בלאט 4 פון 10
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:20 pm
דורך לית דין בר נש
טיטאניק פליז שרייב וואס עס מיינט אז אידן זענען אין גלות? אין וואס פארא גלות זענען מיר?
אבער פליז נארמאלע סיי"ז און נארמאלע קאלער"ס אותיות און נישט קיין מגילה, קורץ און שארף.
א דאנק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:24 pm
דורך מ גפני
אינטערעסאנט אז די ווייט הויז דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דעם איינעם בחור וואס איז אן אמעריקאנער
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:25 pm
דורך סאשי פיש
די טעמע אין די אשכול איז איבער נייעס,
נישט צו די מדינה איז אויסגעהאלטען צו נישט!
ביטע זיך האלטען צום נושא.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 4:31 pm
דורך קאך_לעפל
די מעשה פון די טייערע אידישע קינדער, וואס זענען ליידער פארכאפט געווארן אונטער די הענט, פון די קאלט-בלוטיגע בני ישמאל, און זייערע טייערע עלטערן ווייסן ניטאמאל צו זיי זענען נאך ביים לעבן צי נישט ח''ו, שאפט א שווערע דילעמע פאר שלומי אמוני ישראל, ווייל וואו אזוי עס וועט זיך נאר אויסלאזן וועט זיין א פראבלעם.
ווען די אראבער האבן פארכאפט דעם מדינות ישראל סאלדאט גלעד שליט, האט מדינות ישראל געדארפט צאלן גאר א טייערע פרייז פאר זיין צוריקער. מדינות ישראל איז געווען געצווינגען פריי צולאזן א גרויסע צאל מסוכנדיגע טעראריסטן, וואס האבן געשמאכט אין די ישראלישע טירמעס, צילוב דער פאקט אז זייער זיך באוועגען אויף די פריי שטעלט אידישע קינדער אין געפאר, און ווער ווייסט וואס דאס האט טאקע אפגעקאסט, אדער עס קען נאך אפקאסטן, זאל דער אלמעכטיגע באשעפער אוודאי האלטען די רעכטע האנט.
דאס איז געווען ווען מען האט פארכאפט א סאלדאט וואס האט געדינט אין די שוץ כוחות פון מדינות ישראל, און ער איז געווען אנגעטאן אין מיליטערישע מינדירן, און ער איז אויך געווען באוואפענט מיט געווער. דאך האט מדינות ישראל געשפירט פאר וויכטיג צו באפרייען שענדליכע טעראריסטן פאר זיין ציריקער.
אצינד איז נאך דער מצב פיל ארגער, די רעדע איז פון ציוויליע איגענטליכע, וואס זענען בכלל נישט געווען באוואפענט, מי יודע וואו פול טעראריסטען מדינות ישראל וועט מיזן פריי לאזען, און וואס די קאנציקוועצען וועלן זיין, ה''י.
דעריבער איז טאקע מדינות ישראל אזוי ווילד, און זיי האבן איינגעשפאנט אלע זייערע מיליטערישע כוחות, אנגעהויבן פון די אינפאנטרי סאלדאטען, און גענדיגט ביי די געהיים דינסט, און די ספעציעלע קרעפטן די "צנחנים", דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל זיי זענען באזארגט אויף די לעבענס פון די 3 בחורים, נאר ווייל זיי האבן מורא פון די קאנציקווענסצן.
און ווידעאום אויב עס וועט געלונגען פארן דעם ישראלישער מיליטער צו ראטעווען די בחורים, דירך א מיליטערישע קאמאנדע אקציע, א שטייגער וואו חטיפת אייכמאן, מבצע יונתן, אד''ג, וואס דער מדינות ישראל מיליטער צייכענט זיך גראדע זייער גוט אויס, איז דאך ווייטער א פראבלעם, ווייל דעמאלט וועט גאנץ כלל ישראל ווערן דירך גענימען מיט פאטריאטיזם פאר די מדינה מיט איר טמא'נעם מיליטער, עס וועט ביי יעדעם אין הארץ אויפגעטליוט ווערן אזא גיטע געפיל, אה.. אינזער לאנד.... אינזערע סאלדאטען.... אד''ג... און דאס איז כפירה און מרידה במלכות שמים...
