איך האב געעפנט א ניק אין אייוועלט, כדי צו אפענטפערן די אטאקעס אנטקעגן מיר.
איך שטעל דא א קאפיע.
=============================
שלום עליכם צו מיינע טייערע פריינד (און פארקערטע) פה אייוועלט הע"י
איך בין שמעקעדיג פון ק"ש, איך האב ספעציעל געעפנט א ניק דא כדי אז ווער עס וויל קען מער דא פרעגן און ענטפערן (געלעגער ביסטא?), כדבר איש אל רעהו. און איך וועל אויך נוצן די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין אביסל, כדי לקיים והייתם נקיים, און האפענטליך וועט זיין מענה רך ישיב חמה. (עס האט מיר גענומען אפאר טעג צו ווערן אפראווט פאר די ניק, הענס די פארשפעטיגונג).
איך וועל מקדים זיין אז ציפקע האט ארויפגעשטעלט מיין ארטיקל היבש צענזורירט, כדי עס זאל זיין רוח אייוועלט נוחה הימנו (כאטש די אנדערע צענזורירטע חלקים האב איך אויך אדורכגעשמועסט מיט ערליכע אידן ואכ"מ), כ'האב אים גראדע געבעטן ער זאל אראפנעמען די שורה פון בגדי שבת ווייל כ'האב מיך פארגעשטעלט אז דאס וועט פאראורזאכן אן אויפרייס און פארשווארצן דעם ארטיקל, און אנשטאט אויפטון וועט מען נאר געבן ברענשטאף פאר די דאזיגע חברה וואס גלייכן צו צינדן און זוכן ברענשטאף בכל עת ועונה וואו אימער מעגליך. ואת אשר יגורתי בא. אלזא, אמרתי אשיחה, וירווח לי.
ערשטנס, א שטיקל הקדמה צו מיין ארטיקל. מאנכע דא טענה'ן אז איך זיץ און קוואקע די צייט, ממילא איז נישטא קיין פרנסה. וויל איך דאס אויסשמועסן. איך בין א געטרייער ארבייטער וועלכער ארבעט אין א ביזנעס יעדן טאג פלייסיג, און פארדין גאנץ פיין, כאטש גאנץ טייט און מען מוטשעט זיך פאר עקסטערס. דער ארטיקל האב איך בכלל נישט געשריבן בלויז לגבי מיין מצב, נאר נאכן רעדן מיט צענדליגער יונגעלייט און אפילו עלטערע אידן, במשך די לעצטע 6-8 חדשים, און נאכן מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן ווי חשוב'ע מענטשן מוזן פשוטו כמשמעו אנקומען צו פילן און מעדיצינען כדי צו בלייבן ביים דעת צוליב די פינאנציעלע סטרעסס, וויפיל חברים עס זענען צוגעקומען צו מיר פרעגן, זאג, קענסט מיר בארגן א עשרת אלפים פאר אפאר חדשים? מיט די אלע בין איך אריין אין א לענגערע שמועס צו הערן זייער מצב, און איך זאג אייך אז עס איז פיל שווארצער ווי מען מיינט, עס איז פשוט שוידערליך, און צוליב זיי האב איך געשריבן דעם לאנגע מגילה. איך רעד פון עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט אסאך מענטשן די לעצטע פאר יאר, מענטשן האבן מיר פארציילט געשיכטעס וואס די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט, ווי טיף זיי זענען פארזינקען נעבעך.
בערך א יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער, גראדע מער אן עלטערער יוד, וואס איז א סופלייער פאר געוויסע אייטעמס אין היימישע געשעפטן. ער האט מיר פארציילט אז די געשעפטן גייען אדורך זייער שווערע פינאנציעלע צייטן, זיי מוטשען זיך, מער ווי האלב זענען שוין שולדיג גאר א לאנגע צייט און זיי וויינען אז די ביזנעס גייט נישט, און ער האט אפילו אנגעכאפט אלס דוגמא עטליכע נעמען פון באקאנטע געשעפטן, וואס זייערע בעלי בתים קען איך גוט, זיי דרייען זיך אין ביהמ"ד מיט א גרויסן מאסק, מיט א שמייכל מעשה נגיד, און קיינער חלומ'ט נישט אז ביינאכט ווערט ביי זיי מקויים דעם פסוק יגעתי באנחתי אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערשי אמסה עששה מכעס עיני.
פאר די אלע דא וואס טענה'ן אז דער מצב איז נישט אזוי געפערליך (ובתוכם געלעגער היקר), פארשטיי איך נישט, צי דאווענט איר אין היימישע בתי מדרשים? צו זענט איר בלינד צו די אומצאליגע געלט-גייערס יעדן טאג? צי נעמט איר אינאכט אז מען קען נישט זעהן דעם וואנט ווייל עס הענגען יעדן טאג פרישע פלאקאטן מיט הארצרייסענדע טיי אווענטס הזמנות פאר אידן וואס דערשטיקן זיך? וויפיל אפיעלס קומען פאר יעדן שבת?
