בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:59 pm
דורך יין שרף
ניטאמאל אויבן אן!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:ניטאמאל אויבן אן!
ס'הייסט אז ער האט אלע מעלות, און נאך א נאנעוו אויכעט...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:13 pm
דורך יין שרף
ממש אזוי! ער לויפט אוועק פונעם כבוד, און ניטאמאל דרייט ער זיך אויס קוקען אויב ס'לויפט שוין נאך..!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:21 am
דורך [NAMELESS]
יעצט צופעליג געזען די קליפ געברענגט אין איי וועלט פון כ''א כסליו פארברענג אין קראויןהייטס און איך מיין עס איז ווערט באגריסט צו ווערן אין די אשכול צוויי זאכן וואס איך האב אויפגעפאסט,
1) ווען די רבי (רז''ל) קומט אריין און אויפן וועג צו זיין מקום המיוחד באגריסט יעדעם שיין, אנקומענדיג צו זיין פלאץ שטעלן זיך די גבאים אפ ווייל די רבי גייט זיך יעצט אפשטעלן טאנצען, און באטראכטען די שווערע צענדליגע טויזענטער קעלבן טאנצט פאר עם קוקענדיג אין זיין נאז אריין... און אביסל נהנה זיין פון די כבוד... אבער ניין ער האט עפעס אנדערש אין זיין מיינד, ער בעט די גבאי זאל עם פריי לאזן דאס וועג, און ער שפאצירט לענגאויס די אויבן אן באגריסענדיג יעדעם און דערנאך קומט ער צוריק, מען באמערקט טאקע ווי רח''ש ווינקט זיך מיט זיין פאטער פארוואס די רבי פארבלאנטשעט אוועק פון זיין פלאץ.
2)זעהט מען ביים בענטשען און כנהוג זאגט די רבי די שבע ברכות פאר די חתנים, אנקומענדיג צום לעצטע ברכה שטיפט די רבי די כוס צו זיין שוואגער די מאנסי רב אז ער זאל דאס זאגן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:43 am
דורך חד גדיא
אוי פליז. חנפ'ענען רבנים איז דאך א חלק פון די שפיל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:16 am
דורך מנחם
אומגלויבליך אז די מינאמאלע מענטשליכקייט איז א גאנצער חידוש, אזא איינער וואס וואלט ווען געדארפט זיין די וועגווייזער וויאזוי זיך צו באנעמען מיט אנדערע איז גאר א גאנצע וואונדער ווען ער פירט זיך אויף אזוי.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:22 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:יעצט צופעליג געזען די קליפ געברענגט אין איי וועלט פון כ''א כסליו פארברענג אין קראויןהייטס און איך מיין עס איז ווערט באגריסט צו ווערן אין די אשכול צוויי זאכן וואס איך האב אויפגעפאסט,
1) ווען די רבי (רז''ל) קומט אריין און אויפן וועג צו זיין מקום המיוחד באגריסט יעדעם שיין, אנקומענדיג צו זיין פלאץ שטעלן זיך די גבאים אפ ווייל די רבי גייט זיך יעצט אפשטעלן טאנצען, און באטראכטען די שווערע צענדליגע טויזענטער קעלבן טאנצט פאר עם קוקענדיג אין זיין נאז אריין... און אביסל נהנה זיין פון די כבוד... אבער ניין ער האט עפעס אנדערש אין זיין מיינד, ער בעט די גבאי זאל עם פריי לאזן דאס וועג, און ער שפאצירט לענגאויס די אויבן אן באגריסענדיג יעדעם און דערנאך קומט ער צוריק, מען באמערקט טאקע ווי רח''ש ווינקט זיך מיט זיין פאטער פארוואס די רבי פארבלאנטשעט אוועק פון זיין פלאץ.
2)זעהט מען ביים בענטשען און כנהוג זאגט די רבי די שבע ברכות פאר די חתנים, אנקומענדיג צום לעצטע ברכה שטיפט די רבי די כוס צו זיין שוואגער די מאנסי רב אז ער זאל דאס זאגן.
אויף אים איז מיר דאס גארנישט מחדש, וויסענדיג אז דער עולם קוקט פירט ער זיך אויף שיין.
אבער אויף דעם רח"ש שטייט עס נישט גוט
1) פארוואס ער פארשטייט נישט פון זיך באגריסן מיט א רב.
2) פארוואס מוז מען פונקט אים געבן א ברכה, ווערט ער באליידיגט אויב ער באקומט נישט?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:55 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך?
א גוטע קשי'
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געוועהן א טעקסי.
די צוויי ווערטער "אדמורים" און "מענטשליך" גייען נישט צוזאמען.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 2:02 am
דורך שבת אחים
Re: ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:37 am
דורך נופת צופים
כ'האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, אבער איך זעה אז ס'דא פיר גאנצע בלעטער.
עפעס שטימט נישט דא.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 9:38 am
דורך רויטע וואנצעס