בלאט 4 פון 164

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:21 pm
דורך זר זהב
זאג מיר פונקטליך וועלכע צייט אינעם ווידיא דו זעהסט עם דארט

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:22 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך וועלכע צייט אינעם ווידיא דו זעהסט עם דארט

ממש אנהייב.

די קליפ פון אךשמח.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:25 pm
דורך ידען
יואליש

די זעלבע וואס קלאגען אים יעצט האבן אים גענומען דעמאלטס.

איך ווייס נישט די details מיט יענעם בחור/יתום/פאליציי, וועל איך נישט שרייבן וועגן יענע קעיס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:25 pm
דורך זר זהב
יענץ איז נאר א פיקטשער פון אים, נישט לייוו. סי בי עס זאגט אז ער איז דארט געווען לייוו

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:30 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:יענץ איז נאר א פיקטשער פון אים, נישט לייוו. סי בי עס זאגט אז ער איז דארט געווען לייוו

וואס איז מיט דיר?

מע זעהט דארט ווי הרב משולם פאלאטשעק געט איהם די הענט און ער זעצט זיך דארט אראפ.

קוק גוט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:32 pm
דורך זר זהב
יענער איז נישט ער, ער האר זיך געדייעט (קאלירט) זיין בארד ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:34 pm
דורך יואליש
ידען האט געשריבן:יואליש

די זעלבע וואס קלאגען אים יעצט האבן אים גענומען דעמאלטס.

איך ווייס נישט די details מיט יענעם בחור/יתום/פאליציי, וועל איך נישט שרייבן וועגן יענע קעיס.


פון דעם רעד איך. ניטאמאל ווייסט מען דערפון. אבער פון זיין קעיס ווייסט יעדער. ס'איז דא אידיש בלוט, און ס'איז דא אידיש בלוט. איינס איז רויט, ס'אנדערע איז קאלערלאז.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:38 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:יענער איז נישט ער, ער האר זיך געדייעט (קאלירט) זיין בארד ?

וואס,?

אז סע מער ווייס?

ער ווערט עלטער.

ער איז עס און פארטיג! גענוג געווען.

איך קען אים און ער איז עס.

(ער האט מיר אויך מאלעסטעד, לשיטת נחום י.. ווייל יעדער וואס שטיצט אים איז זיכער זיין קדש...)

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:40 pm
דורך זר זהב
ס'נישט מער ווייס ס'מער אראנדזש. איך זאג דיר ס'נישט ער, אפשר א ברודער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:47 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:ס'נישט מער ווייס ס'מער אראנדזש. איך זאג דיר ס'נישט ער, אפשר א ברודער.

הייסט עס אז סע געווען א שפיעל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:54 pm
דורך זר זהב
קען איינער ארויסהעלפען ? וועמען זעט איר דא אנגעהויבן פון 0:22 ביז 0:30 ?

http://www.youtube.com/watch?v=krRPXpRT ... ata_player

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:00 pm
דורך שמואל הלוי
און וועמען זעט איר אנגעהויבן פון 0:00 ביז 0:07?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:11 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:און וועמען זעט איר אנגעהויבן פון 0:00 ביז 0:07?

Kristine Johnson

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:18 pm
דורך אברעמעל
יואליש דו קענסט די מעשה אז דו רעדטס?
פרעד דיך נאך אביסל בעסער און גלייב נישט אלעס וואס ב.ד. פארקויפט, דער וואס האט דעמאלטס מיטגעהאלטן די מעשה געדענקט עס, די טאטע האט אים ארעסטירט, און פערצופאל האט נ.וו. געשטדל'ת לטובת דעם יתום.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:54 pm
דורך הרב_שלום
יואליש האט געשריבן:כ'מיין ס'איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אז ווען וועבערמאן האט געקלאגט קרימינאל א יתום אין געריכט און אים געוואלט איינזעצען פאר א נער'ישע טעכנישע סיבה, איז נישט געווען קיין קאנטענענטעל מסיבות, נישט געווען קיין "מסירה" געשרייעריי, מ'האט נישט געבלוטיגט אז פאר א אידיש קינד דראעט חלילה צו שמאכטן לאנגע יארן אין תפיסה מיט די ארגסטע פארברעכערס. וויליאמסבורג איז געווען שא שטיל. אלעס איז געווען אונטער קאנטראל. דעם בחור'ס צער איז נישט געווען אונזער צער (לכאורה ווייל ער איז א "באם").

