בלאט 4 פון 4

נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 1:39 am
דורך שעפטל
האט דאך שוין דער הייליגער גארליצער רב געזאגט ווען מ'האט געוואלט ארויסגעבן א ספר מיט מופתים פון זיין טאטע, דער דברי חיים פון צאנז זי"ע: "אז עטס געבטס ארויס א באנד מיט די געלונגענע, געב איך ארויס צוויי בענדער אומגעלונגענע...!!!"

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 6:31 pm
דורך אחד העם
ככלי מלא בושה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:[tag]ככלי מלא בושה[/tag], סקוקט מיר אויס אז יידיש איז נישט דיין מאמע לשון ווייל די קייסט איבער דיינע הנחות און פאנטאזיעס איימאל און נאכאמאל אן קוקען און קלערן און וואס מען ענטפרעט דיר ראה מה שכתבי
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר

האסט א פירכה, אדער פארקערט האסט א ראי' אז מופתים קומט נישט פון קבלה מעשית אדער כישוף? און די האסט אנגעהויבען, אז די מופתים זאלען זיין א ראי' אויף זייער התנהגות, ואמיתת היהדות? אויף וואס איז די ראי' אויף גיין הכנות? עסען לאקשען קוגעל אדער טיילען קנאבעל, ואולי אויף לערנען אויף דאווענען אבער די ראי' איז נישט קיין געשניטענע איז דאס קיין ראי' נישט, זייט אייך מסביר, און נישט ככלב השב



same here

וואס הייסט?

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:57 pm
דורך outspoken
געמיינקייט מיט נידריקייט האט טאקע נישט קיין שיעור? יא מיר דארפען חיזוק אין אמונה, ענקער אלע צביעות, אמונה טפילה און שקרנות ווערט דא (אין די נישט היימישע פלאץ) אויפגעדעקט.

רמב"ם, אגרת תימן
לפיכך אחינו כל ישראל הנפוצים בקצוות הארץ - חייבים אתם לחזק קצתכם לקצתכם, ולאמץ ולזרז הגדולים לקטנים, והיחידים להמון, ותחברו אומתכם על דבר אמת, שלא ישתנה ולא יופר, ולהרים קולכם באמונה, שלא תיפול לעולם ולא תשחת. והוא להודיע לרבים: שהקב"ה הוא אחד, ולא כשאר האחדים. ולהודיע שמשה הוא נביאו ומדבר עמו, והוא אדון כל הנביאים והוא שלם מכולם, והוא המשיג מהקב"ה מה שלא השיג אחד מכל הנביאים לא לפניו ולא לאחריו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:27 am
דורך שבת אחים
מיין קשיא איז ?
און וואס איז מיט די מיליאנען גוים אויף די וועלט וואס שווערן זיך ביים פויבסט בארד אז זיי האבן געזעהן ״אותות ומפותים״ ווען זיי האבן געדאווענט צו להבדיל יאשקע אדער שמעון פטר חמור ???

אין די גאנצע וועלט איז דא מענטשען פון כל מיני גלויבונגען בתוכם קלוגע און נארמאלע מענטשען אפילו גרויסע דאקטורים און פראפעסארן וכו׳ א שטייגער ווי למשל מיט ראמני וואס איז א מארמאן וואס ס׳איז א שרעקליכע פאנאטישע ״קולט״ און זיי שווערן זיך אז זיי האבן געזעהן ״אפענע זאכן״ ביי זייערע ״געטשקעס״ און אסאך פון זיי וועלן דיר אפילו פארציילן אז ווען זיי זענען געוועהן קראנק און זיי זענען געוועהן ביי גסיסה זענען זיי גאר געוועהן אויף יענעם עולם אין גן עדן (העוועין)

לעצטענס איז געוועהן א מוח פראפעסער פון הארווארד יוניווערסטי ד״ר אלכסנדר פון ווירדשיניע וואס איז נישט געוועהן קיין גלויביגער און ער איז פלוצלינג אריינגעפאלן אין א אקאומא פאר א וואך און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער געהאט א גאנצע מעשה צו דערציילן וויאזוי ער איז געוועהן אויף יענער וועלט...

איין זאך בין איך זיכער דעי מורפי״ן און די פעי״ן קיללער״ס וואס מ׳האט געגעבן דעם דאקטאר אינעם שפיטאל איז געוועהן גאר ״גיטע סחורה״.... :D :lol:

א קליפ פון ד״ר אלכסנדר אין די נייעס פון ABC news
http://abcnews.go.com/Health/neuroscien ... d=17555207

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איחוד פעלד האט געשריבן:די היימישע מאגאזינען האבען שוין געהאלטען איןמיטען צוגרייטען א פעטע מעשה פין ר' יאנקעלע מיט א זמירות און א בילד, זיי האבען פראבירט אראפצונעמען די קאוועשטיבעל חותם, און טראך על גבי טראך, דער זמירות איז פאלש. אוי די אפיקורסים, זיי לאזען נישט מנוחה.


מי יגלה עפר מעל עיניך? וואס איז דעמאלס געווען א וויץ איז היינט אמת לאמיתו. ווי די דורות פאלען.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:20 pm
דורך נח בער
פלאי פלאים.
דעם יום הקדוש האב איך געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין אמונת קאווע שטיבל... מיטן וואסער מארקע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:35 pm
דורך שושן פורים
נח בער האט געשריבן:פלאי פלאים.
דעם יום הקדוש האב איך געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין אמונת קאווע שטיבל... מיטן וואסער מארקע.

דאס איז שוין א געפערליכע חוצפה, אויב האט עס די וואסער צייכן איז טייטש אז דער בעל הגליון האט עס גענומען פון דא, האט ער דאך געזעהן די שמועס און די ראיות אז עס איז פאלטש, און בידיים מפטם געווען די קעלבלעך במזיד ממש.

סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:37 pm
דורך געוואלדיג
אויך באמערקט, זיס, עס קומט נאך פונעם אשכול וואו מען ווייזט אויף די פאלשקייט פונעם בילד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:40 pm
דורך הוגה
שושן פורים האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?


הילולא דצדיקיא

איך האב עס אויך באמערקט און געהאט אן עונג יום טוב.

Re: ר' יענקעלע איז גארנישט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 4:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס דרייט זיך יעצט א קליפ, ווי דער ליובאוויטשער רבי פראוועט אן אפענע מופת, אויף קאמערא.
א פאר פאלק זענען געקומען צו אים פאר דאללארען, מיט א קינד וואס לפי דבריהם ׳רעדט ער נישט׳. דער רבי בענטשט זיי, און ער דרייט זיך צום קינד און ער פרעגט אים צו ער זאגט ׳מודה אני׳. דער קינד שאקעלט מיט די קאפ ׳יא׳, און דער רבי הייסט אים זאגען מודה אני, און דער קינד זאגט! יעדער קען זיך איבערצייגען.

איך ווארף ארויס מיין אבי עזרי פון שטוב! (איי, איך האב נישט קיין אבי עזרי? וועל איך מוזען קויפען און דערנאך ארויס ווארפען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 6:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס ארויספווארפן דעם אבי-עזרי פארוואס? אז דו קענסט האבן מימרות סיי פון ר' אליעזר און סיי פון ר' יהושע, נישט נאר ביי זיך אין שטוב נאר זאגאר אין איין באנד, אויף איין פעידש, קענסטו דאס אויך.