בלאט 4 פון 6

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:45 am
דורך איך אויך
פיין שיין אבער פישעלע האט שוין געהאט א טוירן ,קען זיין ער האט געזאגט ער איז ערשטע אין ליין פאר דאבעלס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:47 am
דורך ישמעאל הכהן
ער איז נאך נישט געווען גבאי מיט זיין נייע ניק אנעם שטרעכל

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:47 am
דורך ברסלבער
עס איז מיר א כבוד און א זכי' אז איך קען צולייגן א האנט און ארויסהעלפן אונזער הערליכע ווינקל.
גאר אסאך האב איך שוין גענאסן פון שטיבל ביז יעצט, און ס'איז צייט עפעס צוריק צו געבן אויך.
ואני תפלה אז איך זאל בעזה"י מצליח זיין מיט מיין נייע אויפגאבע, אינאיינעם מיט מיין חשוב'ע קאלעגע פישעלע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:48 am
דורך לית דין בר נש
וואס איז מיט אונזער @ראשעקאל? מען טיילט שוין דאבעלס און ער איז נאכנישט גיוועהן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:57 am
דורך ראשעקאל
איך קען נישט מאכן אזעלעכע ערענסטע דעסיזשענ'ס
באט שקויעך עניוועי
:)

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:07 pm
דורך פישלע העררינג
עס איז מיר א כבוד און א עהערע צו דינען אלץ גבאי חודש. ספעציעל ווען עס איז בשותפות מיט הרב [tag]ברסלבער[/tag] שליט"א, אן אמת'ע הוגה דיעות על דרך ישראל סבא, ואין למו מכשול.

דאס ערשטער מאהל אלס גבאי חודש האב איך אנערקענט די נחיצות הענין צו האבן גבאים. נישט חלילה צו מעקן, נישט חלילה צו ווארענען, נישט חלילה אומבאקוועם מאכן אן אנדערע. נאר מרבה צו זיין כבוד המקום אז עס זאל אנהאלטן צו זיין א "רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".

יהי"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי, ויתגדל ויתקדש שם שמים על ידי המקום הזה בחכמה בתבונה ובדעת.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:51 pm
דורך קעלנער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש אדר:
[tag]יאיר[/tag]
[tag]מאטי[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:56 pm
דורך ישמעאל הכהן
גאר אינטערעסאנט פאר'ן חודש פון פורים חודש אדר צו האבן מאטי (מרדכי הצדיק) בן יאיר פאר גבאי חודש.
בן קיש, יעצט געמיר א לייק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:04 pm
דורך גראדעמעכעלע
ביי אונז אין שטיבל מאכט מען תוספות אדר...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:09 pm
דורך ונבנתה העיר
וויי איז אונז... אין וועלכע לעכל וועט טפשות זיך באהאלטן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:47 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:וויי איז אונז... אין וועלכע לעכל וועט טפשות זיך באהאלטן?

ונבנתה העיר: אונז (ט---) קענען נאך שלאפן רואיג. זיי (די גבאים) גייען נישט מעקן קיין הודעות צוליעב טיפשות... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:57 pm
דורך מאטי
איך האב נישט די ווערטער צו אויסדרוקן מיינע געפילן צו אזא גרויסן כבוד וואס מ'האט מיר צוגעטיילט צו זיין אויפן זעלבן פאזיציע ווי דער רמב"ם פון קאווע שטיבל מורינו הרב יאיר שליט"א. ס'דערמאנט מיר די מעשה פון יענער וואס האט געזאגט אז זיין ווייב האט אים געמאכט פאר א מיליאנער, ווייל איידער ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א ביליאנער.

(און בערל, ניין!! איך גיי נישט מעקן דיין תגובה.....)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:02 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:איך האב נישט די ווערטער צו אויסדרוקן מיינע געפילן צו אזא גרויסן כבוד וואס מ'האט מיר צוגעטיילט צו זיין אויפן זעלבן פאזיציע ווי דער רמב"ם פון קאווע שטיבל מורינו הרב יאיר שליט"א. ס'דערמאנט מיר די מעשה פון יענער וואס האט געזאגט אז זיין ווייב האט אים געמאכט פאר א מיליאנער, ווייל איידער ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א ביליאנער.

(און בערל, ניין!! איך גיי נישט מעקן דיין תגובה.....)


:lol: ... :D :) ;) :roll: ... :like ...ספעציעל אויף די לעצטע שורה...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:03 pm
דורך שעפטל
איך ציטער צו נעמען די פעדער.. הממ כ'מיין דריקן די קנעפלעך... א געוואלדיגע אויסוואל!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:04 pm
דורך גראדעמעכעלע
@מאטי דארט ווי די רמב''ם איז צו עקסטרעם מאך זיכער צי זיין א ראב''ד,

אגב איך ווייס נישט וואס דער עולם ציטערט אזוי מיר קיקען ביידע גבאים אויס צו זיין טאלערענט אזוי ווי קליג,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:13 pm
דורך אבטולמוס
מיין געוועזענע גבאות פאזיציע (טבת) באקומט יעצט אין רעטראספעקט א גרעסערן חשיבות אין מיינע אויגן.
א געוואלדיגער טיעם!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:35 pm
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@מאטי דארט ווי די רמב''ם איז צו עקסטרעם מאך זיכער צי זיין א ראב''ד,

