן ארומנעמענדיק צוגאנג צו קליידונג און אידיש קליידונג היסטאריע, דערמאנט למשל די אור אלטן מנהג ווי אידישע פרויען דעקן זיך צו די האר, בדרך אגב ווארפט ער אריין אז אידישע פרויען פלעגן אלץ גיין מיט האר, אבער קען נישט צורירן צום נושא פארוואס היינט שערן זיך אונזערע ווייבער, פן יהרגונו על דבר אשתי. כהנה מוז ער נעבעך גיין צווישן טראפן איבער מענער קאפ צודעק און איר היסטאריע. אויף די אנדערע זיין איז דער ארטיקל גענוג געוואגט אז איך האב נישט קיין ספק אז בעת הזאת זיצן שוין מענשטן מיט שווארצע ברילן גייען דורך יעדן קוצו של יוד און אט גייען די שוהלן זיין פול מיט אויסצוגן פונעם טריפה'נעם משכילישן אויסגאבע וואס וועט איהם בלי ספק שאטן. ("דער אידישער גאט האט נישט ליב קיין פסלים" דער אויסגעפרעסענער שייגעץ אפיקורס ווייסט עפעס צו זאגן פון א אידישן גאט! זאל ער גיין דינען זיינע געטשקעס אויפן אינטערנעט און נישט פארסם'ען אונזערע צאן קדשים בלא בלא וכו' וגו'ׂ).

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:14 pm
דורך לאליפאפ
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קליידער שאפע פון יעקב שפיטץ איז פון פרעצעדענטלאזן קאליבער וואס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אין אידישן מארק און שפראך.
אויב מאמענט וועט אנהאלטן דעם איצטיגן שטאפל, וועלן זיי ארויפשלעפן אידיש ליטעראטור אויף גענצליך נייע רעלסן.

ווער איז דאס דער? א נייער שרייבער און דער סאמע בעסטער?

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 1:11 pm
דורך טיטאניק
סתם נייגעריג ווילאנג דער מאמענט גייט בלייבען איינס מיט א בליק............

נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 1:27 pm
דורך מאראנצןזאפט
הרב שפיץ האט מיך שוין איבערראשט אינעם פאריגן 'הפעמון' וואו עס האט ערשיינט זיינ'ס א יצירה, א וואונדערליכן פיוט אין לשון הקודש.
כמדומה אז ער איז א זון פון הרב אהרן טובי' שפיץ אבד סערעט, אבער איך ווייס דאס נישט פאר זיכער.
מאנכע האבן מיר אפיליאירט מיט 'מאמענט' און איך נעם דאס אן אלס א קאמפלימענט. איך האב אבער גארנישט דערמיט, און אדרבה, מיין אישי קעסטל איז אלעמאל אפן...

נשלח: מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:01 pm
דורך [NAMELESS]
BP: R' Lazer Hager @ SHBH"G Drushe @ BM"D 43: I told MOMENT clearly i'm against pictures. Also half of the things there not true!
C/p

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 12:22 am
דורך נולד מאוחר
איז דאס שטערן שפאקטיוו קאמפעטישען? אדער אנדערע סטייל?

