בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:18 pm
דורך געפילטע פיש
און ווער ס'איז עכט צופרידן מיט זיך און זיין לעבענס שטייגער וועט נישט זיין ביזי מיטן זאגן ווי אומצופרידן "דער גוי" איז.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:23 pm
דורך שמעקעדיג
מיינסט צו זאגן, ער וועט עס זיכער זאגן דא און דארט, אבער נישט זיין "ביזי" דערמיט. ריכטיג??

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 12:35 pm
דורך געפילטע פיש
עהם, האסט אמאל געזען אן עושר זאגן דא דארט פארוואס און וויאזוי זיין לעבן איז בעסער ווי דעם אריממאנס?

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:12 pm
דורך קפנדריא
זייט מיר מוחל פון פאראויס, ס'דא דא עטליכע ניקים, וואס קוקט אויס פון זייערע תגובות אז זיי האבן שוין לאנג נישט, אדער קיינמאל טועם געווען קיין טעם אין תורה, עבודה, אדער בייקומען א נסיון, אויב קען איינער פארגלייכן אטעאיזם, די הוילע עוואלוציע, אדער גאר די קראנקע קוראן להבדיל אלפי אלפים הבדלות צו אידישקייט, ווייזט עס אז זיי פארפאסן גאר אן אינטעגראלער חלק אין זייער לעבן.. כנראה ווי די סארט אידן לעבן אין א נעפל אדער פארמאכטן שאכטל, און וועלן שטענדיג זען אידישקייט מיט א שווארצע ליילעך און מיט שטומפיגע ברילן..

סליחה עוד הפעם..

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:42 pm
דורך געפילטע פיש
יעצט שנעל צוריק אריין אין שאכטל!

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 1:55 pm
דורך כוכב
זוכער האט געשריבן:ווען מ'נעמט זיך די פאר מינוט און מ'טראכט אריין וויאזוי די "אמיש" מענטשן לעבן אין אמעריקע, און וויאזוי זיי פראקטיצירן זייער שטרענג-קריסטליכע רעליגיע, איז עס אויך נאר מיט דעם בליק פון "יענע וועלט" גן-עדן קעגן גינהום.

די אמיש מענטשן האבן נישט קיין טעלעפאן, קיין אינטערנעט, קיין קארס, עלעקטעריק, וואשער-דרייער, נישט קיין מייקראוועיוו און נישט קיין וועקיום קלינער. זיי לעבן גענוי ווי טויזנט יאר צוריק, נישט ווייל זיי ואוינען אין תימן און קענען עס נישט האבן, נאר זיי וואווינען אין אמעריקע פינקט ווי אונז און זיי נעמען די רעליגיע אזוי סטריקטלי, אז דער עיקר איז יענע וועלט און די וועלט איז נישט געמאכט צו הנאה האבן - במלוא מובן המילה.

שטעליט זיך די פראגע: זענען זיי ווייניגער העפי פון סתם גוים? דער תירוץ איז: ניין. זיי לעבן רואיגער, סאך רואיגער ווי להבדיל מיר אידן. ווייל זיי האבן נישט קיין שום פרעשור, זענען קיינמאל נישט אווערדרעפט אין די באנק, ווייל זיי האבן נישט קיין באנק אקאונט. זיי האבן נישט קיין שום קריים, און זענען צופרידן מיט וואס זיי האבן.

און מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין ברירה. קיינער צווינגט זיי נישט צו בלייבן. יעדער אמיש קען זיך גיין ווען ער וויל, אבער 90 פראצענט פון די אמיש קינדער האבן חתונה מיט אמיש מענטשן און בלייבן אינעם סיסטעם.

דער תירוץ איז קלאר: שוואויל-טאג מאכט נישט העפי.



דיינע ווערטער ווענדן זיך אליין אפ.
נו ובכן, וועט איינער זאגן אז מזאל אדאפטירן די אמיש לייף סטייל ווייל זיי זענען פרייליכער?!
על כרחך אז נישט אלעס ווענד זיך אין פרייליך!
אדם לעמל יולד, א מענטש דארף זיך פלאגן כי זה כל האדם, פרייליכקייט מאכט עס נישט גערעכט, הגע בעצמך אויב דיך קומט אויס אז די תורה איז שווער דארף מען זיך האלטן דערצו? און דער דראג עדיקט איז נאך מער פרייליכער ווי דער אמיש מענטש.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 2:12 pm
דורך זוכער
אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.

איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.

משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 4:25 pm
דורך Kool man
זוכער האט געשריבן:אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.

איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.

משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.

להוי ידוע לך אז די אמיש זענען באוואוסטע שטופי זימה, אויך איז דא דארט אסאך אפגעפארענע וואס גייען נאך מיט לבוש, אבער דעטס איט, זיי האבן אימעיל, אינטערנעט, און אלע חאזערייען

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 4:32 pm
דורך זוכער
ניין. זיי האבן נישט קיין עלעקטער, קיין סעלפאון, קיין ראדיא, טעלעוויזיע. זיראו טעכנאלאגיע. קומסטו מיט שטרויענע זימה ארגומענטן.

בכלל איז אינטרעסאנט אז דו באציהסט זיך צו אפגעפארענע עלמענטן. זיי זענען דאך נישט קיין אמיש מער???

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 6:09 pm
דורך זוכער
איך בין קיין אמיש אפשטאמיגער ב"ה, און איך שעץ נישט זייער לעבן און גלייבן, אבער שטורנדיג זייער לעבנסשטייגער מבית ומחוץ שטעלט זיך ארויס אז זייער עקסטרעם-שטרענג לעבן און ענווייראנמענט איז א פאנצער קעגן אלע פלאגן וואס פלאגט מענטשהייט פון ששת ימי בראשית.

זייער לעבן איז אוממעגעליך צו פראקטיצירן פאר א פרעמדן, און במשך די לעצטע 300 יאר איז נישט צוגעקומען קיין גרים.

מעגליך אז לויט אונזער שיטה האבן זיי נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא, אבער צופרידן זענען זיי!

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 8:33 pm
דורך Kool man
איך האב עס געהערט פון א אמיש מאן מיט א לאנגע בארד מיט הויזען טרייגער, ער איז געקומען צו אונז עפעס בויען, [זיי זענען גרויס אין געוויסע קאנסטראקשען וכדומה] ער אליין איז געקומען מיט א דרייווער א שיקסע [נישט קיין אמיש, נאר זיין שבת גויטע], זי דרייווט אים ארום די פיר פינף שעה'דיגע רייזעס צו זיין ביזנעס צילען, וואס צווישען זיי אליין איז געווען הויעך יום טוב, אנהויב האט ער זיך פרובירט צו באהאלטען, שפעטער איז ער געווען אפען, ער האט שיין געזאגט אז אסאך טוריסטען ווילען האבען נאנטע שייכות מיט זיי [איידעל גערעדט] , ער'ט מסביר געוועזען אז זיי פילען עס ווי א זכי' צו מחבר זיין מיט אמיש מענער, דעריבער איז'ס נישט קיין זינד, ער אליין האט אויכעט מודה געוועזען אז ער האט א אפיס נישט ווייט פון זיין שטעטעל אין פענסילוועניע ווי ער האט אינטערנעט מיט אימעיל, און פיל פון זיינע שכנים אויכעט, ווייל זיי מוזען עס האבען פאר ביזנעס, אויכעט זאגט ער אז טעלעפאנען פאקס מאשינען און סעלפאנען האבען שוין זייער אסאך פון זיי אפענערהייט

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:47 am
דורך פארוואס?
איך האף אז דו ברענגסט נישט קיין ראיה פון א יחיד.
איך גלייב אז דו וואלטסט נישט געוואלט אז איינער וואס איז מחלל שבת רח״ל, זאל גיין דערציילן פאר א גוי, אז קיינער היט שוין נישט שבת, און אז ער האט אסאך חברים וואס האלטן אום שבת באהאלטענערהייט א סעלפאן, וכו׳.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:28 pm
דורך פארוואס?
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:25 pm
דורך ואימא איפכא
רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:41 pm
דורך געפילטע פיש
פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:52 pm
דורך ונבנתה העיר
איי געפילטע, מען ווערט נישט יונגער... ;)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:59 pm
דורך ונבנתה העיר
ואימא איפכא האט געשריבן:1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?..

לכאורה די וואס ארבעטן יאהרן לאנג און בויען זיך אויף [עם עדיוקעישאן וכו'].

2# וואס טוט א גוי מוט געלט ?

מסתמא שטיצט ער זיין לאקאלע קירכע'ס כולל.

וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה?

דו מיינסט דעם 'כבוד'.

