בלאט 4 פון 8
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:36 am
דורך שמעקעדיג
איך האלט אז מען שרייבט דא אסאך נארישקייטן, כ'העל מקיים זיין דעם אל תען ווייל כ'האב נישט קיין ציייט און כ'וועל ממילא גארנישט איבערדרייען, קיינער וועט נישט טוישן מיינונג (וועלכע איז ממילא באזירט אויף "פאקטן"...). אבער איין קליינע נקודה וואלט איך געוואלט ארויסברענגען.
איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן טעראפיסט, וואס באהאנדלט אסאך שווערע קעיסעס פון שלום בית און חינוך (מיט הצלחה ב"ה), אז אייגענטליך האט ער (און יעדער אין דעם פאזיציע) א געוואלדיגע אחריות, ער איז מייעץ מענטשן וואס צו טון, אויף זיין ווארט וועט מען זיך יא אדער נישט גט'ן, ארויסווארפן אדער האלטן א שווער בחור אין א ישיבה, און אלע קאנסעקווענצן וואס קומען ארויס פון דער החלטה קען מען דערנאך צייגן פינגערס אויף אים, וואס קען צומאל זיין זייער אומאנגענעם, מילד גערעדט. פון וואו טאקע נעמט מען די שטארקקייט צו זאגן דעם פסק, עצה, ווי אזוי מען זאל זיך פירן?
האט ער מסביר געווען, ווען ער מאכט א באשלוס - בפרט א גורל'דיגע באשלוס - מוז ער אינאכט נעמען אלע צדדים, שוקל זיין יעדע צד מיט ישוב הדעת, אויסהערן יעדנ'ס מיינונג פארוואס יא אדער פארוואס נישט, און נאכן אדורכטון דעם ענין על בורי' מכל הצדדים, זאגט ער זיין פסק לויט וואס עס קוקט אויס פונעם סך הכל בילד, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות, און מען איז ביי זיך 100% קלאר אז לויט די אומשטענדן און אינפארמאציע וואס מען האט האט מען געגעבן די ריכטיגע עצה. והיה למחרתו, אויב וועט מארגן אריינקומען א פרישע שטיקל אינפארמאציע וואס טוישט דעם בילד? דאן איז TOO BAD, א מענטש האט נישט קיין רוח הקודש און מוז נישט פסק'ענען נעכטן לויט וואס ער גייט געוואר ווערן מארגן. ניטעמאל דארף מען זיך אנטשולדיגן און פילן גילטי דערוועגן. ווייל אם כן אין לדבר סוף.
דאס איז אויך שייך ביי סיי וועלכע באשלוס א מענטש דארף מאכן, צב"ש א שידוך, א דזשאב, וכדומה, דארף ער וויסן אז עס איז אלץ מעגליך אז ער וועט שפעטער חרטה האבן אויף זיין באשלוס און זיך באשולדיגן הלמאי ער האט נישט גענומען דעם אנדערן מיט יענעמ'ס מעלות, א שאד ער האט נישט דעמאלס געהאט דעם היינטיגן שכל און געוואוסט וואס ער ווייסט היינט וכו', און א גאנץ לעבן זיך ארומדרייען מיט די גילטי פילינגס... חס ושלום, א מענטש טאר זיך נישט אזוי נוהג זיין, דא דארף מען גלייבן אז מען האט אים מן השמים מעלים עין געווען, און ער האט געמאכט דאס בעסטע באשלוס לויט זיין אינפארמאציע באותה שעה.
