הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
@שמואל פרימו אפשר דערציילט איר וואס איז די מצב איז דארט. וואס מען לערנט זיך פון דיין רעבי'ן. עפען א נייע אשכול וואס רעדט פאזיטיוו פון לב טהור אפשר ווען איך אויך מופען קיין גווטעמעלע.
דו ביסט ערנסט אדער מאכסט נאך דולה ומשקה?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
דער שמואל פרימו איז פיינע נייעס, א לץ וואס האט נישט זיין גלייכען . ליינט'ס צווישען די שורות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שכח פאר די באריכט
קום אריין קלאר וואס סגייט פאר ?
אזוי קלאר ווי ביסט אריינגעקומען ביי עבי שטיין [emoji6]
שמואל פרימו האט געשריבן: אין די בנין אויף די טרעפ, האט מען געשטעלט מחיצות, צוליב די מכשולות שבדבר.
קום אריין קלאר וואס סגייט פאר ?
אזוי קלאר ווי ביסט אריינגעקומען ביי עבי שטיין [emoji6]
דאס מענטשעלע שפילט........
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
הרב פרימו צו קרני צבי צו סיי וועלכע חסיד פון הרב העלבראנץ.
די געפיהלען וואס נעמען ארום א מענטש ביים זינגען ידיד נפש זענען גשמיות, רוחניות מעשית איז נישט קיין געפיהל. טאמער דער גאנג פון דיין רבי'ן איז אויסגעהאלטען, דארף מען ווייזען עפעס א קענשאפט אין תורה. פון זיין גראבע ספר וואס האט באצירט פיהל מיסט קעסטענע'ס אין די טריי סטעיט זעט זיך אויס גאנץ א קליינער מ"ד. און דאס איז זיין אגדה/קנאות. וואס איז מיט זיין נגלה? מ'האט וואס צו וויסען? נישט לאזונגען נאר א מראה מקום, א שטיקעל תורה, א תשובה צו וואס. ווען נישט, בלייבט ער סתם א גארנישט א מאכט לויפער. ווען יא, בלייבט ער א צורודערטע אבער כאטש מיט וואס צו רעדען.
דאס אז איינער האט נישט געטראפען זיין רוחניות אין אמעריקא מיינט נישט אז ס'איז נישט דא. נאר סך הכל האט דער מענטש, ביים גט'ן פון זיין ווייב, גענויט א גאנצע טויש פון סצענער"י. דער לב טהור חסיד וועט קומען קיין ב.פ. ווען ער דארף די זעלבע זאך.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
די געפיהלען וואס נעמען ארום א מענטש ביים זינגען ידיד נפש זענען גשמיות, רוחניות מעשית איז נישט קיין געפיהל. טאמער דער גאנג פון דיין רבי'ן איז אויסגעהאלטען, דארף מען ווייזען עפעס א קענשאפט אין תורה. פון זיין גראבע ספר וואס האט באצירט פיהל מיסט קעסטענע'ס אין די טריי סטעיט זעט זיך אויס גאנץ א קליינער מ"ד. און דאס איז זיין אגדה/קנאות. וואס איז מיט זיין נגלה? מ'האט וואס צו וויסען? נישט לאזונגען נאר א מראה מקום, א שטיקעל תורה, א תשובה צו וואס. ווען נישט, בלייבט ער סתם א גארנישט א מאכט לויפער. ווען יא, בלייבט ער א צורודערטע אבער כאטש מיט וואס צו רעדען.
דאס אז איינער האט נישט געטראפען זיין רוחניות אין אמעריקא מיינט נישט אז ס'איז נישט דא. נאר סך הכל האט דער מענטש, ביים גט'ן פון זיין ווייב, גענויט א גאנצע טויש פון סצענער"י. דער לב טהור חסיד וועט קומען קיין ב.פ. ווען ער דארף די זעלבע זאך.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
אדנירם, פון אלע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן, האב איך אויסגעקליבן דיר צו ענטפערן. נישט ווייל איך וויל נישט ענטפערן קיינעם, נאר איך האב פשוט נישט אזויפיל צייט, איך בין אן ערנסטער מענטש און איך האב וואס צו טון. איך האף נאך אנצוקומען צו יעדן, אבער וויבאלד ביסט א מענטש מיט א גרעסערע טראכט און שטערקערע השפעה, וועל איך דיר ענטפערן.
