בלאט 4 פון 26
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 9:25 am
דורך יידל
א טעכנעלאגישע פירמע האט ארויסגעגעבן אן אלטערנעטיוו צו דזשי פי עס. די נאמען איז NAVSOP וואס שטייט פאר Navigation via signals of oppotunity. די עיקר חידוש פון דעם נייעם סיסטעם איז אנשטאט זיך פארלאזן נאר אויף סאטעליט סיגנאלן, טוט די נייע סיסטעם אויפנעמען סיגנאלן פון סיי וועלכע עלקטראנישע דעווייס וואס געפינט זיך ארום איר און אזוי טרייענגולעט זי איר פונקטליכע לאקאציע. די מעלה דערפון איז צוויי פאכיג. איינס, מען קען דאס נישט העקן, ווייל די מאשין וועט אויסניצן אפילו די סיגנאלן פונעם מאשין וואס העקט צו געוואויר ווערן איר אייגענע לאקאציע, און צוויי, דאס קען זען די לאקאציע אפילו אין פלעצער ווי עס איז דא א שוואגע דזש פי עס סיגנאל ווי טיף אונטער דער ערד וכדומה.
5 מיליאן בעיביס געבוירן דורך פערטיליטי טריעטמענטס
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 12:11 pm
דורך יידל
זינט לואיס בראון, די ערשטע "טעסט-טוב" בעיבי איז געבוירן געווארן אין 1978 זענען שוין געבוירן געווארן, לויט שאצונגען פון דאקטוירים, א קיימא לן פון 5 מיליאן בעיביס פון פערטיליטי טריעטמענטס ווי איי ווי עף און איי סי עס איי.
זעט דעם אויספירליכן באריכט.
מארגן גייט די זון זיין די ווייטסטע פון די וועלט
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 11:38 pm
דורך יידל
די זון גייט מארגן זיין
די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:17 am
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:די זון גייט מארגן זיין
די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.
פאררעכט דיין קעפל. וועלט פון די וועלט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 9:37 am
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די זון גייט מארגן זיין
די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.
פאררעכט דיין קעפל. וועלט פון די וועלט?
ישר כוח, כ'האב פארראכטן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 7:58 pm
דורך יידל
ניי-פובליצירטע שטודיע ווייזט אז עלטערען וועלכע זענען שטארק פארנומען מיט זייערע קינדער און זייערע חינוך און לעבן נישט קיין אייגענעם לעבן, ליידן דערפאר און זענען מער סטרעסד אוט.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 7:26 pm
דורך יידל
ישראל'ישע וויסנשאפטלער וועלכע אפערירן א פלאנטאציע אינטערן נאמען
תיקון עולם האבן
ערצייגט א מעדעצינישע מאריכואנא פון וואס מ'ווערט נישט "הויך".
ברית מילה פארמינערט UTI ריזיקע
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:32 pm
דורך יידל
נייע שטודיע צייגט אז גע'מל'טע קינדער זענען ווייניגער אויסגעשטעלט צו כאפן א יו-טי-איי (יורינערי טרעקט אינפעקציע).
http://www.livescience.com/21489-circum ... tions.html
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:34 pm
דורך שמואל הלוי
נישט קיין חילוק צו מציצה בפה צו מציצה בכלי?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:36 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:נישט קיין חילוק צו מציצה בפה צו מציצה בכלי?
האהא. ניין, די עצם מילה האלט אפ באקטיריע פון זיך איינזאמלען אינעם טרעקט.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:32 pm
דורך יידל
DotCom האט געשריבן:היינט האבן מעדיקל ריסוירטשעס אין פינלאנד פארגעשטעלט א
300 יעריגער סטודי וואס ווייזט אז קאפל'ס וואס וואוינען לעבן די שוויגער עלטער'ן, האבן מער קינדער, און ס'מאכט זיך ווייניגער קעיסעס אז קינדער זאלן שטארבן קליינערהייט רח"ל, זיי לייגן עס אן אויפ'ן פאקט אז די מוטער'ס מוטער גיט זיך געווענליך אפ מיט די אייניקלעך און לייגט צו צוויי הענט צום הויז ווירטשאפט.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:06 pm
דורך zamel
יידל האט געשריבן:זינט לואיס בראון, די ערשטע "טעסט-טוב" בעיבי איז געבוירן געווארן אין 1978 זענען שוין געבוירן געווארן, לויט שאצונגען פון דאקטוירים, א קיימא לן פון 5 מיליאן בעיביס פון פערטיליטי טריעטמענטס ווי איי ווי עף און איי סי עס איי.
זעט דעם אויספירליכן באריכט.
