בלאט 4 פון 8
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 2:50 pm
דורך zamel
אוי איז ביטער הייס היינט אין וויליאמסבורג נישט זיין צולאנג אינדרויסן אויף די זון עס איז געפערליך
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 2:06 pm
דורך שמואל הלוי
מארגן דאנערשטאג איז ערווארטעט גאר שווערע און ווילדע שטורעמס איבער א גרויסע שטרעקע פונעם נארט איסט ראיאן, אריינגערעכענט ניו יארק סיטי, מאנסי, מאנרא, קעטסקילס, און נאך. ספעציעל אין די נאכמיטאג שעה'ן.
וועטער מומחים זאגן אז די שטורעמס וועלן קומען אינאיינעם מיט גאר ווילדע ווינטן וואס קענען אנמאכן שווערע שאדנס, און אזוי אויך איז דא די מעגליכקייט אז ס'וועט זיך פארמירן טארנעידאס אין טייל געגענטער פון דרום מזרח ניו יארק.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 3:08 pm
דורך a1b2
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:01 am
דורך שמואל הלוי
אין די טעג פון דאנערשטאג, פרייטאג, און שב"ק, איז ערווארטעט א רונדע פון שווערע רעגענעס און טאנדער סטורעמס פון צייט צו צייט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:47 pm
דורך a1b2
ווייסט איינער וואס די באדייט פין די שטורעם אין שטאט און ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן?
ס'מבול'ט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:49 pm
דורך randy_couture
איל האב שוין אזא רעגן נישט געזען יארן.
מען זעט נישט קיין נפש חי אויפן גאס.
וואזוי קענמען וויסן וויפיל איטשעס ס'איז געפאלן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:50 pm
דורך שמואל הלוי
די באדייט איז אז ס'פעלט זיך אויס רעגן, און דער באשעפער שיקט עס.
ס'וועט אנהאלטן פאר די נעקסטע פאר שעה אבער מיט עטליכע ברעיקס אינדערצווישן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:57 pm
דורך a1b2
שמואל הלוי האט געשריבן:די באדייט איז אז ס'פעלט זיך אויס רעגן, און דער באשעפער שיקט עס.
ס'וועט אנהאלטן פאר די נעקסטע פאר שעה אבער מיט עטליכע ברעיקס אינדערצווישן.
אזוי שטארק ווי דעי?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:08 pm
דורך שמעקעדיג
a1b2 האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די באדייט פין די שטורעם אין שטאט און ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן?
הנסתרות לה' אלקינו
דער שליסל פון רעגן ליגט אין ג-ט'ס האנט
ווי אזוי ווילסטו פארשטיין דעם באדייט?
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:49 pm
דורך שמואל הלוי
randy_couture האט געשריבן:וואזוי קענמען וויסן וויפיל איטשעס ס'איז געפאלן?
אין ברוקלין איז געפאלן ארום צוויי אינטשעס רעגן היינט (בערך ווי 20 אינטשעס שניי)
אין סענטראל פארק מאנהעטן מער ווי א האלבע אינטש (בערך ווי א האלבע פיס שניי)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:43 pm
דורך שמואל הלוי
שווערע טאנדער שטורעמס איז ערווארטעט אין ניו יארק און אין ניו דזשערזי מארגן שב"ק נאכמיטאג, וואס קען אנמאכן ערענסטע שאדנס.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:13 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:שווערע טאנדער שטורעמס איז ערווארטעט אין ניו יארק און אין ניו דזשערזי מארגן שב"ק נאכמיטאג, וואס קען אנמאכן ערענסטע שאדנס.
די שטורעם איז טאקע אנגעקומען ווי ערווארטעט, און האט אראפגעברענגט צוויי טארנעידאס אין ניו יארק סיטי, איינס אין די קאנארסי געגענט אין ברוקלין מיט ווינטן פון 110 מייל א שעה, און איינס אין בריזי פוינט קווינס מיט ווינטן פון 70 מייל א שעה, וואס האט אנגעמאכט שווערע שאדנס פאר הייזער און אויך אויסגעריסן צענדליגע ביימער און לעקטעריק ווייערס.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:20 pm
דורך שמואל הלוי
בילדער פון די טארנעידא

Tornado picked up the car and slammed in into the car next to it in Breezy Point, Queens

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:21 pm
דורך שמואל הלוי
די טארנעידא ווערט געזעהן פונדערווייטנס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ixk7-sSjTjc[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:22 pm
דורך שמואל הלוי
די טארנעידא אין בריזי פוינט קווינס אויפן וואסער איידערן אנפאלן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Q1VlS10cbyw[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:24 pm
דורך שמואל הלוי
די טארנעידא אין בריזי פוינט קווינס שוין אויף די יבשה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Q1VlS10cbyw[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:37 pm
דורך שמואל הלוי
א נענטערע בליק
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=G4qi_5Zl4Nc[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:43 pm
דורך שמואל הלוי
געכאפט פון די BQE
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eRPVBTjdFco[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:59 pm
דורך שמואל הלוי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:44 pm
דורך שמואל הלוי
קומענדיגע פרייטאג צונאכטס וועט זיין די ערשטע עכטע קעלט פון די היי יעריגע סיזאן, אין רוב געגענטער פון אפסטעיט ניו יארק. אין מאנסי מאנרא געגנט וועט אראפגיין צו די הויכע צוואנציגער, און אין די סיטי וועט זיין אין די הויכע דרייסיגער.
קומענדיגע אנהייב וואך וועט צוריק ווארעם ווערן מיט א מעגליכע רעגן אום מאנטאג, שפעטער אין די וואך וועט אביסל קילער ווערן, און סוף וואך איז ערווארטעט א גרויסע רעגן שטורעם (זכר למבול).
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:02 pm
דורך שמעקעדיג
געווען א רעגנדיגער סוכות, ממש א פחד.
האט זיך כאטש די וואסער הייך צוריקגעכאפט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:10 pm
דורך שמואל הלוי
נישט געפערליך, ס'איז טאקע געווען רעגענדיג אבער ס'האט נישט אזוי סאך גערעגנט באיכות. אין דעם מאנאט פון אקטאבער איז מען מיט ארום א האלבע אינטש אינטערשטעליג, און מיט אריבער 9 אינטשעס אונטערשטעליג פון אנהייב יאר.
האפענטליך וועט די גרויסע רעגן פון סוף פרשת נח געבן א געזונטן באסט צוריקצוקומען נענטער צו די נארמאלע שטאפל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:57 pm
דורך שמואל הלוי
קומענדיגע אנהייב וואך איז דא די מעגליכקייט פאר א גאר גרויסע שטורעם - אייגענטליך א האריקעין מיטן נאמען "סענדי" - אין די נארט איסט סטעיטס פון אמעריקא, אינקלודעד ניו יארק און ניו דזשערזי.