יעצט שפראצט ארויס דאס אידיש געפיל פאר א צווייטן איד וואס יעדער פארשטייט לא זו הדרך (אפי' אויב די אשמה איז ווען יא אמת).

דרך אגב, ס'איז דא וואס שפעקעלירן אז די יעצטיגע קלאגעס איז א נקמה שפיל פאר די רציחה פון וועלן אריינשליידערן א יתום אין טורמע. וואט גאוס אראונד, קאומס אראונד.

דער יתום בעקט וועבערמאן גלייך ווען די קעיס האט זיך אנגעהויבען

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:29 pm
דורך הדד בן בדד
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פארשטיי אז מ'איז ענדערש דן לכף זכות א טעראפיסט פון יארן לאנג ענדערש ווי א Troubled teen, אבער ווי אזוי קענט איר זיין אזוי הונדערט פראצענטיג זיכער אז ס'סתם א בלבול און ער איז אום שולדיג?


דן-זיין לכף זכות קען מען וועמען מען וויל. איך פרואוו זיי ביידן דן זיין לכף זכות. אבער, דן זיין ביידן מיינט נישט אז איך טאר נישט נעמען קיין שטעלונג אויף וועמענס זייט זיך צו שטעלן. און דאסמאל שטעל איך זיך אויף דער זייט פון דער עסטאבלישמענט. יא, עס זענען דא מושחתים וואס ארבעטן פאר דער עסטאבלישמענט. אבער זענען שוין דא גענוג אויגן און ספאטלייטס אין דער עסטאבלישמענט'ס ריכטונג. איך בין ביי זיך איבערצייגט אז אין דעם הינזיכט שטייען מיר נאענטער ווי ווייטער צו אן עולם התיקון.

פון דער אנדערער זייט, די וואס באשמיצן דעם פרומען ציבור זענען בדרך כלל נישט אינטערעסירט אין קיין תיקון. יא, עס זענען בפירוש דא אזעלכע וואס ווילן יא זען שינויים לטובה. אבער יענע זענען בדרך כלל נישט פירערס און הויפט טומלערס. די גרויסע שרייערס האסן דעם פרומען ציבור ווי א קאלעקטיוו. זיי ווילן זען חרדיזם וכל אשר בה אין דער ערד.

איך זאג דאס אויפ'ן סמך פון מענטשן וואס איך קען פערזענליך, פון עובדות וואס איך האב צוגעזען, פון שמועסן אין יענעם לאגער וואס כ'האב געהערט, און פון אקטן און סטעיטמענטס וואס יענע טוען און געבן.

יא, פאראן א סך שימל אין דער היימישער פירערשאפט. פאראן א סך קארופציע אין די שורות פון די "עיני העדה". אבער איך בין נישט גרייט זיך צוזאמשטעלן מיט מענטשן וואס האבן פיינט דעם ציבור -- נישט די חסרונות אין אונזער ציבור -- און ווילן באגראבן "די זאך" -- נישט אויסראטן קארופציע.


איך האב נישט קיין השגה אין דעם גאנצן פרשה, און איך לייען עס ערשט יעצט דא, אבער מיט דעם סטעיטמענט פון פשוט קאמפליצירט בין איך מסכים אויף הונדערט פראצענט. יעדעס ווארט איז אמת, און איך גראטוליר אים פאר אזא געלונגענע און אמת'ע סטעיטמענט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יואליש האט געשריבן:כ'מיין ס'איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אז ווען וועבערמאן האט געקלאגט קרימינאל א יתום אין געריכט און אים געוואלט איינזעצען פאר א נער'ישע טעכנישע סיבה, איז נישט געווען קיין קאנטענענטעל מסיבות, נישט געווען קיין "מסירה" געשרייעריי, מ'האט נישט געבלוטיגט אז פאר א אידיש קינד דראעט חלילה צו שמאכטן לאנגע יארן אין תפיסה מיט די ארגסטע פארברעכערס. וויליאמסבורג איז געווען שא שטיל. אלעס איז געווען אונטער קאנטראל. דעם בחור'ס צער איז נישט געווען אונזער צער (לכאורה ווייל ער איז א "באם").