זאל ווען ר' חיים לייב כ"ץ נישט האלטן זיין יערליכען דרשה וואלטן מען שוין געהאלטן ביי פיל מער, ווער נאך ווי אונז היימישע יודן דארפן דאס האבן.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:17 pm
דורך kliger
הלכה איז הלכה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:28 pm
דורך zamel
kliger האט געשריבן:הלכה איז הלכה
לייז צו איין האלבע סענטענס צו דיין ליין "ווען רוב רבנים האלטן אזוי"
אבער ווען רוב רבנים האלטן פארקערט איז עס נישט קיין הלכה.
write on a wall with plants?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:53 pm
דורך cookies
skip to 0.51 to see the fun!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GBsIljmgm7o[/youtube]
skip to 0.51 to see the fun!
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:40 am
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:עס איז היינט געשטארבן
סאלי רייד, די ערשטע אמעריקאנער פרוי אנצוקומען אין ספעיס. זי איז געווען 61 יאר אלט.
עס שטעלט זיך ארויס אז נישט נאר איז זי געווען די ערשטע פרוי אנצוקומען צו ספעיס נאר זי איז אויך די ערשטע געי אסטראונאט.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 8:19 pm
דורך געפילטע פיש
[="יידל"]
יאנקל האט געשריבן:עס איז היינט געשטארבן
סאלי רייד, די ערשטע
אמעריקאנער פרוי אנצוקומען אין ספעיס. זי איז געווען 61 יאר אלט.
עס שטעלט זיך ארויס אז נישט נאר איז זי געווען די ערשטע פרוי אנצוקומען צו ספעיס נאר זי איז אויך די ערשטע געי אסטראונאט.[/quote]
א בלויע לבנה
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 1:51 pm
דורך יידל
האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק "once in a blue moon"? דאס איז די ענגלישע ווערסיע פון "איינמאל א יובל". אבער וואס איז דאס א בלויע לבנה? א בלויע לבנה געשעט ווען די פולע לבנה באווייזט זיך צוויי מאל אין איין חודש (אינעם גרעגארישן קאלענדער ציילט מען לויטן זון, דערפאר איז שייך אז ס'זאל זיין צוויי פולע לבנה'ס אין איין חודש), אין אזא פאל הייסט די צווייטע פולע לבנה "
א בלויע לבנה". ניין, די לבנה ווערט נישט בלוי, עס בלייבט די זעלבע קאליר. מ'רופט עס נאר אזוי צוליב סיבות.
די אמת איז אבער אז א "בלויע לבנה" פאסירט יעדע 2 א האלב יאר. די קומענדיגע חודש אוגוסט גייט האבן א בלויע לבנה אויפן 31'סטען.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 5:39 pm
דורך פארשטאנד
אוגוסט 6 איז ערווארטעד די לאנדינג פון א נייע נאסא ראווער אויפן מארס פלאנעט, די לאנדונג איז קאמפליצירט און פון פריער געפראוגרעמט, עס נעמט בערך 7 מינוט (עס מוז זיין פון פריער געפראוגרעמט ווייל זענדונגען צווישן די ראווער מיט סייענטיסטן דא אויף אונזער פלאנעט נעמט 14 מינוט אדורכצוגיין, ד.מ. אז סיי וועלכע זאך וואס מ'וויל אויספיהרן נעמט בערך א האלבע שעה פערצן מינוט צו שיקן די דאטא, און פערצן מינוט צוריקצובאקומען די דאטא צו די ראווער האט טאקע ריכטיג געטוהן ווי מ'האט פארגעשריבן)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:25 pm
דורך יידל
א שטיין-שנעק וואס איז פאררעכנט געווארן אלס עקסטינקט איז
פריש אנדעקט געווארן דורך א גראדואנט-סטודענט אין אלאבאמא.
Leptoxis-compacta-ededited.jpg
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:01 pm
דורך יידל
א מיטגלידער פונעם וויסנשאפטליכן טיעם אין אנארקטיקא איז קראנק, און די מעדעצינישע שטאב דארט האט אים נישט געקענט העלפן. אן עמערדזשנסי פליגער איז אריינגערופן געווארן פון אוסטראליע, און דער מענטש איז יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין אוסטראליע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:49 pm
דורך יידל
א פרוי אין כינע איז געקומען אין שפיטאל אז איר אויער קראצט איר שוין פאר פינף טעג. צו די סורפרייז פון די דאקטוירים האבן זיי אנדעקט אין איר אויער א לעבעדיגע ספיידער!
די דאקטוירים האבן ערפאלגרייך באוויזן ארויסצונעמען דעם ספיידער אן שעדיגן די פרוי'ס אויער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:52 pm
דורך משולם שטיינפעלד
צושטאנד פון ספיידער איז נישט באריכטעט?