לענינינו, נניח אז דער סאטמאר רב האט טאקע נישט ריכטיג גע'פסק'ענט און לויט זיין אינפארמאציע און דעת תורה האט ער נישט געלאזט אנטלויפן, איז נאריש צו פארלאנגען אז ער מוז זיך קומען אנטשולדיגן בשעת ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, איי נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש? דארף ער גלייבן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט. א מענטש איז א מענטש. די חסידים וואלטן געקענט אנטלויפן על דעת עצמם לויט ווי זיי אליין זעהען פאר ריכטיג, אלא מאי זיי האבן דייקא געוואלט פרעגן זייער רבי'ן זיין חוות דעת, וואס איז ער שולדיג? ער קען נאר ענטפערן לויט ווי אזוי זיינע אויגן זעהען פאר ריכטיג.
און אלס א זייטיגע הערה, מעגליך אז אויב האט ער טאקע געפילט שולדיג האט ער אנשטאט "זאגן סארי" ליבערשט געטון א ריכטיגע תשובת המשקל, און מקריב געווען זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן כל ימי חייו ברוחניות ובגשמיות, כידוע. און אויב פאר א טייל חברה באדערט פשוט דער "טאנצן חסדי השם", קען איך נישט העלפן, איר וועט מוזן אליינס ארבעטן אויף אייערע מדות....
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:03 pm
דורך diff
Same goes to Rav kook and the misnachlim. To tell them to say oshamnu is wrong, at least leshitas satmar.
And remember, you will one day pay the price for your false kanues
(not personal)
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:21 pm
דורך ממרום שלח אש
שמערל,
נישט איבערלאזן א צוואה קען איך פארשטיין די תמיהה, וכבר דשו בה רבים. הגם פאסן א באשלוס בלויז אויף דעם איז לעכערליך. ווייל עס פארנעמט נאך צענדליגע טעאריעס און עקספלעינעשאנס. אבער עס איז זיכער ווערד אן אפהאנדלונג.
דיין תמיהה פון נאך די סטראוק איז אבער ממש חסר טעם אינגאנצן, דו ווייסט דען וויאזוי א מענטש פילט נאך א סטראוק? כמיין, דו ביזט שוין בכלל אמאל ערענסט קראנק געווען? אדער געווען אכציג יאר? ממש פיטפוטי דברים בעלמא! כ'רעד נישט דערפון וואס דיין מסקנא איז הבל הבלים, אבער דיין תמיהה הייבט זיך בכלל נישט אן, חוץ אז דו ברענגסט עפעס מעצידינישע רעקארדס וואס ווייזן אז בעצם איז ער געווען קעיפעבל וכו. אבער קומען פערציג יאר שפעטער און בויען פאקטן אויף טריוויאלע אנקעדאטן, ווי צ.ב.ש אז בעלל הארבער איז א מאדערנע געגענט, אדער אז ער ברויך ווען פירן טיש אפילו ער איז טויט קראנק ווייל זיינע חסידים דארפן א טיש ווי לופט צום אטעמען איז א וויץ חסרת טעם.
און אפילו דעמאלס, קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן צו קאטגאריזירן א מענטש פון זיין אויפפירונג נאך א טראומע, הנקרא בלשוננו PSTD. (נניח אז דאס איז אמת)
איך שטום אבער צו צו דיין מסקנא, מען קען דעבאטירן פאקטן, אבער מיט אביסל אויפריכטיגקייט. די לעוועל פון סובזשעקטיוויטי אין דעם אשכול איז רעפולסיוו.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:44 pm
דורך היימישער ליטוואק
I'm back האט געשריבן:מאכט טאקע סענס.
אז ס'בלייבט נאר 3, נעמט עס די פירער.
ל'ע
חייך קודמים איז נישט שייך ביי א מנהיג?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 3:08 pm
דורך ממרום שלח אש
עס איז אזוי לעכערליך, איך האב נאר נישט מגיב געווען ווייל איך האב געגלייבט אז יעדער זעט עס אדורך. אבער איך זע אז נישט...
די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט באקומען דריי קארטן איז ווייל זיי האבן געוואלט האבן סאטמאר רב משום איזה סיבה שיהי', ווען ער קומט נישט איז נישטא קיין שום סיבה אים צו געבן דריי קארטן.