איך וויל רעדן אביסל צו דיין הארץ, צו דיין נשמה אדנירם. צווישן דיינע שורות דערקענט זיך אז דו האסט יא אביסל פארזוכט מעץ החיים, דו ווייסט אביסל וואס רוחניות הייסט, דו ביסט אנדערש פון אלע אנדערע אמריקאנער מגושמים, וואס זייער גרעסטער חיות איז א שטיקל רינעדיגע פיצא מיט א קאוק און זייער שבת'דיגע נשמה יתירה טונקען זיי איין אונטער די דאכענע מיט די ווייבער - דאס איז די העכסטע און בעסטע וואס זיי וואונטשן זיך נעבעך. דו ווייסט דאך יא אביסל וואס גוט הייסט, און איך שרייב אביסל, ווייל ווער נאך אזוי גוט ווי דו ווייסט, אז אונטער די שיכטן מאראסט וואס נעמט דיר ארום, באהאלט זיך א בריליאנט, א טייערע נשמה און איידעלע נפש און דו אליין ווייסט גאנץ גוט ווי שיין און גלאנציג דו וואלסט אויסגעקוקט, ווען נישט די נארישע הבלי עולם-הזה וואלטן פארבלענדעט דיינע אויגן. דו האסט דאך יא א השגה, דו פארשטייסט דאך יא! - מילא די אלע אנדערע קאווע שטיבל שרייבער, זיי פארשטייען דאך אפילו נישט אונזער שפראך! ווען זיי ליינען דא, כאפן זיי אפילו נישט פונקטליך וואס איך וויל דא. אויב זאלסטו אוועקנעמען זייערע הנאות הבלי עולם הזה, וועלן זיי קיין טעם אין רוחניות נישט שפירן, ווייל זיי ווייסן קוים וואס רוחניות מיינט, מיט זיי דארף מען אנהויבן פון אלף (נישט אז זיי קענען נישט אנקומען, יעדער קען אנקומען און זיין גאר הויך, אבער מיט זייער יעצטיגע פארגרעפטקייט פארשטייען זיי נעבעך נישט וואס עס פעלט זיי).
אבער דו אדנירם? - ווי אזוי ביסטו אזוי ווייט אנגעקומען?
דו מיסט האבן גאר א הויכע נשמה, ווייל אויב מיט דיינע השגות, האט דיר דער שטן פארשלעפט אזוי ווייט (און בינך לבינך ווייסטו אז עס איז פיל מער פארקראכן פון וויפיל דו שרייבסט דא אינעם שטיבל...), מוז זיין אז ער שפירט אז דו ביסט א סכנה פאר אים, דיין נשמה איז גאר הויך... איז עס נישט קיין שאד פאר אזא נפש יקר וצדיק, איר אזוי צו פארשלעפן? - מיט וואספארא פנים וועסטו באגעגענען דעם בית-דין של-מעלה, דעם באשעפער וואס האט דיר אראפגעבראכט בעלמא הדין, כדאי זאלסט העכער מאכן דיין נשמה? - ווי אזוי וועסטו באגעגענען דיינע גרויסע זיידע'ס, דארט אין בית-דין של מעלה?
איך ווייס אז דו שפירסט אסאך מאל אזעלכע הרגשות. אבער איז נישט צייט תשובה צו טון און זיך צוריקקערן צום באשעפער? - איך ווייס אז דו האסט פראבירט לעצטנס זיך מתנזר צו זיין פון קאווע שטיבל, פחות או יותר, אבער דו ראנגלסט זיך דערמיט... אבער טייערע אדנירם (גלויב מיר אז עס רינען טרערן פון מיינע אויגן בשעת די ווערטער ווערן געשריבן): עס קומט צו גיין ימים נוראים, פארוואס זאלסטו נישט אנהויבן דאס ניי יאר מיט א ריינקייט? - איך ווייס אז דו ווילסט עס שטארק, און איך ווייס אז דו האסט קוף נון טעמים פארוואס דו דארפסט יא ווייטער דא זיין. אבער פארמאך דיינע אויגן א וויילע, שטעל דיר פאר אז דו קומסט אן צום ימים נוראים נאך דריי חדשים זיך נישט דרייען אויף קאווע שטיבל ובשאר מקומות המכוסים והמטנפים, וועסט היטן אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה (עיין אור-החיים הק' עה"פ כמעשה ארץ מצרים - פחד'דיגע ווערטער)... ווי שטארק דערהויבן און התרוממות'דיג וועסטו זיך שפירן? - עס וועט קומען אזא סוכות, בצילה דמהימנותא, אור המקיף ואור פנימי... אלע ביינער וועלן זיך קוועלן אין דיר... לאז אפ אלע מניעות און תירוצים, און נעם זיך מיט אן ערנסטקייט... אוי וועסטו הנאה האבן.
