בלאט 4 פון 7
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 3:11 pm
דורך כוכב
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.
עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.
רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 5:47 pm
דורך קאווע טרינקער
14 רבנים האבן פארגעסען א הלכה מפורשת אז מ'טאר נישט מקיז דם זיין ערב שבועות.
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 6:06 pm
דורך שבת אחים
כוכב האט געשריבן:
רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.
איך קען נישט די מעשה אין איך קען נישט די פרוי אבער דער (ר׳) שרגא האגער קען איך שׁוין גאר גיט אין לפענ״ד וואלט מען אים געדארפט אריינלייגן אין חרם , איך קען געניג שטיבער וואס ער האט פארהארגעט מיט זיין טיפּשות אין רישעות
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 6:11 pm
דורך כוכב
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 6:19 pm
דורך petergrifin
איחוד פעלד האט געשריבן:גריפין, ביסט א טראל.
גוט גענטפערט.
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 6:40 pm
דורך שבת אחים
כוכב האט געשריבן:רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.
איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 7:16 pm
דורך שבת אחים
די סיבה פארוואס איך שרייב דעס איז לטובת הכלל , מ'זאל זיין געווארנט אין נישט גיין צי אים ווען מהאט א ערנסטע פראבלעם ווייל ער קען מיאוס פארהרגנען אלעס, אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי אנדרע קעיסעס ווי מ'האט אים אריינגעמישט
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 10:31 pm
דורך shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 10:41 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]שבת אחים[/tag], קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 10:42 pm
דורך קאווע טרינקער
shtel האט געשריבן:ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
ניין. אבער ס'זעהט אויס אז איר ווייסט יא עפעס... לאמיר הערן... וואס איז זיין וועבזייטל?
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:39 pm
דורך חרבונה
shtel האט געשריבן:ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.
גוגל סוירטש
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:47 pm
דורך חרבונה
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:39 am
דורך BAL TSHIVA
שבת אחים האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.
איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן
Is he also from Staten Island?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:49 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag], קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.
נניח סאיז אמת וואס די זאגסט אז די חסידים זענען גאר שולדיג פארן טוישן חסידות יעדע שמיטה , מעג מען בא'עוולהן מענטשען ???
קענסט די פאקטן ??? אדער וויבאלד די מענטשען טוישן חסידות גאר אפט קומט זיך זיי א שטראף ???
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די זאגסט נישט די ריישא אין נישט די סיפא
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 1:26 am
דורך shtel
חרבונה האט געשריבן:shtel האט געשריבן:ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.
ער שטעלט זיך אהער צו זיין אביעקטיוו , מיין שאלה איז ווי ווייט ער וועט גיין צוריקצושטעלן שלום בית ?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 1:39 am
דורך חרבונה
shtel האט געשריבן:חרבונה האט געשריבן:shtel האט געשריבן:ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.
ער שטעלט זיך אהער צו זיין אביעקטיוו , מיין שאלה איז ווי ווייט ער וועט גיין צוריקצושטעלן שלום בית ?
עד מקום שידו מגעת 'ועד בכלל'.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 6:46 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.
עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.
רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.
איך פארשטיי נישט. אויב זי איז נישט לייסנסד, און זי גייט אין קאורט אלס ענטפער צו די בקשת הרבנים, איז דאך די גרינגסטע זאך איר אפצושטעלן, צו גיין מסר'ן פאר די גאווערנמענט אז זי איז אן אנלייסנסד טעראפיסט. ביז א טאג איז זי ארויס פון פיקטשער, און ארעסטירט...אלא מאי, ליגט דא דער הינט באגראבן אין אן אנדער פלאץ. און ס'האט צו טון מיט פערזענליכע נגיעות און גוטע, שטארק פינאנצירטע אנדרייערס...

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 6:55 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:00 am
דורך מ גפני
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:46 am
דורך outspoken
מ גפני האט געשריבן:מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???
1. א מ'לערענט זיך נישט קען מען געווענדליך נישט(און חכמה בגוים תאמין)
2 "אומן לא מרע אומנותיה".
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:51 am
דורך לית דין בר נש
כוכב האט געשריבן:דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דאכט זיך מיר אז די ביסט ראנ"ג דא איז נישט דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער, דא האנדעלט זיך פון איינער
וואס האט געמאכט א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער!
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:07 am
דורך זיגמונד פרויד
הגם איך האב נישט צופיל רעספעקט פאר unlicensed/untrained טעראפיסטן וויל איך אבער פארשטיין פארוואס ווען @וואס-איז-נייעס שרייבט א נאמען פון א רודף לויפן גלייך די ערליכע אידען (די אידען וואס מיינען אלעמאהל נאר דעם אייבערשטען) צו פארדאמן די נייעס וועבזייטל (מען לייגט זיי אפילו אין חרם). מען טרעפט אלע מינע איסורים, לשון הרע, חילול השם, וכדומה. אבער ווען רבנים זיכען נקמה צונעמן אין א נארישע שלום בית מאכער ווערט דאס א "מצווה לפרסם".
פלוצלונג זארקט מען זיך שוין נישט פאר די עתיד פון די גאנצע משפחה, די קינדער...
ווע א blog מאכט א חורבן איז דאס כפירה, ווען א רב טוט דאס איז עס א מצווה.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:09 am
דורך שמעקעדיג
מ גפני האט געשריבן:מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעם ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???
איך האב מורא אז דאס ארויסקומען בפומבי אקעגן א טעראפיסט "בלי רשיון" גייט איין טאג צוריקקומען בייסן די רבנים.
נאך איינער האלט ווי מיר?