בלאט 4 פון 4
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:35 am
דורך [NAMELESS]
ווער געדענקט נאך קארלסבורג ב. פ., נאכדעם וואס הרב ברוך כהנא פון ווילי (איינער ווייסט ווער דאס איז??) האט עם תובע געווען אין בי''ד איז די פסק געוועזן אז קהילת ר' יחזקאל מוז צולייגן נאך קארלסבורג B. P. שוין היינט ווער ווייסט נאך דערפון,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:17 am
דורך דולה ומשקה
רבי יחזקאל ראטה האט טאקע דאן געטוישט זיין יוניפורם, זיך אנגעטוהן דעם ירושלים'ער לבוש...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:17 am
דורך שמעקעדיג
איך געדענק נאך. דער כהנא פון ווילי האט (געהאט?) א סמעדרישל אויף בעדפארד
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:31 am
דורך I'm back
פארוואס האט ר' יחזקאל פארלוירן?
זיין טאטע איז נישט געווען קארלסבורגער רב?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:00 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:פארוואס האט ר' יחזקאל פארלוירן?
זיין טאטע איז נישט געווען קארלסבורגער רב?
ניין ער איז געווען א בעל הבית, (עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ פון א שמועס מיט הרב מבעלזא ביי א דערוואגטע באזוך פון ר' יחזקאל ווען עס איז נאכנישט געווען אזוי אין סטייל פון די היימישע סעקטע עם צו באזוכן, האט הרב מבעלזא שטארק ארומגערעדט פון זיין טאטען...)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:56 am
דורך געפילטע פיש
אדמו"ר מחסידי באבוב, דער רבי פון די באבובע חסידים. בי"ד קען זיכער נישט הייסן מענטשען וויאזוי זיך צו רופן, זיי קענען מיר נישט אפהאלטן פון זיך רופן א ניקלעשבורגע חסיד, ממילא איז ער די אדמו"ר פון באבובע חסידים, און בקיצור זאגט מען עס אדמו"ר מבאבוב.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:05 am
דורך ציבעלע-קיגל
ר' ב"צ זאהל זיין באבוב
ר' מ"ד זאהל זיין באבוב, באבוב.
אדער...
אין בורו פרק פלעגט זיך יאהר'ן צוריק ארום דרייען א שנארער... " איך בין דער אמת'ר פייע רבי"
אפשר זאהל ר' מ"ד ווער'ן... דער אמת'ר באבוב'ער רבי.
איינער זאגט מיר אז ער האט א גוטע נאמען...
אדמור מ "באבוב און צולייגען 45"