3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה.

שוין געקוקט.

4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק?

ביי אונז איז נישט דא קיין קריים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:02 pm
דורך כוכב
ואימא איפכא האט געשריבן:רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?


וועלקאם צו קאווע שטיבל, געב עס פיר וואכן און דו לאכסט פון דיר אליין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:18 pm
דורך Kool man
ואימא איפכא, דו מיינסט טאקע מ'עט דיך לאזען דא קוקען ריעליטי? נאך בעפאר די עטליכע דעפרעסטע און גאנץ/האלב אפגעפארענע ניקס וועלען דיך טרייען דא צו צומאלן און בעל כרחך אויפווייזען אז וואס דו זעסט איז נאר דמיון, דו דארפסט נאר איינמאל ארויסגיין פון די באקס, זיך אויסדרייען צו די וואנט און זיך גוט צומאכען די אויגען, און אנערקענען און וויסען אז ביי יודעלעך איז די מערסטע קריים, מאלעסטעישען, גניבה, רציחה, אלע מלמדים און רבנים פארקויפען דראגס, די פרןמע זענען אלקאהאליקס, טשאקאהאליקס און ווארקאהאליקס, האלב חסידים און בני תורה נעמען דראגס, יעדער איז סעלפיש און קיינער העלפט נישט דעם צווייטען, די אלע ארגעניזאציעס זענען דא נאר צו שנארען, ס'עקזיסטירט בכלל נישט קיין חברים שומרים הצלה ביקור חולים רפואה ארג'ס, חוץ אפאר וויכטיג מאכערס, ביי חתונות איז שטיל זויער און מרה שחורה, קיינער טאנצט נישט קיינער קומט נישט, מ'מאכט עפעס א מציצה בפה צו פארשפרייטען וויירוסען און מחלות, מ'בלאזט שופר צו נערווירען דאס מענטשהייט, די סיסטעם איז דאס ערגסטע, זאל מען זיך לערנען פון די פיינע נאבעלע גויים צו טון חסד און מאכען סיסטעם, וויל ביי אונז טויג נישט די סיסטעם, וועלכע סיסטעם? די חינוך סיסטעם , סטים פייפ סיסטעם , טרענספערטעישען סיסטעם, עיר קאנדישען סיסטעם און די סוער סיסטעם,, ס'איז אזוי ביטער צו זיין א יוד, אן ענד אן
נעבעך אויף די פאר דעפרעסטע מאראנען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:55 pm
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:איי געפילטע, מען ווערט נישט יונגער... ;)

זעסטו אז איך האב יא געדענקט, נאר דער סוירטש ארבעט נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:41 pm
דורך כוכב
אימא, כ'וועל דיר ענטפערן, צום פארדאנקען דעם סארקאסטישן אויסברוך פון ר' קיל.
דער פשוטער דרך הטבע איז, אז אויב האט מען אן אומנות צו דער האנט קען מען בעסער פארדינען. אויך חז"ל האבן געוואוסט פון דעם גרויסן סוד און מחייב געווען יעדן טאטע צו לערנען זיינע קינדער א פאך.
דער פאקט איז אז צוליב אונזער נאכלעסיגקייט אין עדיוקאציע זענען מיר אן ארעמע פאפולאציע. ברענגען ראיות פון א מינדערהייט עשירים איז פארפירעריש. ווי אויך איז עשירות און סוקסעס תלוי אין זייער אסאך זאכן און צוטריט צו קאפיטאל איז א באדייטנדע פאקטאר וואס אין דעם הינזיכט זענען מיר בעסער ווי אנדערע געמיינדעס אבער דאס איז נישט קיין פארענטפערונג קעגן א געהעריגע עדיוקעישאן.
און בנוגע צדקה, נישט אזוי פארשטאנען די שאלה. עי. על. עס. איז א וויכטיגע צוועק. טון גוטס ברענגט סיפוק פאר יעדן מענטש און איז א גוטע זאך וואס דארף ארויסגעהויבן ווערן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:50 pm
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.

איך האב אויך פראבירט מאכן א סוירטש בעפאר איך האב עס ארויפגעלייגט דא.
זעהט אויס אז [tag]ונבנתה העיר[/tag]׳ס סוירטש ענדזשיין איז היבש בעסער ווי גוגל.

האט דער גוי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:37 pm
דורך ואימא איפכא
קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???