בלויז דער געפיל פאר א ממשלה מיט א מיליטער וואס סימבאלאזירט אז בכל הגוים בית ישראל, און כלל ישראל איז ח''ו א פאלק וואו אלע פעלקער, צו מען האלט יא די הייליגע תורה צו נישט, דאס איז מחשבת מינית, וואס די איינציגסטע תשיבה אויף דעם איז מיתה... כל דפריש ממינות מית....
ווען רבינו הק' מסאטמאר זי''ע וואלט נאך ווען געלעבט, וואלטן מיר כאטש געהאט ווער עס זאל אינז מחזק זיין, און אינז אויסוואשען אינזערע מוחות פון די אלע מחשבות מינות.....
מיר זענען ליידער אין א קלעם... וואס עס זאל נאר געשען וועט האבן נישט גוטע נאכפאלגען......
אפשר מיט די יו ען (עס שטייט נאך???) קען עפעס נאך עפעס ווערן..... גיי ווייס....
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 4:52 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:09 pm
דורך קאך_לעפל
איך זע אז די ריפסט די צהלניקעס וואס פרעסן חזיר, און זענען מחללי שבתים, און האלטען נישט קיין איינס פון די תרי''ג המצות וואס דער אייבישטער האט אינז געגבן אויפן בארג סיני.
זעלנער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנןזאל זיין! איך דענק אז מאל זענען די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן געווען: משה רבינו, יושע בן נון, פנחס בן אלעזר, עלי הכהן, שמואל הנביא, דוד המלך, שלמה המלך, יהושפט, יהושיהו המלך, צדקיהו... און נאך.
עס זעט אויס אז צייטן האבן זיך געביטן, און די לעצע יארן היינט שיקט שוין דער אייבישטער נייע
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנןמשה דיין, יעקב בר לב, דוד בן אליעזר, יצחק רבין, אריאל שרון, מאטי גור, בנימין נתניה... קען אפשר זיין, אבער נישט יעדער מיז דאך מיטשטימען מיט דיר... כ'האף אז די ביזט נישט ברויגעז....
נאר א קליינע נקידה'לע בעפאר מען גייט ציריק צו די גמרא... וואו אזוי מע''כ שרייבט.
עס זעט זיך עפעס אויס אז די ביזט א געוואלדיגע אוהב ישראל, און דאס וואס די 3 טייערע נשמות זענען פארכאפט געווארן.... טרעט דיר ממש צו צום געזינט... מי יתן והיה אז מיר זאלן אלע זיין בייי די הייליגע מדריגה....
פאר דיין אינפארמאציע: די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:31 pm
דורך מבקר
שאול
איש בושת
דוד
שלמה
רחבעם
אביה
אסא
יהושפט
יהורם
אחזיהו
עתליה
יהואש
אמציה
עוזיהו
יותם
אחז
חזקיהו
מנשה
אמון
יאשיהו
יהואחז
יהויקים
יהויכין
צדקיהו
ממלכת ישראל
ירבעם בן נבט
נדב
בעשא
אלה
זמרי
תבני
עמרי
אחאב
אחזיהו
יורם
יהוא
יהואחז
יואש
ירבעם השני
זכריה
שלוּם
מנחם
פקחיה
פקח
הושע
נו וויפיל פון זיי זענען געווען אזעלכע צדיקים ווי די סאטמערע רב???? און דאך זענען זיי און נישט סאטמערע רב געווען אונזערע מלכים!
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:36 pm
דורך טיטאניק
קאך_לעפל האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:\
פאר דיין אינפארמאציע: די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????
זיסקייט דאס טאקע מיין איך על אלה אני בוכיה ווי אזוי סאטמאר האט באוויזען צי מאכען אזא שטיפת מוח אויף אזויפיל אידען אז גאר די נאציס זענען פיינע מענטשען און ווען נישט די גרויליגע ציונים וואלט די שואה נישט פאסירט, א בלאף און א לינגט
ווער האט געראטעוועט דער הייליגער סאטמארער רבי אויב נישט די ציונים? גאנצע ספרים מלא שקרים האבען זיי געמיסט פארפאסען כדי צי אריינקריצען די ליגענט אין קאפ פון דער עולם
די זעלבע וואס האבען געמאכט די שטיפת מוח האבען אויך געמאכט די שטיפת הלב אז מען האט פארלוירען יעדע טראפ אהבה צי ארץ ישראל און צי די אידען וואס וואוינען דארט
טאקע מען קען וויינען
זאג ווען גייסטי זיך פארשטעלען פאר א פיינער נאצי?