משל למה הדבר דומה, איינער איז מכבד הרב וואזנער צו זיין סנדק, זאגט ער, איך וועל עס ניט אננעמען, אבער זיי מכבד מיין אור אור אייניקעל ער פרובירט צו לערנען פלייסיג לעצטענס, ער האט זיך אפילו פארהערט א פרק משניות די אנדערע וואך, עס וועט אים זיין א חיזוק גדול אויף ווייטער...
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:48 pm
דורך I'm back
היימישער ליטוואק האט געשריבן:I'm back האט געשריבן:מאכט טאקע סענס.
אז ס'בלייבט נאר 3, נעמט עס די פירער.
ל'ע
חייך קודמים איז נישט שייך ביי א מנהיג?
די הלכה איז אנדערש ביי א מלאך אלוקים
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:01 pm
דורך יאיר
פייער פון הימל,
קודם פארלעש דעם ברענענדיגן פייער
יעצט, ווען די הנהגה פון סאטמאר רב וואלט געווען מיט א קלארקייט און אויסגערעכנטקייט ביז'ן סטראוק, און ערשט נאכדעם וואלט זיך אנגעהויבן א צעמישעניש און אומזיכערקייט, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז טאקע בלויז צוליב דער סטראוק. אבער זיין הנהגה א גאנץ לעבן שטימט דאך זייער גוט מיט זיין הנהגה סוף ימיו, ממילא פעלט נישט אויס צו זאגן נייע תורות. עס איז ברייט באקאנט אז סאטמאר רב איז געווען א שרעקליכער פחדן. עס איז אויך ברייט באקאנט אז ער האט ערפינדן גאר מאדנע שיטות וואס ער אליין האט זיך געפירט פונקט פארקערט, וואס ווייזט אויף אן אינערליכע אומזיכערקייט. (א באלאנסירטער מענטש קען פארנעמען אזא זאך אז עס איז דא א מחלוקת להלכה אויב מען מעג גיין צו די בחירות, און אז עס איז העכסטנס אן אומאויסגעהאלטענע זאך, מען דארף נאכנישט באטיטלען די אלע משתתפים אלס עוברים אויף די שלש חמורות).
אויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון. אלס איז געגאנגען דורך זיך ארומנעמען מיט מענטשן וואס זענען זיינע געשוואוירענע חסידים (און בדרך כלל קנאפע חכמים), און אריינרופן די גבאים און זאגן אז מען מוז שאפן געלט וכדו'. אן אמת'ער זיכערער מענטש האנדלט נישט אזוי. אלזא מיט זיינע אלע מעלות איז דער סאטמארער רב געווען אן אומבאלאנסירטער מענטש, וואס האט געלעבט אין א שטענדיגע פחד פון זיך אליין. און עס איז נישט קיין שום בושה, זייער אסאך אידישע און גוי'אישע גדולים האבן געהאט פסיכאלאגישע שוועריקייטן, און עס נעמט גארנישט אוועק פון זייער גדלות.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:אויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון.
אדרבה, צייג מיר וויפיל גדולים נאך בימיו האבן אויפגעטון מער פון אים.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:30 pm
דורך געפילטע פיש
קודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:42 pm
דורך שעפטל
און אזוי ציט זיך זאכן און ווערן פאקטן..
אפשר איז סאטמאר רב יא קליג געווען און האט זיך נישט געוואלט ארומנעמען מיט קליגע און זיי זאלן אים פארדרייען א קאפ?
אפשר זענען זיינע ארימיגע יא קליג געווען? ווי האסטו געזעהן אז נישט?
אפשר האט ער געזעהן אז לתועלת די אידישקייט וואס ער האט געוואלט אויפשטעלן "ביי זיין עולם" (איך שרייב נישט סתם אידישקייט אין אמעריקע...) איז ס'בעסטע אז ער נעמט זיך ארום מיט די תמימי לב וואס וועלן אים פאלגן בלינד...?
