בלאט 4 פון 6
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:08 pm
דורך zurich
ליפא האט רחמנות געהאט אויף די רבנים. דעמאלטס ווען מען האט עים געאסערט מיט יארן צירוק האבן מענטשן זיך געווינדערט: וואס איז אזוי שלעכט מיט ליפא? זענען די רבנים געוועין חוזק סתם זיך אנגעטשעפעט אויף א אומשילדיגער מענטש
ליפא האט דאס געוואלט פארמיידן
so he came out with his true colors.....
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:40 pm
דורך למדן
וואו קען מען זעהן די יודישע? איז עס ארגינעל געשפילט אויף יודיש אדער צוגעלייגט?
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:40 pm
דורך פליקער
ליפא וואס איז מיטנעם געשעין,
פארוואס שפילט ער אריין אין די הענט פון די רבנים וואס האבן אים ג'אסר'ט,
פארוואס פעילט אויס אז ער זאל ברעכן די חומה וואס קיינער האט נאך נישט געבראכן, טאקע אויב איינער פאר זיך איז שוין דורך געפאלען, און א בליקעלע געטיען אויפן פידלער נא, פאר דעים העלפט דאך תשובה, אבער חילול השם,
זינגען בפומבה אן קיין שום בושה מיט לודים, אוי לנו מאותה בושה,
איך האב שיך שוין פארגרוילט פון אים שוין א וויילע ציריק, ווען זיין פרצף איז געווארן נתגלח מיטן בארד ניגון,
אבער עכשיו וואלט מען אים געברויכט כולם פה אחד פארשווארצן,
איך האלט אז עמ-בי-די מיט זיידי שניצלער מיט אלע אנדערע היימישה זינגער'ס זאלן ארויס גיין קעיגן אים מיט א בויקאט, זיך אינטערשרייבן קייגן אים, בויקאטן זיינע ניגונים וואס ער מאכט, ווי לאנג ער טיט נישט קיין תשובה.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:42 pm
דורך איחוד פעלד
זענען אונז אלע היפאקריטס?
מען קוקט און הערט וויאזוי ליפא זינגט מיט א פרוי, און נאכדעם האקט מען אויף אים.
וואס פשט?
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:58 pm
דורך פליקער
מיר האבן קיין מאל נישט געהאט קיין טענות אויף זיינע שלעכטע מעשים וואס ער טיט יא אדער נישט ווען קיינער ווייסט נישט און זעיט נישט נאר דער באשעפער, אבער עס איז א שיינע חיליק ווען ער שטעלט זיך אויף ברבים אקעיגן אינזערע אנוועיזענהייט און טיט אזעלכע שלעכטע מעשים, וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער וואס האבן אים געהערט אן אויפהער, דאס איז א פראסק און פנים פון יעדע היימישע איד, וואס קלעטערט אויף גראדע ווענט זיך צי האלטן ביי אידישקייט דא אינעם גלות אמעריקע.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 7:03 pm
דורך טיטאניק
זאל מיר גאנץ משפחת לוסטיג\שמעלצער מוחל זיין אבער איך האב געזען די קליפ ווי ליפא גייט קיין ווין צי קברי אבות, בתוך הקליפ זעט מען א בילד פון זיין זיידע א איד אן קיין בארד און פיאות, ווי פרים דער שמעלצער זיידע איז געווען גייט מיר נישט אן אבער די פאקט אז ער איז געגאנגען אן קיין בארד און זיין זין איז געווארען א עקסטרעמע סקווערער דאס איז שוין געניג און נאך אז פון אזא שטיב זאל ארויס שפארצען אזא להכעיסניק ווי ליפא