יעצט שפראצט ארויס דאס אידיש געפיל פאר א צווייטן איד וואס יעדער פארשטייט לא זו הדרך (אפי' אויב די אשמה איז ווען יא אמת).

דרך אגב, ס'איז דא וואס שפעקעלירן אז די יעצטיגע קלאגעס איז א נקמה שפיל פאר די רציחה פון וועלן אריינשליידערן א יתום אין טורמע. וואט גאוס אראונד, קאומס אראונד.



כ'האב בשעת מעשה נישט געהערט. ביזט אבער גערעכט.

אגב, וואו זענען דעמאלט געווען זיינע חברים וואס האבן נעכטן געווילדעוועט פון הינטער די באריקאדעס אויף ראטלעדזש סטריט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:50 pm
דורך John Doe
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'האט מיר געמאכט טראכטען, וואס וואלט איר געזאגט אויב א ריפארטער באפאלט אייך מיט זיין קאמרע?

איך: I don't know either party and don't support either party. I don't know if he's innocent or guilty, I'll leave that for a court of law to decide.


עקזעקטלי! חוץ פון מענטשן פון די נאנט רעדט יעדער פון בויך ארויס. אין קארט וועט מען הערן אלע צדדים און דענמאלט קען מען נעמען א צד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:03 pm
דורך הדד בן בדד
קארל האט געשריבן:דער טומל אינדרויסן פון קאנטינענטאל זאל:
http://youtu.be/EZpudTlhAcs


עפעס א מיידל שרייט דארט זייער שטארק "לא תעמוד על דם רעך"

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:32 pm
דורך משה בער
הדד בן בדד האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:דער טומל אינדרויסן פון קאנטינענטאל זאל:
http://youtu.be/EZpudTlhAcs


עפעס א מיידל שרייט דארט זייער שטארק "לא תעמוד על דם רעך"


נאך דערצו מיט עפעס א מאדנע גויאישע הברה!?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:33 pm
דורך smart
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פארשטיי אז מ'איז ענדערש דן לכף זכות א טעראפיסט פון יארן לאנג ענדערש ווי א Troubled teen, אבער ווי אזוי קענט איר זיין אזוי הונדערט פראצענטיג זיכער אז ס'סתם א בלבול און ער איז אום שולדיג?


דן-זיין לכף זכות קען מען וועמען מען וויל. איך פרואוו זיי ביידן דן זיין לכף זכות. אבער, דן זיין ביידן מיינט נישט אז איך טאר נישט נעמען קיין שטעלונג אויף וועמענס זייט זיך צו שטעלן. און דאסמאל שטעל איך זיך אויף דער זייט פון דער עסטאבלישמענט. יא, עס זענען דא מושחתים וואס ארבעטן פאר דער עסטאבלישמענט. אבער זענען שוין דא גענוג אויגן און ספאטלייטס אין דער עסטאבלישמענט'ס ריכטונג. איך בין ביי זיך איבערצייגט אז אין דעם הינזיכט שטייען מיר נאענטער ווי ווייטער צו אן עולם התיקון.

פון דער אנדערער זייט, די וואס באשמיצן דעם פרומען ציבור זענען בדרך כלל נישט אינטערעסירט אין קיין תיקון. יא, עס זענען בפירוש דא אזעלכע וואס ווילן יא זען שינויים לטובה. אבער יענע זענען בדרך כלל נישט פירערס און הויפט טומלערס. די גרויסע שרייערס האסן דעם פרומען ציבור ווי א קאלעקטיוו. זיי ווילן זען חרדיזם וכל אשר בה אין דער ערד.