כ'מיין מ'מאכט דא השערות אן קיין דעקונג און מ'ווארפט סטעיטמענטס אן קיין שום באווייז דערצו....
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:46 pm
דורך יאיר
שעפטל, אקוראט דאס איז דער פוינט. א קלוגער מענטש וואס איז אויך גראד און אויסגעהאלטן האט נישט אזוי מורא פון אנדערע קלוגע מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי אים, און אודאי צילט ער נישט צו אויפשטעלן א אידישקייט וואס נאר נארישע מענטשן קענען זיך האלטן דערביי.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:54 pm
דורך שעפטל
איך האב געשריבן דריי "אפשר'ס"...
איך האלט נישט אז זיינע נאנטע נאנטע זענען געווען נארישע מענטשן, אפשר טאקע נישט אזוי קליג ווי מ'לייגט זיי אראפ אין סאטמאר, אבער נישט אזעלכע נערנים ווי געוויסע וועלן זיך נאך באלד צוכאפן אז זיי זענען געווען..
צווייטענס, ער האט געהאט קליגע רבנים וואס זענען מיטגעשטאנען מיט אים (חוץ אז די ענטפער גייט זיין אז מ'האט מורא געהאט פאר טעראר)
דריטענס, איבער אידישקייט גייט די מחלוקה אנגיין ביז איך וועל האבן א שאנס צו פרעגן אליהו הנביא ווער ס'האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקע..
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:00 pm
דורך תמים
יאיר האט געשריבן:פייער פון הימל,
קודם פארלעש דעם ברענענדיגן פייער
יעצט, ווען די הנהגה פון סאטמאר רב וואלט געווען מיט א קלארקייט און אויסגערעכנטקייט ביז'ן סטראוק, און ערשט נאכדעם וואלט זיך אנגעהויבן א צעמישעניש און אומזיכערקייט, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז טאקע בלויז צוליב דער סטראוק. אבער זיין הנהגה א גאנץ לעבן שטימט דאך זייער גוט מיט זיין הנהגה סוף ימיו, ממילא פעלט נישט אויס צו זאגן נייע תורות. עס איז ברייט באקאנט אז סאטמאר רב איז געווען א שרעקליכער פחדן. עס איז אויך ברייט באקאנט אז ער האט ערפינדן גאר מאדנע שיטות וואס ער אליין האט זיך געפירט פונקט פארקערט, וואס ווייזט אויף אן אינערליכע אומזיכערקייט. (א באלאנסירטער מענטש קען פארנעמען אזא זאך אז עס איז דא א מחלוקת להלכה אויב מען מעג גיין צו די בחירות, און אז עס איז העכסטנס אן אומאויסגעהאלטענע זאך, מען דארף נאכנישט באטיטלען די אלע משתתפים אלס עוברים אויף די שלש חמורות).
אויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון. אלס איז געגאנגען דורך זיך ארומנעמען מיט מענטשן וואס זענען זיינע געשוואוירענע חסידים (און בדרך כלל קנאפע חכמים), און אריינרופן די גבאים און זאגן אז מען מוז שאפן געלט וכדו'. אן אמת'ער זיכערער מענטש האנדלט נישט אזוי. אלזא מיט זיינע אלע מעלות איז דער סאטמארער רב געווען אן אומבאלאנסירטער מענטש, וואס האט געלעבט אין א שטענדיגע פחד פון זיך אליין. און עס איז נישט קיין שום בושה, זייער אסאך אידישע און גוי'אישע גדולים האבן געהאט פסיכאלאגישע שוועריקייטן, און עס נעמט גארנישט אוועק פון זייער גדלות.
עס איז ברייט באקאנט.. און יעצט בין איך פשוט צירוקגעבליבען אז איך ווייס נישט.... יאיר, איטס בעלוי יור דיגנעטי, דעמעגאגיע לאז פאר מרדכי הצדיק און פראפעסער שאפירא מיט זייערע אנדערע 17 ניקס..