שש, איך בעט דיר... דיין נשמה איז צו וויכטיג פארן דור.

- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
רעביי פרימו,
אנטשולדיגט מיר פארן איבערהאקן אבער מיר האבן שוין עספיעט צו כאפן א בליק אויף דיין נעכטיגע געמעקטע ניוול פה שאלות (ממש ווי נחום פארן חטא וד"ל) און הגם וואס איר זענט מוחזק אלס תלמיד חכם אויף וועם די גמרא זאגט אם ראית ת"ח וכו' אל תהרהר אחריו כו' ודאי עשה תשובה, עכ"ז לא יעלה על הדעת אז אויף צומארגענס קענסטע שוין טיילן מוסר ווי דעם דובנא מגיד זעלבסט.
צוויי אפציעס.
1- פלאץ יעצט אויס מיטן קאלאר-וואר.
2- מאך א נייע ניק און טוה די דשאב פון דארט (דעי אפציע האט אויך א מעלה אז ס'וועט אויסקוקן ווי די מלכות (ליין: הדיוטיות) צעוואקסט זיך אויף א מאסנשטאבליכן אופן).

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
[tag]שמואל פרימו[/tag], דיינע ריינע ווערטער האבן איבערגעלאזט א שטארקע השפעה אויף מיר. וואס איז די פראסעס זיך צו דערנענטערן צום רעבין און זיין דרך? כ'זוך נישט צו כאפן הייסע לאקשן, כ'בין פשוט אינטערעסירט צו הערן מער. תודה מראש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
על אחרון ראשון:
אזעלכע שאלות קומען אין אישי, נישט אין די עפנטליכקייט. איך קען מאריך זיין דערמיט, אבל לא העת עכשיו לאריכות הדברים... אויב דו ווילסט דוקא, איז דא דער באקאנטער טעלפאן ליין וואו מען קען הערן די ריינע השקפה פון דעם רבי'ן שליט"א. הער עס דורך וועסטו וויסן וואס דו האסט צו טון, אבער נישט דא איז דער פלאץ פאר אזא אריכות. בכלל, האב איך דא א שטיקל פראבלעם, יעדער איינער איז מגיב און פרעגט זאכן, איך וואלט געקענט באשטיין צו ענטפערן פאר יעדן, אבער ווען איך ענטפער פאר איינעם, פארוואסערט עס דעם שמועס וואס מען האלט אינמיטן מיט א צווייטן וחוזר חלילה. למשל יעצט, נאך אזויפיל תגובות, איז גאנץ מעגליך אז אדנירם וועט קיינמאל נישט וויסן אז איך האב גערעדט צו אים, ווערטער וואס איך וויל שטארק אז ער זאל ליינען און ארייננעמען אין זיין נשמה. (אגב, פאר סמבטיון: ווער זאגט דיר אז אדנירם איז אזא בריה וואס וועט זוכן צו ענטפערן, אפשר איז ער אן ערנסטער מענטש וואס וועט עווענטואל אריינעמען די ווערטער אל תוכי ליבו און אננעמען תוכחת אוהב?)
קל וחומר:
איך בין אן אמת'ער מענטש, איך באהאלט זיך נישט אונטער פינף ניקס, וואס מיט איינס שפיל איך ערנסט און א צווייטער שרייבט מען צימעס אדער מאחורי וכו'... איך בין דער זעלבער מענטש און איך שטיי אונטער מיינע מיינונגען. איך גיי נישט עפענען נייע ניקים און איך גיב זיך נישט אפ מיט אזעלכע פעולות. דער רבי שליט"א זאגט כסדר, אז א מענטש דארף האבן אין זיך דריי זאכן: זיין געבויעט, אמת'דיג, און פעסט מיט זיינע מיינונגען, דאס בין איך.