אויב גלייבט איר מיר נאך אלץ נישט, איך בין נישט גענוג א רעלייעבל מקור, אדרבה, קאלט אן עסקנים וועמען איר גלייבט יא. מאכט איין טעלעפאן צו קרן עזר, רעדט צו ר' משה דייטש, הערטס אביסל דעם מצב, איך גאראנטיר אייך אז אייער טעלעפאן וועט ווערן נאס!!! נייתי ספר ונחזי, לאמיר גיין צו די מנהלי הגשמי פון די מוסדות און זיי אנפרעגן דעם מצב פון די עלטערן, וויפיל זענען שולדיג און קענען נישט צאלן דעם מינימום ביליג שכר לימוד? לאמיר גיין אין די גראסעריס און הערן מפי עד ראשון פון די געשעפטס לייט, וואס זיי האבן צו זאגן, ווי גרויס זענען די באלאנסעס, וויפיל משפחות לאזט מען שוין נישט אויפשרייבן...
פאר איך הייב אן מיט די קריטיק, וויל איך קודם באדאנקען די מענטשליכע ניקס, ווי פיאניסט, כרמי, עיטש.איי.די. וועלכע קוקן אויס צו זיין זייער פארשטענדליך, קוקן אן דעם מצב מיט א ריכטיגן בליק, און פעיסן רעאליטעט. איך האב זייער הנאה געהאט פון אייערע תשובות/תגובות. ירבו כמותכם בישראל, און נאר מיט אזעלכע אידן וועט מען קענען אויפטון און ראטעווען כלל ישראל פונעם קריזיס, און זכות הרבים וועט זיין, כאטש טיילווייז, תלוי בידכם. און @בוידעם, איך האב געליינט דיין תגובה נאך איידער מען האט עס געמעקט (נישט געזארגט, עס איז נישט פארלוירן געגאנגען, כ'האב עס ארויסגעשטעלט אין די פארזויערטע ק"ש ווי עס הערשט נישט אזא צענזור) און יישר כח פארן זיך אננעמען און מיר געבן אפאר גוטע ווערטער, ווי אויך פאר די דברי מוסר.
יעצט א ווארט איבער די בגדי שבת וואס איז א הלכה אין שו"ע. כבר כתבו לעיל אז ע"פ שו"ע איז גענוג א פרישער בגד לכבוד שבת. און דאס אויך נאר אז מען קען. אבער עס איז פיל מער ווי דעם. בשעת איך גיי מיט שטאלץ מיינע חסיד'ישע בגדי שבת, און מיינע קינדער ווערן ב"ה אויך אזוי נתחנך, קען איך נישט אוועקקוקן דעם פאקט אז דאס איז סך הכל א הערליכער שיינער מנהג, און אויב שטעלט זיך א שאלה צווישן דעם און קרוב צו פיקוח נפש, דארף מען נישט גיין פרעגן א דיין וועלכע איז וויכטיגער. עס איז א דבר המובן מאליו.
טייל פון אונז זענען געווייערט זייער ראנג אין מח, און מען קען נישט פאנאנדערשיידן צווישן א דאורייתא, וואס ספיקו לחומרא, און א דרבנן וואס מען קען גרינגער מקיל זיין, און צווישן א חומרא, מנהג טוב, מסורה, וכדומה. אפילו די הארבסטע דאורייתא איז פיקוח נפש דוחה, א חוץ די שלש חמורות אויף וואס מיר פסק'ענען יהרג ואל יעבור, על אחת כמה וכמה ווען מען רעדט פון א מנהג.
להוי ידוע אז אסאך אפגעפארענע שקצים טענה'ן דאס, אז וויבאלד די טאטעס ווייסן נישט צו מאכן א חילוק, ואם אין דעת הבדלה מנין, און מען פייניגט די קינדער אויף מינדערוויכטיגע מנהגים און בלאזן עס אויף מיט די זעלבע חשיבות ווי איסורי כריתות, גיין מיט א גראבע גארטל איז פונקט אזוי וויכטיג ווי שמירת שבת, מה יעשה הבן שלא יחטא, דעריבער ווען ער שטויסט, שטויסט ער ליידער אויף אלעמען, השם ישמרנו. דאס איז נישט מיינע חידושים, אסאך מחנכים טענה'ן דאס שוין לאנגע יארן. ממילא אויב שרייעט מען די זעלבע "פוי" אויפן שטריימל ווי אויף ציונות און פריצות, האב איך נישט קיין אנדערע אויסדרוק ווי כנ"ל, אם אין דעת הבדלה מנין. וע"ע להלן בענין בגדי שבת.
לאמיך אצינד אדרעסירן די ניקס פערזענליך.
אנעים זמירות האט געשריבן:אין איין ווארט:
אויב דו ווילסט זיך פארבעסערען דיין מצב איז דער וועג אפען. קיינער האלט דיך נישט אפ. אנשטאט שרייבען ארטיקלען וועגען וואס 'מען' מוז טוהן, טוה דו אליין צום זאך.
אנעים היקר, איני יודע מה היה לו, וואס האט פאסירט מיט דיר? ביסט אמאל געווען א געשמאק צו ליינען, די לעצטע תקופה ביסטו אריינגעפאלן אין א טיפע מרה שחורה און ביסט שרעקעדיג דעפרעסד!! אפשר זאלסטו דיר גיין אונטערזוכן ביי א פסיכאלאג? אפשר איז דיין פרנסה געווארן שוואכער.... און הזהר והשמר זאלסט קיין עסקן קיינמאל נישט ווערן, ווייל אויב איינער וועט זיך אויסוויינען פאר דיר וועסטו ענטפערן "די וועג איז אפן, קיינער האלט דיר נישט אפ"... "גיי העלף זיך" (אדער אפשר גיי הענג זיך... ס'איז נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי). איך שריי דא ארויס אין מיין ארטיקל פון א הארץ פון הונדערטער טויזענטער צעבראכענע אידן, מיינע שורות זענען געשריבן מיט טייכן טרערן און ימים אידיש בלוט, ווי אזוי קען א אידיש הארץ אפענטפערן מיט אזא ביטול, בפרט אין די 9 טעג ווען מיר זענען מצווה צו מתקן זיין דעם שנאת חנם? אתמהה!!!!!
די זעלבע זאך איז שייך פאר די ווערטער:
good-life האט געשריבן:פיין געשריבן אבער נישט אינגאנצן אמת
אויב די פלאץ וואו דו וואוינסט איז נישט געאייגנעט פאר דיר, MOVE OUT
אויב די חברותא וואס דיין ווייב דרייט זיך איז נישט געאייגענט פאר דיר (THE ENTIRE CHAIN EFFECT SYSTEM) פרוביר עס צו טשענזדשן אויף אויסגעטרעטענע מהלכים (I.E. FIND HER BETTER MORE SATISFYING CIRCLES, SHOW HER MORE RESPECT FOR GOOD THINGS SHE DOES, ETC.)
אויב דיין פרנסה קלעקט נישט, לערן דיך א בעסערע פאך,
אויב דו זיכסט העלפ זיך צו בויען, נעם העלפ
ס''ה, יעדער מענטש קען און דארף ארויסגיין פון זיין אייגענע גלות ווי שנעלער, אויב האט ער נאכנישט פראבירט אויף די אויסגעטרעטענע וועג, קען ער נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם
עס גייט נישט אזוי, מיר זענען א כח הרבים, מען האט אינאיינעם פארדארבן דארף מען אינאיינעם מתקן זיין, מיר זענען אלע תלוי איינער אין צווייטן, וכל ישראל ערבים זה לזה. פאר די אלע וועלכע טענה'ן אז מען קען אליינס, פארוואס דארף מען דעם כח הרבים, זאל יעדער יחיד מאכן א רעוואלוציע פאר זיך; לא מחכמה שאלת זאת, ווייל ווילאנג אונזער קולטור איז אז "מען לעבט פאר יענעם", קענסטו נישט זאגן פאר איין איד, דו גיי מיט א צוקראכטע שטריימל, און די פרוי זאל גיין מיט ביליגע בגדים, און די קינדער זאלן גיין יעדע קינד א אנדער סארט קלייד. זי וועט זיך שעמען פון אירע שכנים און פריינדינעס, און דאס אליינס איז אויך בגדר פיקוח נפש, והמלבין פני חבירו ברבים וכו'. ע"כ מוז דאס זיין א כח הרבים פון כאטש אפאר מנינים אידן, אזעלכע נחשונים וואס האבן טאקע דרייסטקייט, פונקט ווי די "כת השאלים" פרויען שעמען זיך נישט דארפן מיר זיך זיכער נישט שעמען (מעגליך אז די כת השאלים שעמען זיך יא, אבער וויבאלד זיי זענען פארדעקט זעהט נישט קיינער די רויטע פנים, ובמופלא ממך אל תדרוש... נאר בדרך צחות).
לגבי דיין שאלה, אנעים, צי 10-15 יאר צוריק איז געווען גרינגער? 100 פראצענט אז יא, אפשר א שטריימל האט געקאסט מער, אבער בעצם דער לעבן איז געווען פיל ביליגער, פון א טונא סענדוויטש ביז א פעקל פאפיר, פון געז ביז טיקעטס קיין ארץ ישראל, די פרייזן זענען געוואקסן פיל שנעלער ווי די געווענליכע אינפלאציע, היינט איז יעדע קלייניגקייט ביטער טייער. און בעיקר, די געלט גייערס האבן זיך געדאפלט און געטריפלט מיט א אומנאטורליכע בליציגע שנעלקייט...
אנדערע שרייבער ברענגען דא ארויס אז טייל אידן זענען פשוט פויל און ארבעטן נישט און זוכן זיך כל מיני תירוצים. דאס איז ליידער אמת ויציב, און איך האב שוין דערמאנט דעם פסוק 'כי לא יחדל אביון מקרב הארץ', עס וועלן אלץ זיין ארימעלייט, עס וועלן אלץ זיין געלט גייערס, אבער טאמער ס'רוב כלל איז געסעטלט כראוי וכיאות, מאכט סענס דער גאנצער שנארעראציע, עס איז די געוואלדיגע מצוה פון צדקה, אבער אפילו די צדקה האבן חז"ל איינגעזעהן איז בלויז א מעשר און א עושר העכסטנס א פינפטל, מער טאר נישט מער (חוץ אויב מען נוצט עס פאר א כפרה, כמ"ש וחטאך בצדקה פרוק), אבער אזוי ווי דער מצב היינט? אויב זאל מען נאר יעדן געלט גייער געבן א קוואדער, און יעדע דזשורנאל אריינשיקן וואס זיי בעטן, און געבן יעדן מוסד "בלויז" 360 יום לשנה, און געבן יעדן שקל הקודש פארן רבי'ן פאר די מוסדות/בית המדרש/מקוה, וועט עס אויסקומען פיל מער ווי די וועידזשעס. נישט דאס האט מען געמיינט ביי די מצות צדקה. 'כי לא יחדל אביון מקרב הארץ', מיינט אז א ארעמאן זאל זיין דער אויסנאם, נישט דער סטאנדארד.
נעקסט,
כרמי האט געשריבן:ג) דיינע עצות פון "עפענען א ועד" וכדו', איז מיר בכלל נישט געפאלן, צוריק צו דער נקודה, האסט חתונה געהאט, דו ווילסט אז מ'זאל דיך באטראכטן ווי א באזעסענער מענטש וואס מאכט באזעסענע החלטות, טא, וויפיל איז דער שיעור פון דיך דארפן פעמפערן? מ'ברויך דיך נאכלויפן מיט תקנות אויף טריט און שריט כדי דו זאלסט נישט ספענדן געלט אין די וועלט אריין? יעדער דארף אריינקוקן אין זיך און אין זיין באנק/גמ"ח קאנטע, און לעבן מיט א חשבון, נישט א חשבון נאר 'זיין' חשבון, וויפיל ער פארדינט, וויפיל עס קאסט איהם און עס אזוי מסדר זיין און אז עס נישט דא קיין געלט פאר אייסקריעם דאנערשטאג נאכט איז נישט.
ליידער זענען מיר נישט קיין באזעסענע מענטשן מיט באזעסענע החלטות! מיר האבן חתונות ווי בעבי'ס אן א טראפ עקספיריענס אין לעבן, ווי שוין דערמאנט אין מיין ארטיקל. וויפיל מאל הער איך יונגעלייט וואס קומען נישט אויס אויף די וואך, ווי ער פארהאנדלט מיט די ליעסינג קאמפעני וויפיל א קאר קאסט אים, מיט אלע דריידלעך, די אינשורענס קאסט יונגערהייט אינעם אלף הששי, איך פרעג דעם יונגערמאן, האלא, פארוואס נעמסטו דאס? צו וואס דארפסו עס? האט ער גרייט כל ערליי תירוצים פונקט ווי אין חדר, כ'האב ליב א קאר, עס איז באקוועם, אויך מיין ווייב וויל צומאל אוועקפארן... אדער מען האנדלט זיך איין טייערע סעלפאנ'ס, מען גייט אין רעסטוראנטן, מען פארט האנימון וואס איז א נייע חוק ולא יעבור, א.א.וו. דאס זענען באזעסענע מענטשן? מען קען זיי לאזן מאכן אליינס החלטות?? ווי אזוי לאזט מען דאס צו? די אייגענע עלטערן טארן זיך שוין נישט אריינמישן ח"ו, און מען פארלאזט זיך אויף דעם חכמה פון די פארפאלק וואס בנין נערים סתירה, און דערנאך ווען מען זינקט אין חובות לויפט מען צו קרן עזר אדער צום גמ"ח. איז דאס נארמאל? משפחות מאכן זיך שבת התוועדות'ער, קאפעל'ס פארן אויף שאבאטאנ'ס פאר "בלויז" 800 א וויקענד, און די ליסטע איז נאך גאר א לאנגע...
און גיב א קוק די אויבנדערמאנטע טייערע פערל ווערטער פון "למעלה משבעים" ער זאגט דאך אזוי גוט און ליידער ריכטיג, שפתים יושק יעדעס ווארט.
און מחמת דעם שפיר איך פאר וויכטיג אז מיר דארפן א וועד צו טרענירן דעם נייעם דור (און צו אינפארסירן די רעגולאציעס). אויב א דור נאכדעם וועט דער מהלך החיים און אונזער ספענדיג קולטור זיך טוישן לטב או למוטב, קען זיך דער וועד אויפלעזן. און איך בין גרייט צו זיין פון די חברי הוועד, איך בין גרייט צו העלפן אידן ווי מער ס'מעגליך.
ניק ניק האט געשריבן:בקיצור זיצט זיך א איד אויף קש און גייט ליידיג שטופט די צייט און שרייבט און שרייבט א גאנצע מגילת אסתר, נו וואס שרייבט מען? א ודאי אז ער האט נישט קיין פרנסה (אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט) און אין איינוועגס ניצט ער שוין אויס די געלעגנהייט צו ארויסשרייען זיין געוואלד'גע ווייטאג אויף אלע אונזערע מנהגים וואס שטייען שטארק אין וועג פאר די נושרים, פיין פיין אבער וואס זיכט דער ארטיקל דא?
ווי דערמאנט, ארבעט איך פלייסיג. דער ארטיקל איז בעיקר געשריבן געווארן במשך די איבריגע שעות פון טאג, נישט ארבעט שעות. אביסעלע יעדן טאג, במשך די לעצטע פאר וואכן. וליתר שאת האב איך עס בעפאר ארויסשטעלן צום פובליקום געגעבן איבערצוקוקן פאר צוויי גרויסע שרייבערס, ערליכע אינגעלייט, גרויסע תלמידי חכמים, כדי שלא יצא מכשול מתחת ידי בעז"ה. איך מוטשע זיך טאקע אויף פרנסה, איך האב נישט בריוח, און טאקע היא היא הנותנת, אז אידן ארבעטן און מען קען זיך נישט קאווערן איז א הימל געשריי און מען דארף זוכן תיקונים. עס האט גארנישט מיט קיין נושרים ח"ו לא מיניה ולא מקצתיה, איי וועגן די בגדי שבת? האב איך שוין פריער געשריבן, וראה עוד להלן.
ניק ניק האט געשריבן:און ווייזט אויף אי ידיעה אין די אלף בית פון בטחון בה'.
איינע פון אונזערע משוגעת'ן איז צו נוצן אמונה און בטחון ווען עס קומט אונז גוט אויס, ווען עס איז באקוועם, אדער ווען מען איז פשוט פויל. מען וועט ווארטן אומרעאליסטיש מיט בטחון אז עס וועט וואקסן אין גארטן א בוים פון געלט. אבער מערקווירדיג, דער זעלבער חברה'מאן, אויב איינער בלייבט אים שולדיג א פינפער, אדער איימיצער רעדט אויף זיין רבי'ן, אדער איינער מאכט טרעפיק ווער ער יאגט זיך, וועט ער שימפן פייפן און שעלטן, ער וועט זיך צוקריגן מיט א האלבע וועלט, שרייען אויף זיי פוי, איי אמונה? בטחון? לא נודע כי באו אל קרבינה... יע, אויך מיר בטחון.
פאטאקי08 האט געשריבן:פוי
בניחותא
קאמענטארן זענען איבריג...........
יהיה כן האט געשריבן:(ס'איבריגע געפירקלעריי, איבער שניידן בניני המוסדות, שניידן הוצאות בגדי שבת, איז סתם שטותים והבלים אין די וועלט אריין, געטראכט ווי א גוי און געשריבן ווי א גוי,......)
פליגל האט געשריבן:אה, כ'זע שוין וואס ליגט אים אין קאפ, בגדי שבת מיטן שטריימל.
פוי יאמר לו.
פליגל האט געשריבן:יעדער פאר זיך זאל זיך נעמען אין די האנט אריין און קויפן א ביליגערע שטריימל לויט זיין בודזשעט, צי שרייבן "מבטל זיין בגדי שבת" צייגט מיר אז דא איז דא א גיפט אונטער דעם.
פשיהא, מען באוואשט מיר ווי א סוטה, מי יבא אחרי המלך, אז יהיה כן אליינס איז מעיד אז איך טראכט און שרייב ווי א גוי... אוי, טאטע זיסער, לאן הגענו.
שרייען פוי, דאס איז דאך אונזער אידישקייט, וואס אין ארץ ישראל איז גיוואלד איז ביי אונז פוי. גאנצעטע שטחים אין גן עדן ליגט אוועקגעלייגט פאר די דאזיגע וואס זענען מקיים די שווערע מצוה פון שרייען פוי, לפום צערא אגרא... (דאס זעלבסט איז א שטיק פוי,)
-
אז מען רעדט שוין, לאמיר אביסל צונעמען די בגדי שבת זאץ, וואס האט פאראורזאכט אזא 'גיפטיגן' שטורעם אין א גלעזל וואסער. לאמיך ציטירן א שטיקל פון מיינע אייגענע "גוי'אישע" ווערטער:
שמעקעדיג האט געשריבן:"
די קאנסעקווענצן פון דעם פראבלעם
דריטנס, די רוחניות ענינים ווערן שטארק פארנאכלעסיגט, אונזער עיקר תכלית אויף דער וועלט ווערט א טפל, ווי אזוי קוקט אויס דער דאווענען מלא אנחות ומחשבות זרות זיך יאגענדיג צו דער ארבייט, קוים וואס מען האט צייט פאר א שיעור תורה, טייל אידן עפענען נישט קיין ספר משבת לשבת, אפגערעדט פון צייט פאר א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, נישטא קיין ברעקל הרחבת הדעת צו האבן די התבוננות פון מה חובת האדם בעולמו, און ווען עס קומט שוין א שבת אדער א יו"ט, אנשטאט א ריכטיגע הכנה עס אויסצונוצן כדבעי און עפעס געבן פאר די נשמה אויך, ווערט מקויים דער מתוקה שנת העובד, מען פאלט אין בעט אריין טויט-מיד, קוים אביסל צייט פאר די ווייב און קינדער.
לאמיר אביסל צונעמען דעם פראבלעם. לערנען תורה איז א חיוב מן התורה. ודברת בם. און חז"ל דרש'ענען אויך פון אנדערע פסוקים, והגית בו יומם ולילה, אם לא בריתי וגו', אן תורה איז מען דאך נישט קיין איד, כי הם חיינו ואורך ימינו. דאווענען איז אדער א דאורייתא (ולעבדו בכל לבבכם, איזהו עבודה שבלב זו תפלה) אדער א דרבנן, אבער זיי זענען לכו"ע פון די יסודות פון אידישקייט, אן דאווענען ביסטו ממש נישט מקושר מיטן רבש"ע, ביסט אויסגעטרוקנט ווי א שטיק עפר ואפר. די צוויי זאכן זענען די עיקר העקרים כלפי די מצוות שבין אדם למקום, אודאי זענען דא מ"ע שהזמן גרמא, שבתים וימים טובים, אבער די צוויי זאכן זענען בתדירות ערב ובוקר וצהרים, ווען אימער איימיצער וויל זיך אויסדרוקן א לשון אויף א ערליכן איד, איז אלץ די 2 ווערטער אויפן צונג, 'לערנען און דאווענען'.
אבער ליידער ווען מען זאל זיך אומקוקן אויף אונזער אידישקייט מצב, וועט מען זעהן אז רוב פון די אידן וואס פאר די מנהגים פון שיינע שטריימלעך וכדומה וועט ער אויסגעבן אסאך געלט (וואס ער האט נישט), אבער ווען מען קוקט אן זיין דאווענען, אדער ווי אפט ער מאכט אויף א אידיש ספר, בלייבט מען ערשטוינט, שוין גארנישט אזוי פויגלדיג. לאמיר זיך נישט נארן, וויפיל פון אונז דאווענען מיט די ריכטיגע כוונה, און לערנען ערליך א שיעור יעדן טאג? אודאי לעצטנס איז פיל בעסער דאס לערנען מיט די אלע שיינע שיעורים פון דפי הגמרא (כ"א בשמו הטוב יבורך), אבער וויפיל נישט? און וויפיל שמועסן ארום, מען האט נישט קיין קאפ דערצו? לויטן שולחן ערוך דארף מען מעביר זיין מחשבות הטורדות פארן דאווענען, ווי די חסידים הראשונים, כדי די דאגות זאלן נישט שטערן דאס דאווענען, ביי אונז איז ליידער פארקערט, מען פליקט אפ דאס דאווענען נאר כדי צו קענען לויפן קאווערן די עקספענסעס, און נאכמיטאג "כאפט מען" א מנחה, דאס מיינט אז די שטריימל וואס איז א שיינע מנהג, און א נייע משוגעת אז יעדע פאר יאר דארף מען גאר א נייע, א העכערע, ווי אויך נייע בעקישעס יעדעס יאר, ס'דאך עפעס זה קלי ואנוהו (כאילו מען מיינט טאקע דעם באשעפער איין פראצענט), און ליידער הן המה הי' בעוכרינו, בכדי צו קענען קאווערן די שטריימלעך און באצאלן די חובות דערויף איז מען מבטל אזויפיל תורה ותפלה, איז דאס יושר? ברויך עס אזוי צו זיין?? דו גיבסט אויף די וויכטיגסטע חלקים פון אידישקייט פאר א שיינע מנהג? איז דאס די ריכטיגע אידישקייט? אולי מיטן לבוש ביסטו טאקע אפגעשיידט פונעם גוי, אבער דיין גאנצע מהלך המחשבה וועלכע ליגט מגושם איינגעטינקען ראשו ורובו אין תאוות עוה"ז, דארט דארף מען נישט זיין אפגעשיידט? און איך בין נאך גאר דער וואס טראכט ווי א גוי??? איך הער נישט??
דער עיקר ציהל פון שבת איז דאך וויבאלד אין די ששת ימי המעשה ליגט מען בעניני גשמיים, אזוי האט דער באשעפער באשאפן זיין וועלט און דאס איז טאקע דער רצון ה', אבער תורה מה תהא עליה, חינוך מה תהא עליה, האט אונז דער באשעפער געגעבן די מתנה שבת וואס דעמאלס טאר מען נישט טראכטן פון די אלע זאכן, ממצוא חפצך ודבר דבר, ס'זאל זיין כאילו מלאכתך עשויה, און זאלסט זיך אביסל מדבק זיין אין אביסל העכערס, געבן אביסעלע שפייז פאר די נשמה, אבער געוואלד און געשריגן, מה אתה מחליף במה, דעם שיינעם הויכן שטריימל פאר א דאווענען מיט השתפכות הנפש און א בלאט גמרא??
פארשטייט זיך אז איך האב נישט געמיינט דוקא דעם שטריימל/בעקישע, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם שטארקקייט פון די זאך עד היכן הדברים מגיעים, ווי ווייט מען דארף נעמען אלע מיטלען אין באטראכט. איך וועל אויך מודה זיין אז מעגליך איך האב געמאכט א טעות דערמיט, איך בין ס"ה נאר א מענטש, ואין אדם נתפס על צערו, אז עס טוט וויי שרייעט מען, אמאל איז דער ווייטאג אזוי גרויס אז מען טראכט נישט גראד, און איך בין גרייט צו הערן קאנסטראקטיוו קריטיק, אבער די אלע פוי געשרייעכץ איז דאך סתם גרויליג און ווייזט אויף א נארישן נידריגן חינוך.
און די וואס טענה'ן געוואלד, דער אידישער לבוש טיילט אונז אפ פון די גויים, צו זיי וויל איך פרעגן וואס איז מיט די ששת ימי המעשה? דער ברייטער ביבער הוט און די לאנגע פיאות/בארד איז נישט גענוג הבדל? וואס איז מיט די אלע מיליאנען אידן וועלכע גייען בכלל נישט שבת קיין שטריימל און זיי זענען דבוק בה' יומם ולילה? נישטא קיין הבדלה צווישן זיי און דעם גוי?? אויב איז דאס דער פראבלעם, זאל מען קויפן א הוט לכבוד שבת פאר 150 טאלער, נישט קיין שטריימל פאר פיר טויזענט. ענק מאכן עפעס אויסקוקן כאילו דער שטריימל איז דער יסוד היסודות פון אידישקייט.
סך הכל, דער לבוש איז א חיצוניות'דיגע גדר וואס זאל אפהיטן אונזער פנימיות און אונז אפשיידן פון דעם גוי, אבער אויב דער פנימיות איז ליידיג און טרוקן, און דער גאנצער געדאנקען גאנג איז ליידער גוי'איש און איין שטיק עוה"ז, מאי הועילו חכמים בתקנתם? וואס האסטו פון דיין שיינעם שפיציגן גדר? כאילו דו לייגסט ארויף א ריגל און שלאס אויפן טויער, אבער אינווייניג איז ליידיג, נישטא אפילו וואס צו גנב'ענען...
(און אגב... א גליק האט אונז באטראפן! מען קען האבן שטריימלעך פאר "בלויז" 2,500 דאלער!... ד.מ. פאר בלויז דריי-פיר וואכן וועידזשעס.... דאס מיינט על הגאולה ועל התמורה, מען האט פארטוישט די גאולה, א פאלשע גאולה, אנשטאט מען זאל אויפקומען מיט סאלושענ'ס זיך אפצוגעוויינען פון די ספענדערייען, זאגט מען אונז, ספענדטס ווייטער, יעדער זאל קויפן, מיר וועלן מאכן זיכער אז מען קען האבן פאר א ביליגערע פרייז..... און מיר פרייען זיך! רבש"ע מיר זענען די עם חכם ונבון? זאל מען מאכן שטריימלעך האלב די סייז און האלב די פרייז! וועמען ווילן מיר געפעלן מיט די ספאדיק שטריימלעך? איז דאס אונזער נחמה? וועט דאס זיין אונזער ישועה?)
אחרון אחרון חביב,
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט די ארטיקל, און פארשטייט זיך נישט קאמענטירט.
אבער פארדעם אליינס וואס יעדעס מאל איינער ברענגט אן ארטיקל ווערט א "ק"ש V אייועלט" פארמעסט, אלע "מייז און לייז" קומען ארויס פון די לעכער, פארדעם אליין טאר מען גארנישט ברענגען פון דארט אהער! (אפגעזעהן פון די אנדערע טעמים.)
עס פארגרוילט דאס לעבן!!
לכתחילה, דו ביסט דאך א קלוגער איד א ידען נפלא, ס'א געשמאק צו ליינען דיינע ארטיקלען אויף כל מילי דעלמא, פארוואס ווערסטו אזוי דערשראקן יעדע מאל וואס דו זעהסט די צוויי אותיות קש, און דו ווערסט אזוי צעווילדעוועט ווען איינער שרייבט עפעס דערוועגן, עס פאסט גארנישט פאר דיר, וואס איז מיטן מקבל את האמת ממי שאמרו, איגנאריר די לייז און די מייז, און עס אויף דעם גוטן חלק. (לול פאר יוסל שרייבער מיטן עצה פונעם בילד פון ר' ישעי'לע, האסט מיר אויפגעפלאצט, ווי אזוי זאגט מען נאר דאהי? נאדיר א גרינע...)
די גמרא זאגט אז ר' מאיר רמון מצא, תוכו אכל וקליפתו זרק, א קלוגער איד קען אראפנעמען די פאר שטיקלעך שאלאכץ, און זיך פאסמאקעווען מיט די איבריגע גוטע חלקים. דאס זעלבע איז פאר די אלע אנדערע אידן דא, מען האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם מעגליכן שטיקל שאלאכץ פון ספק בגדי שבת, אפגע'פסק'ענט אז דאס איז גיפט, און דער גאנצער תוכנ'דיגער ארטיקל וואס פלאגט אונז אליין און אונזערע ברודער, און זוכט אונז צו העלפן מיט אונזערע אייגענער קינדער (דער מצב ווערט דאך נישט בעסער, נאר פארקערט) איז געווארן עקלהאפטיג און פסול. דאס איז נישט קלוג. און נישט גוטע מדות.
אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א מעשה אז אליהו הנביא האט געזאגט אויף א נבילה מוסרחת "ווי ווייס זענען אירע ציין", כדי אונז צו לערנען א לימוד אז אפילו אויף א נבילה זאל מען זוכן א גוט ווארט, א גוטן חלק. איז דאך על אחת כמה וכמה אזוי אויף א צווייטן איד, שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם! איך פלאג זיך אן אפשרייבן אן ארטיקל מיט בלוט און שווייס, קאפ און מח, נאר כדי אונז אליינס צו העלפן, און וויבאלד עס איז מעגליך אריינגעפאלן א פעלער לויט א טייל דעות, איז אלעס געווארן פסול אן מען שיסט מחאות ווי ראקעטס... איז דאס נארמאל??
ובזה יצאתי ידי חובתי. מיין תגובה פארציהט זיך שוין גאר לאנג, און כאטש איך האב נאך וואס צו זאגן, וועל איך זיך אפשטעלן דא. ועוד חזון למועד אויב עס וועט זיך אויספעלן. און צום שלוס, איך בעהט נאכאמאל אלעמען, ביטע לייענט אדורך דעם ארטיקל בכובד ראש, עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, השי"ת איז מיין עדות אז איך רעד נאר פאר אונזער אייגענע טובה ברוחניות ובגשמיות און איך מיין נישט קיין שום שלעכטס ח"ו און איך בין נישט מזלזל אין קיין דבר קל פון אונזער מסורה און מנהגים. לאמיר נישט מחמיץ זיין את השעה, עס איז די העכסטע צייט און כלו כל הקיצין, מיר מוזן זיך נעמען אין די האנט אריין, כי בנפשינו הדבר! אידן פאלן און פארלעשן זיך ווי ליכט!!
-
צום שלוס, להשלמת הענין, וכדי שלא ישאר הוועבסייט חלק, וועל איך מוסיף זיין נאך א קטע וואס איך האב שפעטער מוסיף געווען דארט:
אלזא, נאכן ליינען די לעצטע פאר תגובות, גייט ארויף די קומענדיגע עצה אויף מיין ליסטע: אראפ מיט די כוללים. אודאי זאלן בלייבן עטליכע כוללים פאר דעם אחד היוצא להוראה און נפשו חשקה בתורה, אבער די איבריגע זאלן גיין ארבעטן למחרתו פונעם שבע ברכות. די כוללים זענען א צייט פארברענג פאר רוב יונגעלייט וואס בלייבן אן תורה און אן סחורה און טוען עס בלויז לשם... די שווער אדער שוויגער'ס שיינע נאמען. עס קאסט א געוואלד אויפצוהאלטן, געשנארטע געלט וועלכע וואלט געקענט גיין פאר הכנסת כלה, ס'גענוג ווייטאג אז מען לערנט נישט די בחורים, גייט מען און מען איז נאך מוסיף חטא על פשע און מען פארשיקט דעם יונגערמאן אין כולל ווי ער איז נישט צו גאט און נישט צו לייט.
קיין וואונדער אז סאטמאר רב האט נישט גורס געווען דעם גאנצן ענין פון כוללים.