בלאט 4 פון 5
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 8:24 pm
דורך outspoken
ממי_שאמרו האט געשריבן:שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?
ממי שאמרו , דו מעקסט אינגרויסן און דא ווילסטו, נישט מיר און נישט דיר, עפענען א קענס אויף ווארמס...
מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 8:56 pm
דורך גאנצל
זייער שיין שעפטל האסט מיר אויסגעכאפט צו ענדיגן אבער האסט זייער שיין גענדיגט
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 9:02 pm
דורך שעפטל
גראדע האב איך ליב דיין התרגשות'דיגע באשרייבונג, אדרבה צונעם מיינס און לייג צו ספייס.
איך האב פלעין אפגעשריבן מאור-לעסס די פאקטן, גראדע היפש טריקן.
מיר וווארטן אויף דיינע קימענדיג חלקים
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:05 am
דורך חד גדיא
.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:57 am
דורך [NAMELESS]
יאסל וואלדמאן באזוכט ר' עזריאל
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:02 am
דורך outspoken
ר' עזריאל איז געווען שטערבלעך קראנק אלץ קינד, ווען ס'געווען לאחר יאוש האט זיך זיין טאטע ארויסגעריקט פון דער היים און געפארן איינרייעסן ביים רבין ז''ל לרופ''ש.
אין די נישט געזינטע יארן פלעגט די רבי ז''ל כסדר איבערבעטן ר' עזריאל פארן מטריח זיין, איינמאל ווען ער האט אים איבערגעבעטן האט ר' עזריאל געזאגט, איך בין דאך אן אויסגעבעטענע פונם רבין, און זייט דאמאלטס האט ער אים נישט איבערגעבעטן.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:16 am
דורך חד גדיא
שעפטל האט געשריבן:
ער האט געוואוינט בערך דריי יאר אין קאוועטשהאזע, דערנאך געקומען קיין ניו יארק
דריי יאר נאכ'ן קריג? ס'איז געווען א גרויסע אידישע קהלה דארט?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:59 am
דורך signout
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:02 pm
דורך מ גפני
outspoken האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?
מילמארט וויינשטאקס זענען געווען
גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.
וואו קומט די רביצין דא אריין אין בילד? ר' עזריאל ז"ל איז בכלל נישט געווען א "רביצין מענטש" וואו די אנדערע לעקערס/קאווע טרינקערס וואס האבן זיך געדרייט ביי די רביצין, ער איז געווען אן עבד נאמן לרבו און געטריי באדינט - און אלעמאל פרובירט צו פארגרינגערן - דעם רבי'ן ז"ל, פארדעם האבן זיי אים ווייטער געגעבן געהאלט, ווייל ער איז געווען דער שליח נאמן פון חסידי סאטמאר
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:09 pm
דורך outspoken
מ גפני האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?
מילמארט וויינשטאקס זענען געווען
גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.
וואו קומט די רביצין דא אריין אין בילד? ר' עזריאל ז"ל איז בכלל נישט געווען א "רביצין מענטש" וואו די אנדערע לעקערס/קאווע טרינקערס וואס האבן זיך געדרייט ביי די רביצין, ער איז געווען אן עבד נאמן לרבו און געטריי באדינט - און אלעמאל פרובירט צו פארגרינגערן - דעם רבי'ן ז"ל, פארדעם האבן זיי אים ווייטער געגעבן געהאלט, ווייל ער איז געווען דער שליח נאמן פון חסידי סאטמאר
טועני לו בחיטין , כ'רעדט פון וויינשטאק'ס נישט פון ר' עזריאל, הגם ער איז געווען ביזי ביים לווי' פונם אבידה פונם גדול הדור מיטן רביצין אהער רעבצין אהין. ואכמ''ל
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:13 pm
דורך מ גפני
כ'רעדט אויך פון וויינשטאק'ס זיי זענען קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע חסידים פונם רביצן, זיי זענען אלעמאל נאנט געווען מיט'ן ברך משה ז"ל....
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 4:03 pm
דורך שעפטל
אבטולמוס האט געשריבן:ווידער "די צייטונג" האט א גאר פארווע באשרייבונג:
DT.JPG
ווי מיין קרעדיט...??? (ניטש אינגאנצן אבער היפש...)
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 4:42 pm
דורך גאלד
א טעות אין די צייטונג, ר' שמואל גראס איז נישט געווען קיין איידעם ביי ר' ישעי'לע קערעסטירער,
ר' ישעי'לע האט נאר געהאט איין בן יחיד ר' אברמ'לע ז"ל,
ר' שמואל גראס איז געווען א איידעם ביים דעם זוהן ר' אברמ'לע ז"ל,
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 4:48 pm
דורך היסטאריקער
די מאכסט א טעות, ר' ישעילע האט געהאט אפאר איידעמער, ר' שמואל איז געווען איינער פון זיי
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 5:05 pm
דורך גאלד
ר' אברמ'לע האט געהאט 2 איידעמער גראס און רובין,
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 5:11 pm
דורך שעפטל
ר' ישעי'לע האט געהאט 12 קינדער!