איך הייב אן צי פארשטיין [tag]כוכב[/tag]ס חתימה, "ד״ר דניאל באָיאַרין, אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און דענקער, האַלט, אַז דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, איז געווען די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישקייט. בדרך־כּלל, בין איך מיט אים מסכּים." וואס אלץ איך באגעגן נישט צאם אויף איין כאראקטער, מיז זיין דער מענטש איז גאר גאר גרויס געווען, אזא מין מיזוג וואס יעדע אנאליז וואס פיט נאר פאר א מענטשליכע כאראקטער איז שוין אין אים אריינגעטייטשט געווארן.
אבער איך פארשטייי נישט דא זאגסטו ער האט ערפינדען גאר מאדנע שיטות, (ווי למשל וועלכע שיטות וואס ער האט ערפינדען איז גאר מאדנע?) און ער האט זיך געפירט פארקערט, און א רגע נאכדעים ווערט גאר די זעלבע זאך א אפטייטש פון א באלאנסירטער מענטשט, נישט געפערליך, האלטסט עפעס ?? אבער נעם עס נישט צי די עקסטרעים. און דאס איז וואס סאטמאר רב האט טאקע געטוהן אפילו לויט זיינע בירורים איז אויסגעקומען אז די בחירות איז יהרג ואל יעבור האט ער נישט געאסרט צי נעמען תפילין פון א סופר וואס גייט צי די בחירות, אפילו חינוך העצמאי וואלט אויסגעקומען די ארגסטע לשיטתו האט ער געקענט זיי שטיצן מיט געלט. אפילו פארן אויף ארץ ישראל גרעניצט זיך מיט די הייקעלסטע מחשבות האט ער נישט געאסרט דאספארן און וואוינען דארט, אין אזוי ווייטער, וואס דאס איז א תוצאה פון נישט נעמען זאכן ראדיקאל ווי למשל איין זאך וואס קומט מיר יעצט און קאפ, אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען נישט לאזן און בית מדרש א גמרא פון די מסכת מען האט געלערנט ביים דף היומי, און דאס מיינט א ראציאנאלער פראקטישער מענטשט חוץ אף זיין גרויסקייט.
און אגב אז מען האט דא א אשכול וואס גיט זיך אפ מיט די פסיכילאגישע כאראקטערן פון די גדולי ישראל וואלט איך אפשר געקענט הערן א פסיכילאגישע אנאליז אויף בעלזער רב ז"ל אדער אויף קלויזענבערגער רב ז"ל ?
עס וואלט ווען געדארפט זיין גאר אינטערעסאנט..
און ח"ו איך זוך עס בכלל נישט צי הערן און נישט קיין חילוק וואס איך וועל הערן איז דאס א חלק פון מיין אמונה, און איך בין צי אלט אנציהייבן פונדאסניי ווייל אויב וויל איך דאס דאבל טשעקן האב איך אסאך גרעסערס נאכציפארשן, איך זאג עס נאר פאר די אנטי סאטמאר'ע דא פון אנדערע קרייזן, וואס שטראלן פאר פרייד ווען זיי זעהן דא די שפראך קעגן סאטמאר רב, אז עס איז בבחינת ווי הרב דאמפ ז"ל האט זיך אפגערעדט אז אמאל איז געווען א סטייפלער א מנחת יצחק וכדו' איז געווען אויף וועם צי האקן אויף וועם זאל איך היינט רעדן אויף אהרן זלמן לייב ?? די זעלבע דא בייי יאיר אויף סאטמאר רב רעדט ער, ווילסט אבער נישט הערן וואס ער האלט אויף דיין רבי.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:04 pm
דורך diff
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
most of his people may have ended in public school if not for him
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האלט נישט אזוי מיט געהעריג, אבער הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] דו האסט געזאגט אז אזוי ווי א פסיכאלאג אן א נאמען, אזוי איז דער סאטמארער רב, יא? טאמער איינער מאכט א גרייז ווייל ס'האט געפעלט אינפארמאציע, ער האט געמיינט אז זיין וועג איז א בעסערע ווי א צווייטע און למעשה פיהרט זיך אויס אז ער איז נישט גערעכט, דארף ער נישט זיך אנטשולדיען פאר דער וואס ער האט פאלש געפיהרט, ווייל אזוי האלט ערגעץ א געלונגענע פסיכלאג, יא? אפילו ווען אנדערע האבען בעסער געזען און דו האסט זיי פארשווארצט אז זיי ווייסען נישט וכדו, און למעשה לאזט זיך אויס אז זיי האבען יא געוואוסט און דו האסט נישט, יא?
