בלאט 4 פון 12
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:43 am
דורך הוגה
עס בעקפייערט שוין יעצט. א יעדער איינער חתמ'ט דאך די צעטלעך לכאורה. יעצט זאג מיר וויפיל באבוב 45 עלטערן זענען מקפיד נישט צו עסן אין רעסטוראנטען און צו אלעמאל גיין מיט די הוט אנגעטון. דאס איז א געוואלדיגע חינוך אויפצוציען א דור פון לצים ושקרנים.
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:50 am
דורך אפטעמיסט
א מין צעדרייטע קולטור און רעליגיע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:35 am
דורך געפילטע פיש
איז עס אפילו לעגאל צו באצוימען די עקסעס פון א קינד צו סיי וועלכע טעראפיסט?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:19 pm
דורך בן נריהו
ערלויבערניש - צו נעמען - אויף טעראפיסטישע באהאנדלונג, ווירזויגער אז דאס גיין פאר הילף זעלבסט - איז נישט א פארבארגעניש?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:24 pm
דורך איך אויך
הא?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
הייבסט אן מיט לעגאל? זענען איינע פון די אלע זאכן בכלל לעגאל? ווען די רעגירונג ווערט געוואויר אז די מוסדות נעמען נישט אן קינדער וואס די עלטערן האבן א קאמפיוטער וכו' אדער סמארטפאון אן א ספעציעלע פילטער, וואלטן זיי באקומען לאנטש פראגראמען??
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:28 pm
דורך פישלע העררינג
בן נריהו האט געשריבן:ערלויבערניש - צו נעמען - אויף טעראפיסטישע באהאנדלונג, ווירזויגער אז דאס גיין פאר הילף זעלבסט - איז נישט א פארבארגעניש?
דאס איז טאקע נאך א וויכטיגע נקודה (נאר שרייב קלארער). דאס בכלל גיין צו א טערעפיסט - אפגעזעהן ווער עס איז - איז א הייקעלע זאך וואס מאנכע ווילן האלטען סיקרעט. איז א סקול ערלויבט צו פארלאנגען אז מען זאל זיי אויפדעקן אזעלכע פריוואטע אינפא אז מ'זעהט א טערעפיסט בכלל?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:52 pm
דורך גנדי
איך האב פארשטאנען פון די תקנות נאר א טעראפיסט וואס קומט אין שולע...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:19 pm
דורך נופת צופים
ביי די ארבעט מעג מען יא גיין נאקעט? אזוי האבן מיר געהערט פון רבותה"קקק זצוקלללל"ה?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:43 pm
דורך גנדי
און אויב ארבעט איך אויף די גאס?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:45 pm
דורך גנדי
ווארט נאר ווארט. איין טאג וועט נאך זיין אן אפיציעלער תקנה אין באבוב. מען טאר נישט מאכן קיין קנאבל אין די בארד...
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:46 pm
דורך נופת צופים
בעצם מן הדין וואלסטו געמעגט גיין אין בלויזן העמד, נאר גזירה אז דיין קינד וועט זעהן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:16 pm
דורך געוואלדיג
סרך בתה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:06 pm
דורך היסטאריקער
מי יגלה עפר מעיניך מרן מהר״ש זצ״ל
ווען מ׳ האט צוזאמגענומען די חתימות קעגן טעלעוויזשען האט ער נישט אונטער געשריבן זאגענדיג אז ער ארבעט נאך אויף שמירת תורה ומצות און אויב ער וועט פארלאנגען דאס אויך וועט ער זיי איגאנצן פארלירן
מרן רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט עס זייער משבח געווען
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:08 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי לאזט מען צו אזא פירצה אין צניעות אז די חתימת האב ואם זאלן זיין אויפן זעלבן צעטל, השם ירחם.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 4:04 pm
דורך פרייוויליג
די גרויל פון אזא צעטל שפעט אפ פון אידישקייט. לצים ארורים וואס זיי זענען. איך האלט אז עס מוז זיין פאלטש.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:13 pm
דורך געוואלדיג
ליידער פארשטיי איך דעם צורך, און החזו"א האט געהאלטן אז עס איז פריצות, קוק נאר אויף א יונגל מיט אזאנע הויזן ותשכיל בזה
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:40 am
דורך נופת צופים
" עס איז נאר ערלויבט צו גיין הויזן וואס האבן א ראבער בכדי עס זאל זיך קענען אויסציען"
סענט פראם מיי קאושער פאון
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 2:53 am
דורך berlbalaguleh
נופת צופים האט געשריבן:בעצם מן הדין וואלסטו געמעגט גיין אין בלויזן העמד, נאר גזירה אז דיין קינד וועט זעהן
נופת צופים: איך גיי טאקע אין מיין בלויזן העמד. נאר נישט ווינטער...

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 10:00 am
דורך פרייוויליג
איך ווייס נישט וואו די צעטל באלאנגט, אין דקדוק אדער אין משוגעים הויז, אדער אין צימערמאן אשכול. אבער עס האט פאכט געמאכט מיינע ליפן פאר געלעכטער.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 10:32 am
דורך [NAMELESS]
עדווערטייזמענט
viewtopic.php?p=266980#p266980
Felix And Meira - פילם וועגן חסידים
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 10:12 pm
דורך יעלה ויבא
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:14 am
דורך מור וקציעה