איך בין נישט קיין פרימיטשקער א שטארקער לוחם קעגען "אכשיר דרא" משוגעתן ווייל טאקע די אכשיר דרא משוגעתן ברענגען די פארקערטע תוצאות ווען מען מיינט אז איינמאל מען ווערט א "באם" מעג מען שוין עובר זיין על כל התורה כולה אלע 3 עבירות בפרהסיה
איך קויף און הער אלע זינגערס ווי אברעמל פריד מב"ד בערי וכו' אלע זענען פיין און גיט אבער זיי ווייסען ווי א איד שטעלט זיך אפ און ביז ווי מען מעג גיין
אבער דער ליפא איז א איד וואס האט מיט אלע שיינע זיסע תירוצים אפגעטין אסאך שלעכטס אין די דור אסאך גדרים האט דער יונג אויפגעבראכען און עס קימט עס בכלל נישט קיין גיט ווארט דערויף
אנגעהויבען האט ער אז ער גייט נישט פראפארמען ביי hasc מילא מאכט ער נאר א ווידאו, דערנאך האט ער זיך מתיר נדר געווען און יא מופיע געווען און אזוי גייט ער יעדעס מאל א סטעפ ווייטער (דאנט געט מיר ראונג, צי מופיע זיין אין hasc איז נישט קיין חסירון איך מיין נאר ארויף צי בערנגען זיינע סטעפס) אזוי איז יעדע יאר געווען ערגער און ערגער עד כדי כך אז ער זינגט מיט א פרוי וואס חז"ל פסקענען "קול באשה ערווה" עס איז בעסער ווען ער כאפט איר אן ביי האנט (מקומות המגולים) ווי איידער הערען איר שטימע, ער זאל זיך נישט שטאלצירען אז ער האט איר נישט אנגעכאפט ווייל על פי "טריקענע" הלכה (לא מנהגי סקוירא) איז מער הארב איר הערען לייוו און מיטזינגען מיט איר ווי איש אל אשתו דאס גאר נישט אנדערש פון טאנצען מיט איר בחיבוק ונישוק גארנישט אנדערש
און ווען א איד טיט א עבירה בחדרי חדרים איז עס נישט אזוי הארב ווי מען טיט דאס בפרהסיא בפני כל העולם כולו דאס איז א עוון בל יכופר
געדענקט וואס איך זאג אייך, היינט האט ער "נאר" געזינגען ציזאמען און מארגען גייט ער טאנצען פינקט ווי מייקעל דזשעקסאן
דער ליפא קוילערט זיך אראפ און מיט זיינע פייקעלעך שלעפ ער מיט אסאך נשמות
פינקט ווי איך זאג פאר "לא טהור בראנץ" זאג איך די זעלבע פאר ליפא, גיי שמד דיר, שנייד דיר אפ די פיאות, מאך נישט קיין קירוב מרשעים יצא רשע, פון דיין קירוב וועט גייט שום גיטס נישט ארויס קימען!
די טיטסט גארנישט אויף מיט דיינע פעולות, עובר זיין אויף עריות ברבים איז עבר כל גבול
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 7:13 pm
דורך outspoken
zurich האט געשריבן:ליפא האט רחמנות געהאט אויף די רבנים. דעמאלטס ווען מען האט עים געאסערט מיט יארן צירוק האבן מענטשן זיך געווינדערט: וואס איז אזוי שלעכט מיט ליפא? זענען די רבנים געוועין חוזק סתם זיך אנגעטשעפעט אויף א אומשילדיגער מענטש
ליפא האט דאס געוואלט פארמיידן
so he came out with his true colors.....
are you kidding
די ראש הישיבה פון שערי יושר רב רוזנבלום האט געלערענט(?) בחברותה מיט אים, רבנים האבן אים גענוצט פאר זייערע ענטערטעמענט, נאר די מחנכים מנהלי הישיבות האבן געשריגען א קול קורא במדבר.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 8:21 pm
דורך ידען
סמבטיון האט געשריבן:די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
אידיש?
ווי קעמען עס זעהן?