ווען איך האב געלערנט אין דער בריסקער ישיבה האב איך געהערט פונ'ם ראש ישיבה א מעשה - ווען הרב יצחק מאיר לוין ע"ה איז געקומען קיין אמעריקא איין מאל, איז דאס געווען הארט נאכ'ן לויה (השניה) פון הערצל. ער איז מיט געגאנגען דער לויה, א זאך וואס האט אויפגעברויזט אסאך קנאים (ועי' באין חזון מכתבי הרב בעל קהלות יעקב). דער סאטמארער רב האט איהם פארגעהאלטען וועגען דעם, האט ער גע'ענטפערט 'יא, ס'איז א טעות געווען', האט ער גע'ענטפערט 'איינער וואס מאכט א טעות דארף זיך באהאלטען אונטער'ן דאכענע, נישט ארום גייען דער וועלט כאילו לא היה'.
דער סאטמארער רב זאגט אז מ'דארף נישט אנטלויפען, דער מציאות לאזט זיך אויס נישט ווי איהם. נאך דעם קומט ער אין אמעריקא און זאגט ווייטער וואס וועט זיין ווען מ'וועלען נעמען געלט פונ'ם מדינה, און טאמער מ'וועט זיך שלאגען מיט די ציונים פון אינעווייניג, און אלע 'יהרג ואל יעבור' מצוות. אנטשולדיגט, דו זעסט אליינס אז דו ווייסט נישט, וואס קומסטו ווייטער פרעדיגען, באהאלט זיך אונטער'ן דאכענע.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:42 pm
דורך לעיקוואד
[tag]שמעקעדיג[/tag] איר ברענגט אראפ דער לעוועל פון אחריות פון א מענטש אויף זיינע באשלוסען אויף א שטאפל וואס פאסט נישט בכלל.
עס איז נישטא אזא זאך מחליט זיין הונדרעט פראצענט וואס איז ריכטיג אמת א מענטש דארף אמאל פאסן א באשלוס אפילו אן וויסען אלעס און ער איז דאך א בשר ודם און אלץ קען זיין אספעקטן וואס ער האט נישט גענומען אין באטראכט אדער אינפארמאציע וואס ער האט נישט געהאט אדער סתם עס איז נישט געלונגען די סטראטעגיע וואס מען האט געמיינט. במחילת כבודו פון דער חשוב'ער טעראפיסט וואלט איך קיינמאל געטראסט א מענשט וואס האלט אז וואס ער איז מחליט איז הונדרעט פראצענט. ער קען זאגען אז לפי ראות עיניו דארף מען אזוי טוהן, און והיה אז מארגען שטעלט זיך ארויס דאס איז געווען א טעות איז דער גלייכקייט נעמען אחריות אויף דעם זאגען טאקע וועגן מיר איז ארויסגעקומען נישט גוט און פראבירען מפייס זיין און מתקן זיין ווי מעגליך.