יא, איך האב נעכטן געשריבן פאר דער שטיין אנדריגרונוס - ס'איז א חלק פון לצנות אויף מפירי ברית ועוזבי התורה. אז דו וועסט איבערקוקן, האב איך נישט געשריבן קיין שום ניבול פה חלילה וחלילה, ה' ישמור. איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, אזוי ווי מען דארף טון מיט אזא מענטש. ועם כל זה, ווען איך האב געזען אז אפילו נאר איינער דא קוקט דערויף מיט א בליק כאילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, האב איך עס תיכף אראפגענומען מיט א התנצלות, אן דעם וואס קיינער זאל מיר דאס בעטן. ואחר כל אלו האב איך באקומען היינט זעקס ווענדונגען פון מענטשן, וואס האבן געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען (וואס דאס אליין לערנט אביסל דאס צביעות פון געוויסע מענטשן, אדער אין בעסטן פאל אז מענטשן טראכטן אזוי ווי מיר, אז מען דארף שרייבן אזעלכע סארט אופנים אויף מענטשן). בכלל, צווישן צדיקים און ספרים געפינען מיר אויך געוויסע לשונות - איז דאס חלילה נישט אויסגעהאלטן? - אזוי טראכטן אינטערנעטיסטן מיט א קאוועדיגן בליק. איינער וואס האט א ריינער השקפה, און איז פועל לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א, אזא איינער האט ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן ווי אזוי און וואס צו זאגן, ווען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
הרב שמואל קוקט אויס איר האט נישט געזעין די שאלה לייג איך עס איבער נאך אמאל
גר ותושב האט געשריבן:א גוטן הרב שמואל פרימו איך מיין נישט קיין ליצנות איך וויל נאר וויסן פשט אין די פאלגדע קשיא.
עס האט זיך ארום געדרייט א קליפ ווי דיין רבי געט א אינטערוויו פאר א פרוי עס איז דארט געוועין נאך א יונגערמאן וואס האט גערעדט צו די פרוי וואס איך האב באוואונדערט זיין שמירת עינים און רעדן בכובד ראש אבער ביי דיין רבי האט איז ההפך נכון ער האט איר געקוקט אין פנים אריין געזעצן לעיבן איר ממש במרחק נגיעה און זיך אויף געפירט בקלות ראש.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס איז די האטליין? אפשר כאפט מען זיך אריבער ווען די ווייב איז אין די קאנטרי צו גוואנטמאלא? מ'איז מקבל דרויסענדיגע פאר א שבת?
איך ווייס פון איינער וואס האט געוואלט אריין גיין אהין שמעקן וואס טוט זיך דארט מען האט עים נישט אריין געלאזט נאר אויב ער איז מקבל מרות מעיקרא אז ער גייט פאלגן אלעס וואס מען גייט עים הייסן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
איך קען נישט צי לאנג שרייבן, אין צוואנציג מינוט איז חצות, איך דארף לויפן אין שוהל.
די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, מען נעמט אויף יעדן איד בסבר פנים יפות, אויף אן אופן וואס מען זעט זעלטן אין אנדערע פלעצער. אדרבה, פראבירט דאס אויס. גר ותושב, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט.
עס איז פאראן אין אמעריקע א נומער, וואו מען קען הערן די דרשות, איך געדענק נישט יעצט די נומער, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס אראפברענגען.