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 12:23 am
דורך כוכב
איך בין זיך מצטרף מוט אלע קאמפלימענטירער, זייער א שיינע אויסגאבע, און ווי דער מנהג במחנינו אז יעדע גוטע זאך קריטיקירט מען גם אני אענה חלקי קודם די פאפיר איז א דיזעסטער, סצעפאלט אין דער האנט, ווייטער די מוזיקאלישע מאמענטן אינטערויוס דערמאנט מיר פון תהלים כולל אויסגאבע ריין וואסער געמאלן ברעיקינג ניוס מאטי אילאוויטש זאגט ער האט אריינגעלייגט זיין גאנצע נשמה ברוכים תהי זאגסט מיר כאטשיג ווי אלט ער איז און ביי וועמען ער איז אן איידעם וואלט איך קליגער געווארן.
ווידער גלובערס ארטיקלען זענען זייער שיין, קליידער שאפע איז אביסל ווי לערנען מיט א גוי ברטנורא און די שאלה איז וויפיל פון שלומי אמוני זוכן אזעלכע ארטקילען ביי אונז גייט מען מער פאר מענטשן וואס פליען מיט הילויום בעלאנס אדער שפאצירן צווישן די טווין טאורס.
יוחנן ביענעפעלד איז א געוואלדיגע שרייבער זיינע ארטקילען ליינען זיך מיט א רייץ און פייער, ווער איז דאס?
די גאנצע סומאטוכע מיט האגער כאפ איך נישט יא בילד נישט בילד מ'האט זיך אנטשולדיגט און ווען נישט איז אויך נישט געפערליך זייט ווען דארף מען רשות צו לייגן א בילד סתם טעראזירט'די מענטשהייט.

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 2:50 am
דורך אבי גערעדט
האט נאך איינער באמערקט, אז זיי האבן טאטאל איגנארירט די אידישע מאמע?

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 2:54 am
דורך רויטע וואנצעס
איך האב פארשטאנען אז די טארגעט גרופ איז מענער, ווי די שטערן/שפאקטיוו. די פרויען האבן גענוג און נאך וואס צו ליינען.

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 2:56 am
דורך ביבער
ער קוקט מיר אויס ווי א גלגול פון צייטשריפט.

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 3:06 am
דורך קאווע טרינקער
1) מיין מאמענט איז שוין צופאלען. כ'האף אז קומענדיגע וואך וועט עס זיין שטערקער געבינדען.

2) אגב, כ'הער אז ר' אליעזר האגער האט זיך בפירוש אויסגענומען - און ס'איז מסתבר אזוי - אז מ'זאל נישט לייגען פון אים קיין בילדער. אפגעזעהן ווי נאריש זיין תנאי איז, איז דאס פשוט נישט עטיש צו זייגען סחורה פון יענעם און אים צוריקשפייען אין פנים מיטן זיך פארענטפערן אז ס'איז געווען א "מיספארשטענדעניש". ס'דערמאנט א אלט ווערטעל: וואס רודפ'סטו מיר, כ'האב דיר דען אמאל א טובה געטוהן?

3) אינעם ארטיקל מאכן זיי ר' אליעזר האגער פאר קודשא בריך הוא ממש, מיט שבחים לרוב נאכאמאל און נאכאמאל - כ'פארשטיי נישט פארוואס ס'פעילט אויס אים צו מאכן פאר אן "עמוד הוראה" וואס שרייבט תשובות אין עניני רפואה? זיין איבערגעגעבנקייט פאר חולי ישראל איז נישט גענוג חשוב? מענין לענין פארשטיי איך נישט פארוואס ווען ס'נוגע שבת - שרייבט דער שרייבטער "ווייסט דער רב פון פיקוח נפש דוחה שבת", און ווען ס'קומט אויס וויכטיג צו פארן חול המועד להצלת נפשות האט ער געמוזט פרעגן זיין טאטע צו ער מעג מחלל זיין א וויזניצע מנהג?

4) משפחת רובין ווערט דערמאנט דארט צופיל מאל. אויב צו בויען א פארטיי, איז שוין דא דער בלאט און דער איד.

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 5:16 am
דורך טישו באקס
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דאס שטערן שפאקטיוו קאמפעטישען? אדער אנדערע סטייל?

סאיז לגמרי נישט אוועק געשטעלט צו קאמפיעטן מיטן שטערן און שפאקטיוו וואס ערשיינען איינמאל א חודש אזוי ווי צייטשריפט פלעגט זיין, דאס איז א חידוש לגבי יידישע אויסגאבעס צו זיין דער ערשטער ארויסצוקומען וועכנטליך א שטייגער ווי די משפחה און עמי, די שאלה איז נאר אויב ער וועט קענען צוזאם שלעפן גענוג ליינער און אדווערטייזער צו קענען אנהאלטן