בלאט 4 פון 4
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:29 pm
דורך דולה ומשקה
איך גיי מיר דא יעצט מאכען א שטיקעל הפסקה, איך וועל דא זיין צוריק.
אין ביי דער געלגנהייט וויל איך אפגעבן א הארציגע ייש"כ פאר ידידינו כבוד הרב [tag]אבטולמוס[/tag], פאר מיר אזוי געטריי ארויס העלפן, אז אונז אלע זאלן קענען הנאה האבען.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:57 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:פון וואס רעדט מען דא?

זעט אויס ס'זענען געווען יונגעלייט וואס האבן ארויסגעפרינט ארטיקלען פון קאווע שטיבל און געברענגט אין בעסמעדרעש.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 4:00 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:ווי געשריבן און א פריעדיגע תגובה שידוכים עדס איז געוועהן זייער נארמאל בשנת תשמ"א

מערק אן די עד אויף לינקס, "חסידישע ישיבה אין וויליאמסבורג זוכט א היימישן יוגערמאן פאר ענגלישע טיטשער..."
אה! אכשר דרא.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:31 am
דורך דולה ומשקה
'דער איד' פלעגט כסדר אנ-נעמען אין זייער געשרייבעכטס מיט עקסטרים פארנאטישקייט פאר פרעזידענט קארטער, איהם פארטיידיגט אויף טריט און שריט, אפילו ווען ער געלאפען אנטקעגן רעיגען, האט 'דער איד' איהם געבעקט עד הסוף.
נוממער 7 האט געכאפט מיין אויג...
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:36 am
דורך דולה ומשקה
יתכן מ'קען טרעפן פרויען נעמען היינט אין 'דער איד', אבער אזא עד זיכער נישט.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:40 am
דורך דולה ומשקה
תיקון טעות פון ר' קלמיש פינטער בנוגע דעם עירוב, בכלל איז עס א שיינע שורה פון קלאסעפייד עדס
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:42 am
דורך דולה ומשקה
וואס מ'האט נאר אמאל שיין באשריבען
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:47 am
דורך דולה ומשקה
דאס האט גראדע נישט צו טוהן מיט 'דער איד', וואס האט געכאפט מיין אויג איז געוועהן ווייל אין יענע טעג איז דער מנחת יצחק געקומען קיין אמעריקא צוליב א חתונה פון א אייניגעל, יעדע איינציגע מוסד האט אריין געשטעלט א ברוכים הבאים עד פון גרעסן ביז צום קלענסטן, דארט איז דא איבער אכט זייטען מיט אזעלעכע עדס, דער אייניציגסטער ביים ס'שטייט "בנשיאות וכו' המפורסם" איז געוועהן בורשטין, איז ער אין תשמ"א געוועהן דער אייניגסטער 'מפורסם'?
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:50 am
דורך דולה ומשקה
מחותנו של הרב דבית מדרשינו שליט"א
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:54 am
דורך דולה ומשקה
יונגעליך און מיידלעך בכלל נישט אנגעפאלען זאל זיין א פראבלעם צו גיין צום זעלבע פלאץ
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:20 pm
דורך שרייבער
היינט וועסטו דען סתם אזוי טרעפן א פלאץ אין ווילי וואס זאל אדווערטייזן אז מ'שערט האר פאר אינגלעך און מ'מאכט שיין פיאות
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 4:27 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט אויב ס'באלאנגט דא, ס'קומט נישט פונעם איד, נאר פון אן אלטע אידישע ליכט פון תשל"ב וואס כ'האב אביסל געבלעטערט היינט, האט איך געטראפן דארט אפאר אינטערעסאנטע אנעקעדאטן.
chasidish maternity.PNG
אויב איינער ווייסט וואס חסידישע מאטערניטי קליידער זענען ביטע לאזט מיר וויסן.
long sleeves.PNG
זעט מען אויך שטארק אן ווי ווייט די אכשר דרא האט אונז גענומען פון יענע צייטן. אז ס'איז געווען א חידוש און א מעלה איבערן קאנקארענץ אז מ'האט צניעות'דיגע נאכט העמדער, ווען היינט וועט מען נישט טרעפן קיין אומ-צניעות'דיגע אין די היימישע געשעפטן.
גענומען פון
דא