זיין טאכטער הרבנית קריינטשא, איז געווען די ווייב פון הגה"צ ר' שמואל גראס
גאלד האט געשריבן:ר' אברמ'לע האט געהאט 2 איידעמער גראס און רובין,
דו מיינסט אודאי זיינע איידעמער הגה"צ נפתלי גראס, און הגה"צ ר' מאיר יוסף רובין
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 5:30 pm
דורך גאלד
יא יא כא'געמאכט א טעות, דער איידעם פון ר' אברמ'לע איז געווען ר' "נפתלי" גראס דאס איז א ברודער פון אונזער ר' שמואל'ן
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 6:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
עמי פארשטייט גוט צו ביזנעס, ער האט נישט געקענט אויסלאזן אזא געלעגענהייט צו ווייזן אז ער דעקט פראמינענט א סאטמארע פערזענליכקייט. און די באשרייבונג איז א איבערזעצונג פון עפעס א אידישע אויסגאבע, ס'נישט אייגענס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:50 am
דורך גאנצל
וועל מיר אביסל ממשיך זיין אונזער הערכה פון ר' עזריא' ע"ה
ווי [tag][/tag]שעפטל האט שוין געשריבן איז ר' עזריא' געבוירן געווארן בשנת תרפ"ו צו זיין טאטן הגה"ח ר' יושע ז"ל ר' יושע איז געווען באקאנט אלס גאר א געהויבענע איד אין זיין מקום ווי ער האט געווינט בעיר קראלי ער איז געווען א מורה ודאין און באקאנט אלס מתמיד בתורה און בקי בנגלה ובתורת הזוהר
ר' יושע און זיין משפחה זענען געווען שטארקע חסידים פונעם סאטמאר רב ז"ל פון ווען די רבי ז"ל איז געווען רב דארט אין קראלי און ס'האט אנגעהאלטן דאס אנהענגערשאפט אפי' נאכדעם וואס די רבי האט זיך געצויגן ווערן רב אין סאטמאר
ס'איז באקאנט אז די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז ער איז דער וואס האט די ווארט איבערצוגעבן די רבנות פון קראלי ווייטער און ס'איז געווען אויף דעם גאר א ביטערע מחלוקה די רבי למעשה האט געשטעלט הרה"צ ר' שמואל גראס פון די קרעסטירע משפחה זאל זיין דארט רב ר' יושע מיט זיין משפחה זענען געשטאנען גאר שטארק לצדו אלס דעם וואס די רבי ז"ל האט אים געשטעלט
אויסער דעם איז ר' עזריא' מיט זיין משפחה אסאך געפארן קיין סאטמאר צום רבי'ן אויף ימים טובים וכדו' ס'איז דא א אינטערסאטע מעשה וואס האט פאסירט איינמאל אויפ'ן באן וואס ר' פייוויש גבאי איז אויך געווען אויפ'ן באן
בקוצר אזוי האבן זיי זיך נאנט געהאלטן צום רבי'ן ביז שנת תש"ד נאך פסח ווען די רשעים ימ"ש האבן דאמאלט אימפאטירט די גאנצע געגנט פון קראלי און ארום סיגוט סאטמאר די גרעסטע חלק פון אונגארן מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ און צוריק געקומען פון די משפחה איז נאר ר' עזריא' ע"ה און להבח"לח זיין ברודער ר' יחזקא' זיי פארציילן אז די טאטע ר' יושע האט פארגעזאגט בעפאר דעם פסח ביים סדר אז אזוי גייט זיין
ר' עזריא' איז נאכ'ן קריג געגאנגען וואוינען אין שטאט קאוואטשהאזע ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלס שוחט ביז ער האט זיך געצויגן קיין נוי יארק
המשך יבוא
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:58 am
דורך מ גפני
איז ר' יושע נישט געווען קיין שוחט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:18 pm
דורך גוטע פינטעלך
ר' יושע האט געהאט א "ישיבה" פאר בחורים, דאס איז געווען (אזוי מייניך) פאר די וואס האבען געוואלט זיין לעבן סאטמער'ר רבי אבער נישט אין זיין ישיבה, אדער איז דאס געווען אזא ישיבה מכינה צום רבינ'ס ישיבה, עכ"פ איך האב געהערט פון כמה תלמידים וואספארע קלארע לערנער ר' יושע איז געווען, איינער פון די זקנים האט זיך מיר געסיירעט און נאכגעזאגט בעל פה די גמרא וואס ער האט דארטען געלערנט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:31 pm
דורך [NAMELESS]
דער איד
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 6:06 pm
דורך שעפסעלע
דער איד גיבט זייער שיינע קאוועריזש פאר די נפטר ז"ל, אבער אינעם בלאט איז נישטא בכלל קיין ווארט אז הרב עזריאל איז בכלל נפטר געווארן