בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:34 pm
דורך למדן
כ' קענישט דעם יונגערמאן אבער משוגעים האמער גענוג

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:47 pm
דורך הדד בן בדד
א באוואוסטער זיסער משוגע'נער...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:51 pm
דורך ענן כבד
ער איז דאך שטאטס משיגענער אין ק"י, נא וויאזוי הייסטער שוין, קאהן? מאיר יענקל?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:09 am
דורך שמעקעדיג
ישעי' יאנקל, טאקע א זיסער משוגענער...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:59 am
דורך משגיח
נאך 33 יאר וואר קאלובע רבי האט אונטערגעשריבן קעגן בעלז איר ער אים געגאנגען באזוכן
http://www.jdn.co.il/news/228623

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 2:19 pm
דורך קאווע טרינקער
כל הכבוד פאר די לעצטע תלמיד בעש"ט הק'.
לדעתי שטייט וויליאמסבורג אין זיין זכות. וועמענס דען?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 4:14 pm
דורך יצמחפרקני
קאווע טרינקער האט געשריבן:לדעתי שטייט וויליאמסבורג אין זיין זכות. וועמענס דען?


זיכער אזוי ער איז דאך בעל הבית דערויף

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:39 pm
דורך קאווע טרינקער
א רב טאר נישט זיין קיין עושר?
מיין תורה זאגט "גדלהו משל אחיו".

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:19 am
דורך קאווע טרינקער
כ'הער אז דער מונקאטשער רב האט געשיקט אן איבערבעטען בריוו צום בעלזא רב.
איינער ווייסט עפעס מער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:39 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:48 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס מיינט דאס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:02 pm
דורך טיטאניק
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דאס?

איך אלייינס בין נישט קלאר אבער נאכען הערען א אינטערוויא מיט מומחים אויף קאלל מעוואסער זאגען זיי אזוי (אביסעלע קאמפלעצירט)
דאס איז א סארט מאטריאל וואס הייסט "פאפיר"
זיי האבען ארויף געזעצט דערויף ווערטער וואס ליינט זיך אין לשון הקודש א בענטשינג פון א "ברוך הבא" אזא באגריסונג פאר א גאסט וואס מען פריידט זיך מיט זיין קימען
עפעס אזוי געבען די יודעי דבר איבער
העי העי, איין מיניט
יא, ער זאגט אויך אז די בעלזע חסידים האבען זיך פארליבט און דער רב'ס שוואגער דער סאטמארע רבי ווייל ער האט געגעבען א מקום אכסני' פאר די בעלזע בחורים פאר א שבת התוועדות וואס זיי האבען אפגעראכטען אין קרית יואל, אן דעם וואס ער זאל בעטען געלט פאר די אכסני' דעריבער זענען זיי זייער פארליבט

האסט פארשטאנען אדער נישט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:חיים שאהלסאהן זאגט אז ר'טויביה גייט צו א שבע ברכות

אבער ווי ס'זעהט אויס האט ער זיך לעצטנס זייער שטארק אנגעשטרענגט צו מאכן זיינע פיאות צופלויגן און צו-לאטשעט. ראה תמונות עם כ"ק האדמור מהר"א שליט"א. :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
אויס מענטש האט געשריבן:ווייסט איינער דא די מעשה וואס דער אדמו"ר ממבקשי אמונה א ברודער פאר די תודולותים רבי'ס פארציילט בשם סאטמאר רב אז דער בעלזער רב גייט זיין דער מנהיג לפני ביאת משיח

דער אדמו"ר ממבקשי אמונה איז נאך דאמאלס געוועין אין חיתולים (פעמפערס, בלע"ז). אדער נאך אפילו נישט געבוירן.... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:32 pm
דורך דריידל
סאמטינג פישי. איך פארשטיי אז עס איז דא א אפיציעלן שלום און מ'מעג זיך טרעפן פון צייט צי צייט, אבער דאס צעטל איז ארויס פון די גבולים.
ס'יז מסתבר אז די בעלזא זענען נאכנישט ציפרידן מיט'ן ווערן באשריבן אין בלאט ווי אלעד אדערע חסידות. ווער עס איז באקאנט ווייסט אז די בעלזער חסידים האלטן אז זיי זענען עפעס מער ווי אדערע בלויז פארן טראגן דעם נאמען. ווי זיי דריקן זיך כסדר אויס "כבוד בית בעלז".
און דאס איז וואס זיי האפן וועט געשעהן דורך זיך חנפענען צו סאטמאר מהר"א. זיי ערווארטן צו ווערן באהאנדלט מיט אויסערגעווענטליכע רעספעקט