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:38 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:42 pm
דורך מבקר
קאך_לעפל האט געשריבן:איך זע אז די ריפסט די צהלניקעס וואס פרעסן חזיר, און זענען מחללי שבתים, און האלטען נישט קיין איינס פון די תרי''ג המצות וואס דער אייבישטער האט אינז געגבן אויפן בארג סיני.
זעלנער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן
די אמת איז דאך אז תרי"ג מצוות ביסטו אויך נישט מקיים, ווידעראים אפאר (ממש געציילטע) מצוות דאורייתא וואס דו ביסט יא מקיים, האבן (רוב פון) זיי נאך אויך.
אמונה בהשם
כפירה בע"ז
אמונה בהשגחה
וכו'.
איי ס'איז דא אפאר מצוות וואס דו ביסט יא מקיים און זיי נישט? איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
יישוב הארץ
עזב תעזב
איש הירא ורך הלבב (וואס מן התורה זענען פרויען פונקט אזוי מחויב, וכלשון המשנה (סוטה ח, ז,)אבל במלחמת מצוה, הכל יוצאין, אפלו חתן מחדרו וכלה מחפתה.)
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:43 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]טיטאניק[/tag] עס איז גראדע נישט א סתירה עס קיין זיין אז די ציונים האבן געראטעוועט סאטמאר רב און עס קען זיין אז די זעלבע ציונים האבן געהאט א יד אין די שחיטות
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:44 pm
דורך לית דין בר נש
מבקר האט געשריבן:איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
נמשל?
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:47 pm
דורך מבקר
לית דין בר נש האט געשריבן:מבקר האט געשריבן:איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
נמשל?
מבקר האט געשריבן:איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
יישוב הארץ
עזב תעזב
איש הירא ורך הלבב (וואס מן התורה זענען פרויען פונקט אזוי מחויב, וכלשון המשנה (סוטה ח, ז,)אבל במלחמת מצוה, הכל יוצאין, אפלו חתן מחדרו וכלה מחפתה.)
מה????
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:52 pm
דורך טיטאניק
לית דין בר נש האט געשריבן:[tag]טיטאניק[/tag] עס איז גראדע נישט א סתירה עס קיין זיין אז די ציונים האבן געראטעוועט סאטמאר רב און עס קען זיין אז די זעלבע ציונים האבן געהאט א יד אין די שחיטות
ווי קען מען זאגען אזא זאך?
אפשר די נטורי קרתא וואס זענען געפארען קיין איראן לייקענען די שואה אולי די האבען א יד אין די שואה און אין די רציחות פון די אראבער וואס ווערט געספאנסערט דארעך איראן, דאס זענען פאקטען וואס יעדער ווייסט
אבער די תורות וואס סאטמאר האט מחדש געווען א די פרייע האבען געהאט א יד אין די קריג ווייסט יעדער אז דאס איז א חלק פון די שטיפת מוח
מען האט זיי געקוילעט פינקט ווי אינז
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:53 pm
דורך קאך_לעפל
טיטאניק האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:\
פאר דיין אינפארמאציע: די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????
זיסקייט דאס טאקע מיין איך על אלה אני בוכיה ווי אזוי סאטמאר האט באוויזען צי מאכען אזא שטיפת מוח אויף אזויפיל אידען אז גאר די נאציס זענען פיינע מענטשען און ווען נישט די גרויליגע ציונים וואלט די שואה נישט פאסירט, א בלאף און א לינגט
ווער האט געראטעוועט דער הייליגער סאטמארער רבי אויב נישט די ציונים? גאנצע ספרים מלא שקרים האבען זיי געמיסט פארפאסען כדי צי אריינקריצען די ליגענט אין קאפ פון דער עולם
די זעלבע וואס האבען געמאכט די שטיפת מוח האבען אויך געמאכט די שטיפת הלב אז מען האט פארלוירען יעדע טראפ אהבה צי ארץ ישראל און צי די אידען וואס וואוינען דארט
טאקע מען קען וויינען
זאג ווען גייסטי זיך פארשטעלען פאר א פיינער נאצי?
