בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 3:30 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען נישט די מעשה פונקטליך, איך מיש מיר נישט אריין. אבער איך וויל מוחה זיין אויף יאיר'ס זלזולים און אויך אפאר אנדערע ניקס דברי זילותא. דער קלויזענבורג'ער איז א געוואלדיגער עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן היינט, און אויך א גרויסער גאון, זיצט על התורה ועבודה יומם ולילה, און זיין פאטער איז אויך געווען דאס זעלביגע. זייטיגע חסרונות מיט וואס זיי זענען באשאפן געווארן איז נישט אונזערע דאגות.

כל תלמיד חכם שאין בו דעת וכו'.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 4:10 pm
דורך פליקער
איך האב געזעין די לאנגע ווערסיע פינעם אינצינדענט דארט, די פייער לעשער זענען קלאר געוועין נישט בארעכטיגט אויסצילעשען דעים פייער, בשעת דער פייער איז געוועין און קאנטראל דורך אן ערוואקסענען, וואס האט זיי געשטערט אז ער פארברענדט זיין חמץ, וועימען איז ער געשטאנען און וועיג, ני א וודאי אז ער רייסט זיך אריין צווישען א ציבור בחורלעך, מיט א פייער עקסטינגישער, נעמט זיך שפריצען קעיגען יעדעם'ס רצון, מיט א ספעציעלע כוונה מצער זיין א ציבור אידן, פארשטייט מען זיין אויסברוך, נישט דא קיין שום סיבה פארוואס דער פאליציי מאן מיטן ביקס האט גענימען רידערן, און נישט אויסגעארבייט א פלאן ווען זיי קענען איבערנעמען די פייער צי די ציפרידענהייט פון די קלויזענבורגער, זיי האבן נישט געברויכט זיך לאזן פירן פון די קאפריזן פינעם אטענטשן דארשטיגן פייער לעשער, וואס ברויך סך הכל א לעקציע ווי אזוי מען קימט זיך דורך מיט א ציבור, נישט אויף אלעם איז דער ענטפער א האק מיט א שפריץ.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 4:11 pm
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...

באקומן אין אישי


הייתי שם אלץ שריפת הגופים של ששת מיליון על כבוד קדושת ה', ומי שראה היחס המחפיר והמביש של אותם מבערי האש כלפי ששת המיליון שהתחננו על נפשם, ובכל זאת הרגו ורצחו ונטלו את חייהם, יודע שהכינוי "גרמנים" אינו תואר-מושאל לכל דין ודברים שבין יהודי לשאינו יהודי.


באקומען אין אישי פון א ניצול שואה.


די נאציס האבן זיך געבעטן ביי די ווארשעווע פראוואקירער זיי זאלן אראפלייגן ס'געווער נישט איינמאל נישט צוויי מאהל נאר פינעף זעקס מאהל. קען מען האבן טענות אויף די דייטשן......?

נשלח: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
איך וועל (בלי"נ) זאגן נאך איין ווארט (אדער עטליכע ווערטער) איבער דעים נושא. און נאכדעים וועל איך מיך קערן צו אנדערע סיגיע'ס מעניינא דיומא. מיט א צוואנציג יאר צוריק, בערך בין איך אמאל אריינגעפארן מיט מיין באס אין א בלאק וואו א שטאטישער אי.עמ.עס. אמבולאנס איז געווען אויסגעשטרעקט אין מיטן די גאס. ביים קארנער איז געשטאנען א פאליסמאן, וועלכער האט מיר אויס געזעען צו זיין אן אינטעליגענטער מענטש. בין איך צוגעגאנגען צו איהם און געפרעיגט אויב איך מעיג ארויסבעקן פון בלאק. אנשטאט צו ענטפערן מיר "יא" אדער "ניין" האט ער מיר אנגעהויבן צו זאגן א גאנצע דרשה אז דאס וואס איך בין סטאק איז "פאעטיק דזשאסטיס". מדה כנגד מדה. ס'הייסט אזוי. די אידעלעך שטערן דאס לעיבן פון די פיינע בירגער און מאכן אן אלערליי פראבלעימען, ממילא קומט זיך פאר זיי צו ליידן. דאס איז שוין א שטאטישער אנגעשטעלטער, וועלכער איז געשטעלט צו האלטן ארדנונג און העלפן וועים מ'דארף (לכאורה). ומה יאמרו אזובי קיר. וואס זאלן שוין זאגן די פשוט'ע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. :? 8-) :roll: :lol: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o

נשלח: דינסטאג אפריל 22, 2014 11:25 pm
דורך outspoken
א גוטע וואך און א גוטען זומער חברים און כלל ישראל, איך וועל אויך (בלי"נ) זאגן נאך איין ווארט (אדער עטליכע ווערטער) איבער דעים נושא.

דאס איז זיכער אז די פייער לעשער האבן געכאפט פון זייער אויבערהארן פארן אויסלעשען דעים פייער (אויב איז דאס געווען א געהעריגע אפגעשמוסטע פלאץ צו מאכן א פייער, ווי ס'קוקט אויס)און וויי טון א קאמיוניטי, אפילו זיי זענען געקומען שפעט. און אז אפילו א בחור'ל וואלט געשריגען 'נאצי' וואלט מען פארשטאנען, אבער אז די רבי אליין זאל דאס צוגלייכען צו 'נאצי' דייטשלאנד, דערנאך האלטען אזא דרשה. COME ON

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 3:31 pm
דורך צדיק נסתר
BlsB3W5IgAE2CZ0.jpg
BlsB3W5IgAE2CZ0.jpg (150.26 KiB) געזען געווארן 1528 מאל

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 6:38 pm
דורך signout
יאיר האט געשריבן:כל תלמיד חכם שאין בו דעת וכו'.

וכל המבזה ת''ח כו'

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 10:17 pm
דורך גנדי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:58 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u8Wv-58YQE0[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
גנדי האט געשריבן:http://citypeoplenews.com/grand-rabbi-of-klausenburg-calls-new-york-firefighters-nazis-for-extinguishing-fire/

גנדי: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. דעם אנגעבליכן ווידיא קליפ האב איך נישט באגעיגנט. אבער כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם הויכן לעוול, און קלארקייט :lol: פון די ענגלישע שפראך. ס'זעהט אויס אז א פאר היימישע אינגלעך האבן אויפגעמאכט א וועבסייט. זייער ענגליש איז היימיש און "הילעריעס"... :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :o

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 12:10 pm
דורך צדיק נסתר
די נאציס האבן נעכטן געראטעוועט א אידיש אינגל אין וויליאמסבורג...

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 11:51 pm
דורך געפילטע פיש
ימח שמם וזכרם!

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:38 am
דורך צדיק נסתר
די יאר איז בליץ שנעל אריבער.

בלייבט נאר איבער צי זען צו די נאציס וועלן אויך היי יאהר אנקומען

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:03 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
He was done at 1115 already half hour before the zman

Re: אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
פרישע נאציס?.....
https://vimeo.com/124056965