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:02 pm
דורך פיינע קאווע
ווערי פישי? הו קערס וואס א צעטיל מאכער האט געשריבן. קיינער פון די אדמורי"ם ווייסען נישט אז דער צעטיל וואס הענגט לעבן ביה"כ אין בעלז עקזעסטירט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:56 am
דורך טעפל
איך גלייב זיי ווייסען יא, ווייל ס'קומט פון די מחנה חרדי פון בעלזא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:35 am
דורך ברוך שאמר
טעפל האט געשריבן:איך גלייב זיי ווייסען יא, ווייל ס'קומט פון די מחנה חרדי פון בעלזא.

דעס מיינט אז די בעלז -סאקמערע מחלוקא איז אווער ענד גאן ענד איטס זאסט היסטערי וואן דאן ענד מאר טאא גא בעז"ה :P

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:41 am
דורך שרייבער
דריידל האט געשריבן:סאמטינג פישי. איך פארשטיי אז עס איז דא א אפיציעלן שלום און מ'מעג זיך טרעפן פון צייט צי צייט, אבער דאס צעטל איז ארויס פון די גבולים.
ס'יז מסתבר אז די בעלזא זענען נאכנישט ציפרידן מיט'ן ווערן באשריבן אין בלאט ווי אלעד אדערע חסידות. ווער עס איז באקאנט ווייסט אז די בעלזער חסידים האלטן אז זיי זענען עפעס מער ווי אדערע בלויז פארן טראגן דעם נאמען. ווי זיי דריקן זיך כסדר אויס "כבוד בית בעלז".
און דאס איז וואס זיי האפן וועט געשעהן דורך זיך חנפענען צו סאטמאר מהר"א. זיי ערווארטן צו ווערן באהאנדלט מיט אויסערגעווענטליכע רעספעקט

ס'וועט זיי גארנישט העלפן, און ס'איז לכאורה אויך נישטא ווי זיי זאלן ווערן עפעס בעסער באהאנדלט
לו יצויר דער בעלזער וועט קומען קיין אמעריקא וועט ער באקומען די זעלבע אויפנאמע ווי דער שוואגער האדמו"ר מוויזניץ

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:03 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
געהערט פריער זאגן אז אויף דער בקשה פין דער גאב''ד ירושלים גייט דער סאטמערע רבי נישט באזוכן דאסמאל דער שוואגער דער בעלזע

איך ווייס נישט אויב עס איז קראנט אבער דערווייל האט ער זיך נאכנישט געטראפן מיט איהם..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:08 am
דורך פיינע קאווע
דער גאב"ד וואלט קיינמאל אזוינס נישט געבעטן. און דער רבי וואלט אים קיינמאל נישט געהארכט נישט צו באזיכען זיין שוואגער. זיי נישט אזא תמים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:20 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס זאל איך טוהן אז איך בין יא אזא תמים..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:31 am
דורך נאטרוליסט
פיינע קאווע האט געשריבן:דער גאב"ד וואלט קיינמאל אזוינס נישט געבעטן. און דער רבי וואלט אים קיינמאל נישט געהארכט נישט צו באזיכען זיין שוואגער. זיי נישט אזא תמים.


אויב דער גאב"ד האט געבעטן אז ער זאל נישט גיין, וועט ער אוודאי פאלגן און נישט גיין, אלס'ן כבוד פון גאב"ד.
אבער אזוי ווי עס גלייבט זיך נישט אז דער גאב"ד זאל עס בעטן, ממילא שטעלט זיך אויפן שכל אז ער וועט מסתם יא גיין באזוכן.