אגב איך ווייס נישט וואס דער עולם ציטערט אזוי מיר קיקען ביידע גבאים אויס צו זיין טאלערענט אזוי ווי קליג,

יא, פאר מיר זע איך אויך אויס צו זיין טאלעראנט - לכל הפחות ווי לאנג מען איז נישט כופר אין אבולוציה אדער אין די געטליכקייט פון די היינטיגע נביאים, ווי עס איז לעצטנס דער סטיל ביי מאנכע א. ג. אויפגעקלערטע.
דערווייל ווייס איך נאכנישט גענוי מיינע פונקציעס אלס גבאי, אויסער אויב עס איז ענליך צו מיין אלטע זשאב אין ישיבה אלס גבאי חק"ס. איי פארוואס האב איך אנגענומען דעם פאסטן אויב איך ווייס אפילו נישט וואס מען דארף טון? דער אמת איז אז מיר וואלט גאנץ מער געשמעקט אנדערע פאסטנס דא אין אונזער קאווע שטעטל. כ'וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט צו פארלאנגען צו ווערן געקרוינט אלס דער רמב"ם פון קאווע שטיבל, אבער לכל הפחות א רבנות פאסטן וואלט זיך מיר געקומען. אפשר אפילו פרעזידענט אדער ראש הקהל. נו, אבי מען האט מיר נישט באשטימט אלס מקוה איד. בכל אופן וועל איך ציטירן דא וואס איך האב געענטפערט אויף דעם באצירטן כתב גבאות וואס איז אנגעקומען אין מיין פאסטקעסטל:
עס ליגט ביי מיר אין הארץ א שטארקע ווידערווילן צו זיין אין דער פאזיציע פון שררה, כאטש ווי קליין און כאטש ווי נישטיג. אויב פעלט אמאל אויס, איז מיר אסאך בא'טעמ'טער צו קריטיקירן ווי אן איש בין אנשים, נישט שניידן שטיקער פון הינטער א מחיצה.
פון די אנדערע זייט, וואלט מיר באמת געווען ניחא צוריקצוגעבן עפעס פאר די הנהלה פון קאווע שטיבל וואס שטעלט מיר צו אזא ווינקל פון גן עדן.

נו, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געווען לפנים. ביי מיר אין הארץ האב איך זיך צוגעכאפט צו דעם כיבוד ווי א רבי צו עפל ווארפעריי און ווי יאיר צו זעלבסט-אויסלאכעריי (קרעדיט: ונבנתה). עס האט מיר פשוט נישט געפאסט ארויסצווייזן מיין קינדישע עקסייטמענט. און דער עיקר האב איך געוואלט קענען רעדאגירן מיינע אייגענע תגובות אויך נאך דריי טעג. און יא, אויך פועל'ן ביי די באהערדע מען זאל צולייגן א סמיילי פאר "וויפיל מאל דארף איך איבערזאגן די זעלבע זאך?!!!"
יעדנפאלס, ווען איך וועל אויסגעפינען ווי אזוי מען נוצט די גבאות קנעפלען, זייט וויסן אלע חכמים און טפשים, קנאים און ציונים, ס"ח און ב"ח, אז איר קענט אלע רואיג שרייבן וואס איר ווילט, פון ניהילים ביז בודהיזם ביז מארקסיזם ביז איסלאמיזם ביז ויואלמשהניזם ביז דארוויניזם. נאר ביטע טוט מיר א טובה און באצירט נישט דערביי אנדערע באשעפענישן מיט מיאוס'ע טיטלען ווייל די שכינה וויינט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:33 pm
דורך אפטעמיסט
לאל... דו לץ איינער :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:24 pm
דורך סארווירער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש ניסן:

[tag]פלאוויוס[/tag]
[tag]קינד_אן_קייט[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

(צוליב ר"ח חל להיות בשבת און די מעגליכע שניי מארגן האבן מיר מקדים געווען מיט א טאג).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:28 pm
דורך פלאוויוס
א דאנק פאר דעם כיבוד. איך דארף יעצט זען צי די מונדירן שטייען מיר גוט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:30 pm
דורך געוואלדיג
אז מיר וועלטן זעהן דיין אוואטאר וועלן מיר קענען זאגן מבינות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:42 pm
דורך קינד_אן_קייט
א געוואלדיגער כיבוד!

כ׳בין טאקע דאהי סה״כ א קארגע פאר חדשים (ניטאמאל מוצא שנתי געווען…) אבער ס׳איז געקומען די צייט עפעס צוריקצוגעבן פאר׳ן שטיבל וואו כ׳טרעף כסדר א באקוועמער געשמאקער ווינקל צו פארברענגן בדיבוק חברים און קונה זיין ידיעות בחכמה ובעניני דעלמא.

כ׳האף צו טאן מלאכתי נאמנה ויהא זה להרמת קרן השטיבל ובאי׳. יישר כוחכם.

נ.ב. ואם תרצו, אין זו הגדה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:51 pm
דורך אפטעמיסט
סארווירער האט געשריבן:און די מעגליכע שניי מארגן
:lol: :lol: :lol: