בלאט 4 פון 8
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:49 pm
דורך שמעקעדיג
ווי צב"ש מחאה/מאחה..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:22 pm
דורך קאפקעיק
ואפילו בהסתרה...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:29 pm
דורך כוכב
למעשה קלער איך אז יעדע שטיק צייט איז דא פרישע אויפגעכאפע ניגונים, אבער סאיז די ערשטע מאל וואס די חרדישע וועלט זאל קריגן אין באזיץ דעם טערמין 'וויירעל', איך מיין סאיז די ערשטע מאל אין דער חרדישע היסטאריע וואס א זאך גייט וויירעל צום פארדאנקען די אלץ וואקסנדע באנוץ מיט סאציאלע מידיע אין דער חרדישער געזעלשאפט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:14 pm
דורך יואליש
רחם איז געגיינגען וויירעל. אבער ס'האט גענימען חדשים ביז די ווידערשטאנד האט זיך אנטוויקעלט. היינט איז א שנעלע וועלט, ביז א וואך דעוועלאפט זיך א קאנטער שוואונג, און דאס איז צו פארדאנקן וואטסעעפ.
מן התורה מיז מען געבן עט ליעסט א חודש ביז ס'מעג קריכן פון די נאז. עד חודש ימים עד אשר יצא מאפכם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:23 pm
דורך ברסלבער
ווי דו זאגסט מוז מען ציווארטן צו זען ווי עס וועט זיך אויסקאכן. אבער עס איז נישט ממש א פארגלייך צו רחם, יענץ איז א שיינע ניגון אבער נישט אזוי פון הארץ, דער ניגון האט די מעלה אז איז זייער הארציג, און דאס איז וואס האט געכאפט דעם עולם, און עס מוז נישט זיין אז עס וועט אזוי שנעל אויסוועפן.
ויהיו רחמיך האלט נאך אלץ אן גאנץ שטארק, טאקע ווייל עס איז פון הארץ ארויס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:19 pm
דורך קאפקעיק
דעמאלס -אין די צייט וואס די יודען האבן עס געזאגט- האט מען עס אויך באקומען פון א קלאויד, (cloud)
דאס הייסט אז עס איז אויך געגאנגען וויירעל...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:35 am
דורך ארבעס
יישר פאר די poll.
איך בין נישט די איינציגסטע וואס ווערט שוין נערוועז פין די ניגון.
רחם האט אנגעהאלטען אסאך לענגער. די סיבה איז.
די ניגון אפילו בהסתרה האט נאר צוויי פעלער. זייער ענליך איין צי צוויטען. אין אויך מלא הרגש אין ציפיהל. ממילא נאך אפאר מאהל הערן קענסטי מערנישט א חוץ אויב דיין נאטור אי זייער בעצבות.
משא״כ רחם, האט דריי פעלער אין נישט אזוי ענליך. עס נעמט פין איין בארג צים צווייטען.דריי אנדער הרגשים. ממילא קענסטי בלייבען מיט דעם אסאך לענגער.
די זעלבע מיט וי-הי רחמיך. האט פיהר פעלער. אנדער סארט הרגשים.
סארי פאר די בעל מחבר. נייס טריי. אבער נעקסט טיים ווען די האסט א שיינע תנועה, נעם עס צי אנדערע בעל מחברים זאלען צילייגען אדער ציפיצען.
איך קען שוין נישט הערן דעם ניגון אין איך ליג אין נגינה פין אלץ קליין קינד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:40 am
דורך יואליש
רחם האט אויך צוויי פעלער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
פינקי איז פינקי, ווער קומט צו זיינע קנעכל? ושאר ניגונים של פינקי בכלל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:48 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HxYYZAxUAak[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
לאמיר אייך פרעגן, אזא ניגון, מיט די אלע פאנטאזיע תנועות, שלאגט דען נישט איבער דעם הסתרה?
https://www.youtube.com/watch?v=NV3S62RQt10
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:26 am
דורך יאסל ראקאווער
ביי די הסתרת פנים פון מנחם שטארק'ס אומגליק האט @מאטי אפגעשריבען דברי כבושים אזשא ר' נחמן אליין וואלט אים נישט געקענט אפשטעלען זיינע פליסיגע טרערען.
האב איך אים צוגעברעגט די ווערטער פון רמח"ל. די רמח"ל מהלך צו אפלערנען די ילדי הזמן עת אשר שלט הרע בעולם, די צייטען פון הסתרה שבתוך הסתרה, איז און שטארקע קאנטראסט צו די ווערטער פון ר' נחמן. און די צייט וואס ר' נחמן לערענט אפ הסתרה ווי א כוכב פארטייטשט עס, א הסתרה פון א טאטע צו א זין. זאגט די רמח"ל אז ווען ס'איז דא א הסתרה איז עס ווי די פרינסיפאל פון די סקול איז אוועק געפארן פאר אפאר וואכן אן איבער לאזען אינסטראקשענס. די שלעכטע בוליס קומען ארויס פון די לעכער און זייען אן טראבעל.. אבער פרינסיפאל בלייבט פרינסיפאל.
יוסי גרין האט קאמפאזט א הערליכע טאן אויף די ווערטער. פונקט ווי די ניגון דא און ווי רוב פון יוסי גרין'ס ניגונים טוט ער פארטייטשען די ווערטער מיט די טענער.
"כאטשיג די לאגיק פון די ווערטער וואס די גרויסע רמח"ל שרייבט פון שכל צום נשמה, איז געשריבען געווארן צו אזוינע וואס ווילען עס פארשטיין, נישט נאר הערן.. דערהערט זיך עס נישט צו מיר..