טייערע נשמה איך מיין אז די ביזט נישט אזוי געגערעכט,
די נאציס זענען געווען רוצחים:
די ציוניסטישע שישקעס האבן געקענט ראטעווען מיליאנען אידען, האבן זיי? ניין! פארוואס? ווייל
דער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן יצחק גרינבוים ימ''ש האט געזאגט אין שנת תש''ה, ווען די רעדער פון אייכמאן'ס וואגאנען האבן זיך העפטיג געדרייט אויף די שינעס, פון אנגארן קיין אוישוויץ, וואו די נאציס האבן אריינגעשיבט 12000 אידן א טאג, אין קאלעך-אויבען אריין. "איין קיה אין ארץ ישראל, איז מער ווערט וואו אלע אייראפישע אידן" עפ''ל: און זיין חבר נתן שוואלב ימ''ש, גאר נישט ווייניגער מערדער וואו אים, האט געשריבען פאר רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל, אין שנת תש''ב "אך בדם תיהיה לנו הארץ" עפ''ל:
דער רשע ישראל קאסנער שר''י האט געוויסט אז מען טראגט די אידן פון געטא קיין אוישוויץ, אבער ער האט געמאכט א גרויסע פתח שין. ווייל ער האט געוואלט האבן חן אין די אויגן פון זיינע נאצישע גוטע פריינד, מיט וועלעכע ער פרעגט צו שיכור'ן אין פעסטער קרעשמע'ס. טויזענטער אידן וואלטן זיך ווען געראטעוועט ווען זיי ווייסן ווען דעם אמת, וואו אהין מען פירט זיי. דאס האט קאסנער אליינס מודה געווען ביים פארצעס אין מדינות ישראל פארן אדוואקאט שמואל תמר: א דאנק דעם האט אים דער שב''כ געשיקט דארט וואו ער האט געשיקט די מיליאנען קדושים.
די אלע זאכן איז געשריבען, און באוויסט פאר יעדען, נאר די דאזיגע וואס ריפן די צהלניקעס
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן נאר זיי ווייסן נישט( ווילן נישט וויסן) דערפון!
אגב רבינו הק' איז ניצל געווארן א דאנק רבי פנחס פרוידיגער און רבי חיים ראטה, זיי האבן געצאלט די געלט פאר די נאציס אז מען זאל ארויסלאזען די ציוניסטישע שישקעס אין כופרים פון אייראפא, אבער נאר מיטן תנאי אז מען לייגט ארויס רבינו הק' מסאטמאר אויפן באן:
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:54 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:06 pm
דורך קאך_לעפל
שוואך גענפערט. שוין ס'זאל זיין לאמיר טאקע הערן א שטיקל אפדעיט, וואס איז די מצב מיט די 3 טייערע נשמות? די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן מאכן עפעס פארשריט? אדער נאר ביי יאסעלע שוכמאכער ווען די מאמע האט אים געוואלט אפשמד'ן האבן זיי געקענט אויסגעפינען וואו ער באהאלט זיך?
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר
די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.
אויב דאס זענען די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:07 pm
דורך לית דין בר נש
נו די האסט דען א ספק אז די ציונים קענען ברענגען א חורבן בית המקדש?
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:10 pm
דורך טיטאניק
קאך-לעפל,
אוואדי כלל ישראל האט אייביג געהאט פאררעטער אבער די פאררעטערישקייט האט גארניקס געהאט מיט די ציוניסטישע אידעלאגיע
און עיין ערך די אמעריקאנער רעגירונג און די אמעריקאנער אידישע פאליטיקאנטן וואס האבען געקענט טיען אסאך מער און האבען נישט געוואלט
עד כדי כך ווען דער אידישער ראטגעבער פון דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט האט עם ציריק געהאלטען פון ארויס קימען צי די רבנים וואס זענען געקימען פראטעסטירען קעגען די רציחות, און די מאטיווען פון די אידישע פאררעטערישע פאליטיקאנטען האט גארניקס געהאט מיט ציונים
און ווי שטארק קאסטנער איז געווען א פאררעטער זענען די נטורי קארתא נאך אזעלכע פארעטער ווי זיי אויב נישט ערגער
און פינקט ווי די האסט נישט ליב אז מען זאגט אז די נטורי חארטא נעמען זייערע מהלך פון סאטמאר און פון ויואל משה (וואס איז בעצם אמת, נאר זיי האבען עס גענימען צי א עקסטרעים) די זעלבע איז מיט די פאררעטער וואס זענען "אויך" געווען ציונים,
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:11 pm
דורך שמעקעדיג
מנהלים טייערע איך מיין מען זאל צוטיילן דעם אשכול. א פחד ווי משוגע א אשכול קען פארפארן. עפעס איז ראנג מיט אונזער GPS
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:14 pm
דורך טיטאניק
אלע מיינע סאטמארע פריינד
לאמיר לייגען אין א זייט אלע אינזערע הייליגע שיטות, און לאמיר פאוקעסען נאר אויף די בחורים
ווער עס קען זיך נישט איינהאלטען קען שרייבען דא
viewtopic.php?f=24&t=6615יישר כח
דער טריפהנער ציוניסט טיטאניק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:18 pm
דורך קאך_לעפל
טיטאניק האט געשריבן:קאך-לעפל,
אוואדי כלל ישראל האט אייביג געהאט פאררעטער אבער די פאררעטערישקייט האט גארניקס געהאט מיט די ציוניסטישע אידעלאגיע
און עיין ערך די אמעריקאנער רעגירונג און די אמעריקאנער אידישע פאליטיקאנטן וואס האבען געקענט טיען אסאך מער און האבען נישט געוואלט
עד כדי כך ווען דער אידישער ראטגעבער פון דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט האט עם ציריק געהאלטען פון ארויס קימען צי די רבנים וואס זענען געקימען פראטעסטירען קעגען די רציחות, און די מאטיווען פון די אידישע פאררעטערישע פאליטיקאנטען האט גארניקס געהאט מיט ציונים
און ווי שטארק קאסטנער איז געווען א פאררעטער זענען די נטורי קארתא נאך אזעלכע פארעטער ווי זיי אויב נישט ערגער
און פינקט ווי די האסט נישט ליב אז מען זאגט אז די נטורי חארטא נעמען זייערע מהלך פון סאטמאר און פון ויואל משה (וואס איז בעצם אמת, נאר זיי האבען עס גענימען צי א עקסטרעים) די זעלבע איז מיט די פאררעטער וואס זענען "אויך" געווען ציונים,
דא זאגסט א גיטער נקידה, (כאטש עס איז שקר וואו די ע''ז) די זעלבעגיע איז אויך מיט סאטמאר, די ביזט געווארן אינגאנצען בייז, ווייל מאנכע שרייבער וואס ריפן זיך סאטמאר האבן געשריבען, און האסט דאך גענימען האקן אויף סאטמאר, מיט איר הייליגער רבי'ן, ביטע פארשטיי די קענסט נישט שרייען אויף גאנץ סאטמאר,ווייל עמיצער וואס איז נאך א ביסל יונג, אין ער האט ניישט קיין השגה וואס ער רעדט, רעדט דברי טיפשות: ואתכם הסליחה:
און לאמיר ציריק גיין צום ענין:
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:26 pm
דורך טיטאניק
קאך_לעפל האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:קאך-לעפל,
דא זאגסט א גיטער נקידה, (כאטש עס איז שקר וואו די ע''ז) די זעלבעגיע איז אויך מיט סאטמאר, די ביזט געווארן אינגאנצען בייז, ווייל מאנכע שרייבער וואס ריפן זיך סאטמאר האבן געשריבען, און האסט דאך גענימען האקן אויף סאטמאר, מיט איר הייליגער רבי'ן, ביטע פארשטיי די קענסט נישט שרייען אויף גאנץ סאטמאר,ווייל עמיצער וואס איז נאך א ביסל יונג, אין ער האט ניישט קיין השגה וואס ער רעדט, רעדט דברי טיפשות: ואתכם הסליחה:
און לאמיר ציריק גיין צום ענין:
אקעי פיין, ווילסט האבען די לעצטע ווארט? שרייב נאך איין תגובה וועגען דיין קרימע שיטע אזוי וועסטי עס האבען
ביי ביי