בלאט 4 פון 7
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:48 am
דורך ברסלבער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.[/justify]
http://www.whats-your-sign.com/symbolic ... aning.html[left]Symbolic Mouse Meanings
Resourcefulness
Modesty
Groundedness
Adaptability
Temerity (shyness)
Innocence
Fertility
Super-awareness
Voraciousness
Determination
Conservation
Cleanliness
Cleanliness? After all that talk earlier about the plague, and common misconception about mice, how could I possibly add 'cleanliness' to this symbolic mouse meaning list? Well, it's a little known fact that many kinds of mice (deer mice, certain field mice and voles) keep themselves extremely clean and are constantly grooming themselves. See what I mean about falling into the trap of misjudging creatures by misguided rumors and superstition?[/left]
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:21 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מילא ער רופט זיך מייז אדער מויז וואלט מען אים נאך געקענט דן זיין לכף זכות, אבער צו וואס צולייגן דאס ווארט 'קאפ' כאילו דער מייז, איז דער קאפ שטיק דער קארפן קאפ דער מובחר שבבריאה און דער מענטש איז עפעס א מוריטשקע עפעס א דארוואנישע בריה וואס זיין גאנצע יחוס איז אז ער קאזין פונעם מייז.
בכלל די גאנצע עבו"ז וואס די ברענגסט מיר דא אראפ אז דער מייז איז מלא מעלות כרמון שמעקט פון השכלה הוא אשר דברנו אז סאיז יתכן אז דער זיידע איז געווען א משכיל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:26 am
דורך הדד בן בדד
מאטי האט געשריבן:ס'קען גאר זיין אז אינעם ביורא וואו מ'האט געגעבן לעצטע נעמען זענען די העגינישע אומשטענדן נישט געווען אומבעסטן צושטאנד, מילד גערעדט. און דער אבי אבות המויזקאפס האט באמערקט א מויזקאפל בלינטשעט מיט אירע אויגעלעך צו א געוויסע ברעקעלע פון אן איבערגעבליבענע מאלצייט, פון א געוויסען לעכעלע. האט ער ספאנטעניאסיש ארויסגעליארעמט ""מויזקאפ מויזקאפ "" דער אויפזעהר פרעגט: " ביסטו זיכער ראביי"? "קיין ספק נישט" האט דעם ענטפער נישט פארזוימט צו קומען.
ווי אזוי זאגט נאר "פאול הארבי" מיטן באקאנטן נוסח: "ענד נאו יאא קנאו .... דהע רעסט אף דהע סטארי ....
יוי, נאך א מזל. שטעל זיך פאר ווען יענער אויפזעער האלט זיין הונטל נעבן זיך, און דער הונטל גיט פונקט א בלישטע מיטן אויג, אדער זיין קעצל דרייט זיך פונקט אין צימער און ער גיט א בלישטשע מיטן אויג אויף דעם מייזל וואס בלישטעט אויף דעם ברעקל, דאן וואלט געווארן קאצן-קאפ, אדער הונט קאפ. ווער רעדט נאך ווען דער פערד זיינער קוקט ווען פונקט אריין דורכן פענסטער און גיט א שמייכל צום באלעבאס, דאן וואלט דער זיידע אויסגעשריגן "פערדס קאפ"...
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:58 am
דורך יין שרף
אויך לעצטענס געהערט אזא נאמען ווי רייצער...
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:21 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב לעצטענג גיהערט אז אין ישיבת אור ישראל האט מען אויפגענומען א מגי"ש "פעסעל"
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:39 pm
דורך מנשה לוסטיג
נאך אביסל מאדנע נעמען
לעמל, הימל, חאראך, פויער, ביקסנשפאן, פלאר, פוקס, קאטץ, צוויבל, פעפער, געטער, ברעכער, הוכאזער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:50 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ''ץ האט א פשט
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:53 pm
דורך לית דין בר נש
ישמעאל דאס איז א שאלה אדער א סטעיטמענט?
כ"ץ כהן צדק
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
סטעיטמענט. מנשה ווייסט עס אויך...
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 2:39 am
דורך ישמעאל הכהן
גיפס איז נישט אוועקצומאכן, ווי לאנג קען מען טראגן איינס
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 3:31 am
דורך הדד בן בדד
יין שרף האט געשריבן:אויך לעצטענס געהערט אזא נאמען ווי רייצער...
יי"ש, עס איז בעסער ווי ראצער...
אין שיכון סקווירא איז דא א משפחה רייצנשטיין.
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 3:31 am
דורך הדד בן בדד
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב לעצטענג גיהערט אז אין ישיבת אור ישראל האט מען אויפגענומען א מגי"ש "פעסעל"
דער ראש הכולל פון דעם ליטווישן כולל איז לאס אנדשעלעס הייסט הרב פאסמאן.
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 3:32 am
דורך הדד בן בדד
אין מאנסי וואוינט א אינגערמאן הירש וואס איז אן איידעם ביי ציג
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 11:58 am
דורך ישמעאל הכהן
גיידא, גיי דא!
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 1:16 pm
דורך מ גפני
און וואס טוט זיך מיט "פעטמאן"? עפעס ליגט מיר אין קאפ א נאמען ר' בערל פעטמאן
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 1:19 pm
דורך ישמעאל הכהן
א צייטונג שרייבער?
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 1:20 pm
דורך מ גפני
יא עפעס אזוי, כ'מיין ער לעבט שוין נישט
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 5:14 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 11:32 am
דורך ציבעלע-קיגל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל[/justify]
דער אלטער געשטעטנער פלעגט שרייען אויף זיין האט-ליין וועגען די "ראטען וויידלעך"
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 10:43 pm
דורך הדד בן בדד
האב איך מיך היינט דערמאנט א פאני מעשה, איך האב אמאל געטראפן א איד, א ראביי, הייסט ער ראביי מעקעניק (כ'מיין דניאל, אבער כ'בין נישט זיכער), איך האב זיך געוואונדערט אויפן נאמען, זאגט ער מיר, אז זיין זיידע האט געהייסן מחנך. אבער קומענדיגן קיין אמעריקא האבן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די צוויי מאל ח אין דעם ווארט מחנך, האט מען געמאכט דערפון מעקעניק.
און ער פירט אויס, מילא איך בין ראביי מעקעניק, דאס גייט נאך מיט, אבער מיין ברודער איז א דאקטער, דאקטער מעקעניק דאס איז שוין טאקע נישט בא'טעמ'ט.
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 11:33 pm
דורך petergrifin
לאקס, מרס גאלדי לאקס.
נישט בע'טעמ'סטע ערשטע/לעצטע נעמען
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 12:36 am
דורך יין שרף
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 4:10 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווי קען מען פארגעסען פון די פאני נעמען (ל"ע)
לייפער... טייטעלבוים... טווערסקי... הגר (האגער)... האלבערשטאם... האראוויץ...