וויבאלד די פרעגסט וויל איך עס מיטיילען מיט דיר, אפשר וועט די ווערטער דיך געבן א "לייט בולב מומענט" אינספערעשען. אז נישט פאר די גאנץ לעבן, כאטש כוחת פאר נאך א טאג!
אמנם, הנה זה הוא מחוקו של הייחוד העליון לבדו ב"ה - להראות עוצם ממשלתו השלמה; שכל הזמן שהוא רוצה, מניח העולם להיות סוער והולך בילדי הזמן, עת אשר שלט הרע בעולם; ולא עוד, אלא שאינו מעכב על ידי הרע הזה מעשות כל אשר בכוחו לעשות, ואפילו מגיעות בריותיו עד הדיוטא התחתונה. אפס כי לא מפני זה יאבד עולמו, כי הממשלה לו לבדו, והוא עשה, והוא סובל, והוא מחץ, והוא ירפא, ואין עוד מלבדו. והנה זה יתד חזק לאמונת בני ישראל, אשר לא ירך לבם לא מאורך הגלות ולא ממרירותו הקשה, כי אדרבה, הרשה הקב"ה והניח לרע לעשות כל מה שבכוחו לעשות, כמו שביארנו. ובסוף - כל יותר שהקשה הרע את עול סבלו על הבריות, כן יותר יגלה כוח יחודו ית' וממשלתו העצומה אשר הוא כל יכול, ומתוך עומק הצרות הרבות והרעות מצמיח ישועה בכוחו הגדול ודאי.
די ווערטער האט א אנדערע טעם ווען מ'הערט עס פון די באסאווע שטימע פון קעליש, ווי מפי כהן גדול אליינס"
http://youtu.be/1E_fxCvR8SE[youtube]http://youtu.be/1E_fxCvR8SE[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:33 pm
דורך קאפקעיק
נאך איינער שיקט מיך א קליפ פון "אייס באקעט טשעלענד'ז", זאג איך עם צו איך שיק עם צען קליפס פון "בהסתרה"!
ראו הזהרתם!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:03 am
דורך פלעין יודיש
ס'זינגט זיך בעסער אויפן ספרד'ישען נוסח
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sMxHloX28eA[/youtube]
the words
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:56 pm
דורך Chasidishmashpia
i think it is the words that everyone likes.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:05 pm
דורך כוכב
די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:54 pm
דורך יין שרף
די ניגון האט ער ספעציעל געמאכט פאר איינע פון די צוויי פראקציעס...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:14 pm
דורך outspoken
כוכב האט געשריבן:די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...
גערעדט יעצט מיט א חבר זיינע, זאגט ער אז, איצט איז סוף חודש, נישט געווען קיין חתונה, זיין טאטע איז געזיצען שבעה (? זעט אויס אז אין א''י איז עס א פראבלעם) אבער חודש אלול גייט 'ראקען' ביי חתונות און ווינטער קומט נאך 'סינגעלס'.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
מ'רודפ'ט אזוי שטארק שוין דעם ניגון, כ'מיין אז ס'גייט נאך האבן גרויס הצלחה..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:39 am
דורך בשבילי!
באקומען אין אישי, שיינע אידישע גראמען אויף דעם ניגון
ניגון : ואפילו בהסתרה
(הקדמה)
אוי ברידער'ל טייערע,ס'קען דיר דאכטען.
אז עס גייט דיר שווער - דו קענסט נישט מער - העלפען וועט ווער
אבער וויסען זאלסטו...
א) אז אפילו בהסתרה
ס'זעהט אויס ווי א צרה
גלייב אז דער בורא, מיט דיר ער שפאנט
עס פעלט די הסברה
דאס בילד נישט קיין קלארע
דארפסטו נאר געפונען , זיין אויסגעשטרעקטע האנט
ב)אוי יוי יוי
נעם. אין אכט
פון דיר. ער טראכט
אפילו
אין טיפען גרוב
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב
בלייבען. וועסטע.
זיין אוצר
דער גרעסטע
אפילו
אינעם הסתר.
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:41 am
דורך zurich
כוכב האט געשריבן:די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...
אפשר האט ער געמאכט דעים ניגון פאר זיי, זיי זאלן זיך מחזק זיין מיט דעם ניגון.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:43 pm
דורך שעפטל
בשבילי! האט געשריבן:באקומען אין אישי, שיינע אידישע גראמען אויף דעם ניגון
ניגון : ואפילו בהסתרה
(הקדמה)
אוי ברידער'ל טייערע,ס'קען דיר דאכטען.
אז עס גייט דיר שווער - דו קענסט נישט מער - העלפען וועט ווער
אבער וויסען זאלסטו...
א) אז אפילו בהסתרה
ס'זעהט אויס ווי א צרה
גלייב אז דער בורא, מיט דיר ער שפאנט
עס פעלט די הסברה
דאס בילד נישט קיין קלארע
דארפסטו נאר געפונען , זיין אויסגעשטרעקטע האנט
ב)אוי יוי יוי
נעם. אין אכט
פון דיר. ער טראכט
אפילו
אין טיפען גרוב
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב
בלייבען. וועסטע.
זיין אוצר
דער גרעסטע
אפילו
אינעם הסתר.
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.
למען האמת... די מקור איז אויף
איי-וועלט, און מיט אזעלכע גראמען און סתם טוישן דעם פלעינעם ניגון גייט דאס צוריקקומען יעדע שטיק צייט..