א גוטער משל אויף איינער וואס נעמט אחריות אויף זיינע באשלוסען איז א זאך וואס איך האב לעצטנס געליינט אויף דער גענעראל אייזענהאער, וואס אין די טעג פון הכנה צו'ם די דעי אינוואזיע אין נארמענדי זיך צוגעגרייט א סטעימענט וואס צו זאגען אויב ל"ע וועט דער אינוואזיצע דורכפאלען. דער צעטל
ליינטOur landings in the Cherbourg-Havre area have failed to gain a satisfactory foothold and I have withdrawn the troops. My decision to attack at this time and place was based on the best information available. The troops, the air, and the Navy did all that bravery and devotion to duty could do. If any blame or fault attaches to the attempt it is mine alone.
דאס הייסט אן ערנסטער מנהיג וואס האט טאקע די גאטס צו מאכען א מסוכנ'דיגע באשלוס באזירט אויף די אינפארמאציע וואס ער האט, אבער האט די מענטשליכקייט און אחריות אז טאמער געלונגט דאס נישט נעמט מען קלאר די אחריות אויף זיך און מען אנטלויפט נישט אונטער לאזונגען און טעאריעס.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:49 pm
דורך לעיקוואד
די מעשה מיט סאטמער רבי'ס סטראוק און וואס שמערל איז מעיר דערויף איז מיר אינטרעסאנט. משום מה, בכל ימי שגדלתי אצל חסידי סאטמער ושמעתי כל סיפוריהם, האב איך קיינמאל געקענט ארויסבאקומען פון דארט קלאר וואס איז געווען אין די אלע יארען פון תשכ"ח ביז תשל"ט. עפעס טוהט זיך א שרעקליכע אומקלארקייט ארום דעם, איז דער רבי געווען ביים הכרה די אלע יארען געהעריג? איז ער געווען ביי זיך נפשי'תדיג? איז עס געווען אמאל יא אמאל נישט? אין די תורות וואס זענען געדרוקט למשל איז פון תשכ"ח האקט זיך אפ עס איז נישטא קיין שום תורות, פלוצלינג אינמיטען די למ"ד יארען איז שוין יא דא געדרוקט פארשידענע תורות. וואס איז דער פשט פון דעם?
קען זיין ביי די סאטמערע חסידים איז דאס באוואוסט, אבער איך זעה אפילו דא מען ברענגט ארויף פארשידענע השערות אפשר איז עס נישט געווען מעגליך פיזיש, אפשר יא, אפשר אהער אפשר אהין, פארוואס טוהט זיך אזא אומקלארקייט ארום דעם אפילו וואס איז מפורסם אין סאטמער? עס איז גאנץ חשוד, און שמערל'ס טעאריע הייבט מיר אן שוין צו מאכען סענס.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:17 pm
דורך ביבער
נאך ערגעץ ווי סאטמאר רב איז געווען קאנטראווערסיעל און לויט
רב ישכר כ"ץ -א סאטמארער תלמיד- איז דאס וויכטיגער ווי דער האלאקאוסט חלק, דאס איז זיין איבערגעטריבענע אבסעסיע מיט קדושה וטהרה, און לויט ווי רב כ"ץ טענה'ט האט ער מיט דעם ב'גנב'ט זיינע חסידים און נאך מער זיינע חסידות'טעס פון א געזונטע משפחה לעבן, אויך האט עס געשעדיגט די נאטורליכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] לעבן אויף א שעדליכן אופן וואס די תוצאות זענען זייער ווייטאגליך און זעהט זיך ליידער אן ביי אסאך פון זיינע חסידים.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:16 pm
דורך איך אויך
שעדליך מיינט ער מאלעסטערס?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:16 pm
דורך קאווע טרינקער
diff האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:קודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
most of his people may have ended in public school if not for him
Please add : so was I told.
נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 8:43 am
דורך כוכב
סאיז קינדיש צו זאגן אז סאטמארער רב האט רעזיגנירט נאכן סטראוק, קודם כל ווי ממרום האט ערווענט, ער איז געווען א סטראוק פאציענט, קוים ביים לעבן. פילע פון זיינע גרעסטע אויפטוען א שטייגער ווי קרית יואל, קרן הצלה, סאטמאר מאנסי, רב טוב, און נאך זענען געגרינדעט געווארן אין די נישט געזונטע יארן בשארית כוחותיו. דער רבי איז ווייטער אנגעגאנגען אלס פערזענליכער טאטע פאר טויזנטער חסידים, וועלכע האבן זיך נישט גערירט אן אנפרעגן, בעצתו וברכותו, דער רבי האט געמופט צו בעל הארבער, לול, א סאטמאר חסיד האט געהאט דארט א הויז האט מען עס גענוצט פארן רבין, שפעטער האט עס די רעבעצין אפגעקויפט שלא בידיעתו פון רבין. ווען עס איז געקומען צום פארקויפן די חמץ האט דער רבי געפרעגט מיט וואונדער, איך האב א הויז אין בעל הארבער?
אבותינו ספרו לנו וויאזוי עס האט אויסגעזען א יו"ט ביים רבין אין די נישט געזונטע יארן, דער רבי פלעגט צוגיין צום עמוד בקול דממה דקה, דאס ערנסטקייט אין ביהמ'ד האט מען געקענט שניידן אין די לופטן מיט א מעסער, אבותינו ספרו לנו וויאזוי עס האט אויסגעזען א געזעגענען ביים רבין אין די נישט געזונטע יארן, פון א בליק פון רבין איז געווען דא לדא נקשן, דער רבי פלעגט ענטפערן און זאגן זיין מיינונג נעמען שטעלונגען אויף אלע אנפראגעס מיט א קלארקייט, לעצטנס פארציילט מיר א איד אז ער האט אנגעפרעגט דעם רבין אין תשלא וועגן אן אפשערן חוה'מ, דער רבי האט געזאגט מ'זאל שערן ל'ג בעומר, דער איד איז געווען א שטיקל אויבער חכם, געט ער זיך א רוף אן, אז דער באר היטב איז מתיר זיך שערן אום חוה'מ. דער רבי גיט אים א קוק אן און רופט זיך אן, איך ווייס אויך פון דעם באר היטב, עד היום, זאגט מיר דעם איד, לויפט אים דורך א סקרוך אין אלע ביינער ווען ער דערמאנט זיך די מעשה.
נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 11:18 am
דורך סודני
שמערל. די פרובירסט עפעס אראף לייגן דעים רבי׳ן נאכ׳ן סטראוק
מיט אסאך הנחות אין מסביר זיין זיין מהלך מיט זיין פערזענליכע מהלך המחשבה , ווען די זאך איז גאנץ פשוט אין סאטמערע חסידים זאגן עס גאנץ קלאר ליידער נאכ׳ן סטראוק האט די רבי געליטן פין דעפרעסיא וואס כידוע איז דאס די נאכוויען פין די מחלה , אין דאס איז די סיבה פארוואס ער פלעגט נישט ערשיינען ברבים , שפעטער איז האטזיך די מציב אין דעים געביט אביסל געבעסרט , כאטשיג זיין גופנית׳דיגע מצב איז גיווארן אלץ שוואכער אין שווערער איז זיין מח גיווארן שטערקער אין בעסער אין דאס איז אויך די סיבה אויף די תורות וואס מ׳זעעט שפעטער ,איז וואס די ווילסט זאגן איבער סאטמיררב זאג געזונטערהייט אבער מיש נישט אויס מיט זיינע מחלות וואס ער האט ליידער געליטן אין מאך נישט קיין מסקנות פין יענע תקופה
נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 12:07 pm
דורך לעיקוואד
קען איינער פארציילען עפעס איבער וואס איז געווען ביים סאטמער רבי און וואס ער האט געטוהן אן קיין סקרוך אין די ביינער א קול דממה דקה און אנדערע אזוינע מליצות?