רויטע וואנצעס האט נאר געלייגט א קליינע שטיקעל.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
די ארגינעלע פילם אין אידיש הייסט (Tevye (1939.
http://en.wikipedia.org/wiki/Tevye_(film)
די פולע אידישע פילם איז נישט צו געפינען אויפן געוועב. דא איז נאך א קליפ:
https://www.youtube.com/watch?v=GnhPI516x3wדא איז דא א לענגערע קליפ ס'איז געוואלדיג די שפראך און אויסדריקן:
http://www.dailymotion.com/video/xdowu7 ... shortfilmsדא קען מען עס קויפן פאר 36.00
זיי בעטן א שיינע מטבע ווייל די חברה האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו ריסטארן די אלטע פילם.
עמעזאן האט עס אויך (א געניצטע איז 29.00)
http://www.amazon.com/s?ie=UTF8&x=0&ref ... oxcover-20[tag]ידען[/tag]
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:54 am
דורך סמבטיון
איך האב עס געקויפט מיט איבער 2 יאהר צוריק ביי גל פז אויף די דרייצענטע, פאר פינקט 21 דאלער נישט מער, גלייבטס מער סעלוינט זיך די פאר דאלער, יעך האב נאך נישט געזעהן אזאנס, אזוי הארציג אין אטענטיש, איך האב געוואטשט צענדליגע מאל.
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 2:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:05 pm
דורך סמבטיון
וואספארא צוגלייך? , דער טעביע איז דאך אזוי ציקער זוס , אין פון זיינע מאמרים אין פתגמים פין שלום עליכם וואס ווארפן זעך פין זיין מויל, איז דאך צי חאלישן פאר געלעכטער. ווען ליפא עקט קומט מיר די גאל ארויף. איינער וואס קען רעדן דרשות מיז נישט זיין א שרייבער אין אוודאי נישט פארקערט, ווייס וואס די קענסט, קים מיר נישט דא אריינטרעטן אין די גרויסע שיך פין אינזערע באחנטע עקטערס וואס קענען דאס הארץ צישמעלצן.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 1:01 am
דורך געפילטע פיש
טיטאניק האט געשריבן:אזוי איז יעדע יאר געווען ערגער און ערגער עד כדי כך אז ער זינגט מיט א פרוי וואס חז"ל פסקענען "קול באשה ערווה" עס איז בעסער ווען ער כאפט איר אן ביי האנט (מקומות המגולים) ווי איידער הערען איר שטימע
וואס מאכט דיר זאגן אז קול איז ערגער ווי טפח? ביי ביידע, ווען ס'איז א נגיעה של חיבה, אדער א קול של שירי עגבים, איז עס בכלל ערוה, אבער טפח שדרכו להיות מגולה, וקול שדרכו להישמע איז דען בכלל?
טיטאניק האט געשריבן: ער זאל זיך נישט שטאלצירען אז ער האט איר נישט אנגעכאפט ווייל על פי "טריקענע" הלכה (לא מנהגי סקוירא) איז מער הארב איר הערען לייוו און מיטזינגען מיט איר ווי איש אל אשתו דאס גאר נישט אנדערש פון טאנצען מיט איר בחיבוק ונישוק גארנישט אנדערש
אבי גערעדט. נגיעה של חיבה איז אביזרייהו דג"ע, סתם קול שירה איז נישט.
זייט מיר נישט חושד מיטן זיין א ליפא פען, אבער די אויפברויז יעצט, ווען יעדער האט געזען די קליפ און הנאה געהאט, און דערנאך קומט מען דא און מ'שפילט אויפגעברויזט ווייל מ'קען זיך נישט מוחל זיין פארן הנאה האבן, איז לויטער היפאקריטסווע.
און ניין, די פערפארמענס איז בכלל נישט עפעס אזוי גוט, ער איז זייער קווענקעלדיג, נישט זיכער מיט זיך, משא"כ זיין מיטשפילערן איז דרייסט, קאנפעדאנט, אבער קען זיין אז ס'נאך ליבו נוקפו, ער ווייסט וואסערע שטורעם אין א גלעזל וואסער ס'וועט פארקומען אין די וואטסעפ גרופעס, אי"ה קומענדיגע מאל וועט ער שוין האבן מער קאנפידענס.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 1:16 am
דורך משולם שטיינפעלד
אנטשולדיגט געפילטע, איך האב נישט געזעהן דעם קליפ, טאקע ווייל מען האט געשריבן אז נשים זינגען.