איך זאג דאס אויפ'ן סמך פון מענטשן וואס איך קען פערזענליך, פון עובדות וואס איך האב צוגעזען, פון שמועסן אין יענעם לאגער וואס כ'האב געהערט, און פון אקטן און סטעיטמענטס וואס יענע טוען און געבן.

יא, פאראן א סך שימל אין דער היימישער פירערשאפט. פאראן א סך קארופציע אין די שורות פון די "עיני העדה". אבער איך בין נישט גרייט זיך צוזאמשטעלן מיט מענטשן וואס האבן פיינט דעם ציבור -- נישט די חסרונות אין אונזער ציבור -- און ווילן באגראבן "די זאך" -- נישט אויסראטן קארופציע.

זייער זייער גוט (און נישט "פשוט קאמפלאצירט" עס איז שוין גארנישט קאמפלאצירט, אפשר דארפטסטו טוישן דיין ניק...) זייער זייער גוט ארויסגעברענג די נקודה

א יעדער בר דעת פארשטייט אליינס אז 99 פראצענט איז דעע מעשה נישט אמת ווייל מזעהט אליינס מי ומי ההולכים - נישט אזוי?

אפילו עסט זאגען אז עס איז דא א צד אויף יא , איז מסרן נישט קיין מהלך

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:24 pm
דורך איינער
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט אז ביי אונז, אז דער ״פראבלעם״ איז בעצם גרעסער ווי אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט. נאר אז מען באדעקט עס, און מען רודפ׳ט גאר דעם קרבן פאר דערציילן און חושד זיין דעם אזויגערופענעם צדיק/טעראפיסט, און יענער קען אנגייען און מאכן נאך קרבנות. פארדעם דארף מען שוין איינמאל דעם פארמאכטן סיסטעם וואס איז דא נאר ביי אונז.


איך ווייס באמת נישט וואס דער אמת איז. א קרבן ווערן גע'רודפ'ט איז רציחה און דאס פאדערט נישט קיין הסכמה פון קיינעם. איך רעד אבער פון די וואס טומלען פון דרויסן -- די ארבעט ווערט במילא געטאן (זעסט דאך אז די פרעסע איז אויף דערמיט). איך גיי זיך אבער נישט צו זיין צושטעלן, ווייל איך ווייס אז יענער וויל מיך און מיינס גלייכן זען אין דער ערד. היות איך בין נישט גרייט נאך צו גיין אין דער ערד, פרואוו איך אוועקשטיין פון זיי.


די ארבייט ווערט נישט ממילא געטאן. די פרעסע איז נאר אויף, ווייל עס איז דא וואס טומלען פון אינדרויסן. ווען נישט וואלט דאס אדורך געגאנגען אן איינער זאל זאגן א פיפס.
און מען דארף זיין דאנקבאר פאר זיי פארן טון עפעס. און איך רעד שוין נישט פון די צוויי העלדן.
איך ווייס נישט וואס דער אמת איז אין די קעיס. אבער איז שמעק א קאווער אפ, פון ווי ווייסט יעדער אז ער איז אומשולדיג!!??

בין איך דער איינער וואס באדערט דעם קאווער אפ!?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:36 pm
דורך געפילטע פיש
איינער האט געשריבן:בין איך דער איינער וואס באדערט דעם קאווער אפ!?

ניין, ביזט נישט אליין, איך ווייס נישט אויב דאס מאל איז עס א קאווער אפ צו נישט, וואס באדערט מיר איז אז עולם גולם נעמט אן מיט א פשטות אז וויבאלד ער איז אן ערליכע איד און זי איז פון "זיי" ממילא זעט מען מי ומי ההולכים און ס'מוז זיין אז ער איז גערעכט. איי אפשר איז זי אראפ פון דרך טאקע דערפאר וואס א תורה פיגור, אן ערליכע איד האט איר דאס געטוהן, ממילא ריזענט זי יעדע זאך וואס האט מיט תורה וויבאלד זי איידענטיפייעד עס מיט איר אביוזער? און איר נייע קליקע וואס האט אפשר בייזוויליגע מחשבות אבער זיי האבן איר געמוטיגט ארויסצוקימען מיט די מעשה?