איך מעג אויסדרוקן אויפברויז?
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 1:25 am
דורך מאטי
דאן טארסטו נישט מקבל זיין לשון הרע.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 1:38 am
דורך געפילטע פיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אנטשולדיגט געפילטע, איך האב נישט געזעהן דעם קליפ, טאקע ווייל מען האט געשריבן אז נשים זינגען.
איך מעג אויסדרוקן אויפברויז?
אויף וואס?
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 4:12 am
דורך לעיקוואד
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 8:00 am
דורך Big Boy
Even according to your link, Lipa's singing is still kol biishe. They're singing about love and he's asking her if she loves him.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 2:09 pm
דורך איש אשכולות
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט אונז? האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט ואביזרייהו?
נחום רז״ב איז גין גאלד קעגן קליפא שמעלצער. ווען וועלט איז וועלט איז מען מחרים ליפא בכל החרמות שבתורה. ליפא איז א שוויין ווי יענע צעטל לויטעט, ער איז א איבל פאר די דת אנושי, און א גרויל פאר יעדער אשר בשם יהודה יכונה.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 7:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
איש אשכולות האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט אונז? האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט ואביזרייהו?
נחום רז״ב איז גין גאלד קעגן ליפא שמעלצער. ווען וועלט איז וועלט איז מען מחרים ליפא בכל החרמות שבתורה. ליפא איז א שוויין ווי יענע צעטל לויטעט, ער איז א איבל פאר די דת אנושי, און א גרויל פאר יעדער אשר בשם יהודה יכונה.
וואס עס זאגט זיך נישט פאר שנאה מחמת קנאה
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:47 pm
דורך טיטאניק
מנשה ביסט מעכטיג
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:48 pm
דורך טיטאניק
איך בין מקנא אלע
סקווירא חסידים און אלע
עקס סקוויראאיך בין זיי מקנא ווען זיי זענען נאך אין דעם סקווירא באבעל ווייל די מיינד קאנטראל פון די סקווירא שלטון לייגט אריין דעם סקווירא חסיד אין א דמיון באבעל, און עס פארטייבט אלע חושים דער חסיד שפירט גארנישט ער פילט נישט ווי דער שלאנג בייסט ער מיינט אז ער קישט
און דער עקס, בין איך אויך מקנא ווייל איינמאל ער טיט אויס די שטיוועל מיינט ער אז ער איז שוין דער גרעסטער שייגעץ אין טאון, מיטען נישט לייגען זיין בעיבי אין א לעדל האט ער שוין טועם געווען די טעם פון די בעסטע עבירה אין די וועלט, כאטש ער האט נישט געצאלט פאר די חזיר און נישט געגעסען דעם חזיר דאך שפירט ער אין שיך די טעם פון חזיר
וואספארא גרינגע לעבען האבען זיי!
זייער קלארע דעת איז אויך צי באווינדערען
לייגען אלעס אויף איין וואגשאל און עס זאל נאך מאכען סענץ נאך אויך, העלבראנץ סקווירא ליפא אלע זענען הייליג גערעכט און יעדער איז זיי גאר מקנא און דערפאר האקט מען אויף זיי
זאג מנשה, וועלכע דראגס געבט דיר דער סקווירא הויף? מיז זיי גאר א גיטע, שיק מיר אויך אביסל
מיין לעבען איז מיר צי שווער ווייל ביי מיר מיז אלעס מאכען סענץ און ווען נישט בין איך נישט העפי
אפשר וועט מיר דיין סקווירא דראגס מאכען בעסער פילען?

נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 10:37 am
דורך berlbalaguleh