גר ותושב, דיר האב איך נישט געענטפערט, נישט נאר ווייל איך קום נישט אן צו יעדן, נאר ווייל דיין שאלה איז במידה מסיומת לצנות... כ'מיין אפשר פרעגסטו פארוואס ר' אהרן טייטלבוים קוקט אויף פרויען און רעדט מיסע ווערטער? - אדער אפשר אויפן ליובאוויטשער פארן געבן דאלארן פאר פרויען אין די האנט אריין? - נאר אויף מיין רבי זוכסטו זיך קושיות. אבער אויב דו מיינסט עס ערנסט, ווייסטו אז עס איז געווען גדולי ישראל וואס האבן געקוקט אויף פרויען, ביים אויפנעמען קוויטלעך וכדו'? - בנוגע אונזער רבי'ן שליט"א קען איך דיר ענטפערן צוויי תירוצים, א פראקטישער מיט א העכערער... פשוט איז, אלס קידוש השם, לעת הצורך, ווען עס האנדלט זיך פון פיקוח נפש און ראטעווען א קהילה שלימה בישראל, קוקט מען נישט אויף די סארט זאכן און מען טוט וואס מען קען. ווער ווייסט צי ער איז זיך נישט מתיסר בשעת מעשה... אלס חסידים קען איך דיר ענטפערן, ס'איז פאראן העכערע ענינים וסודות אין די סארט זאכן, עס איז פאראן אן ענין פון שיר-השירים, סודות ודמיות בקבלה אשר אין הפה יכול לדבר ואין לך רשות להרהר אחריה, ביי צדיקים ווען זיי זענען עוסק אין די ענינים זעען זיי גאר אנדערע זאכן ווי ערדישע מענטשן... קענסט זיין זיכער אז מיין רבי שליט"א, וואס איז א קדוש אלקי, אויסגעטאן פון די סארט זאכן, טראכט נישט וואס דו טראכסט... עס איז ווי די משל הידוע, פון דער פשוט'ער מענטש וואס באקומט הרהורים ביים קוקן אויף בגדי צבעונים, און דער בעל-מדריגה וואס באקומט א התעוררות ביים קוקן אויף די תכלת פון די ציצית, וואס איז דומה לים, לשמים, לכסא הכבוד.. וקצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת קוצר הזמן (עטליכע מינוט פאר חצות).
איין זאך זאלסטו געדענקען פאר דו שרייבסט אזעלכע זאכן. ביים רוזשענער איז געווען א מעשה, אז כנראה איז זיין רביצין געווען אן אשה נאה, און א מתנגד האט זיך אויסגעדרוקט מיט א לשון, כאילו... ער פארשטייט וכו'... מען האט עס איבערגעזאגט פארן רוזשענער, האט ער געזאגט "אזוי זאל ער האבן ציינער, אזוי ווי איך האב אמאל געשפירט א טעם און אן א-ש-ה", וכך הוה, יענער האט פארלוירן אלע זיינע ציינער. און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסף המזכיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טיטול/קללה
סיבה: טיטול/קללה
וואס די גהינום? קיינער האט מיר נישט געקענט אישי׳ען אז ס׳איז דא הייסע ווארע אין שטיבל?
רבי שמואל מיר ווילן הערן מער איבער דיר און איבער דעם רבין און די קהילה, ווי אויך וויל איך הרב שטיסל (אב ומחנך פה ארה״ק) מיט נאך א ניק דא אין שטיבל קומען באזוכן די קהילה, און דאן שרייבן א אמת׳ע באריכט איבער די קהילה פאר די נעקסטע וועקער, סקען זיין א גרויסע קידוש ה׳ פאר די קהילה. וויאזוי איז מען מסדר די באזוך?
אגב היות איינע פון דריי עיקרים ביים רבין איז אמת דאן זאגזשע מיר ביטע דיין עכטע נאמען.
רבי שמואל מיר ווילן הערן מער איבער דיר און איבער דעם רבין און די קהילה, ווי אויך וויל איך הרב שטיסל (אב ומחנך פה ארה״ק) מיט נאך א ניק דא אין שטיבל קומען באזוכן די קהילה, און דאן שרייבן א אמת׳ע באריכט איבער די קהילה פאר די נעקסטע וועקער, סקען זיין א גרויסע קידוש ה׳ פאר די קהילה. וויאזוי איז מען מסדר די באזוך?
אגב היות איינע פון דריי עיקרים ביים רבין איז אמת דאן זאגזשע מיר ביטע דיין עכטע נאמען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איך האב געקאוט די שטיקלעך וואס איך וויל צוריק שרייבן און געלייגט נומערס צו פארשטיין וועלכע תשובה גייט צו וועלכע ענין.
1) איך האב נישט גערעדט פון הכנסות אורחים איך האב גערעדט פון אריין לאזן אין די חבורה ווי איך האב געהערט מכלי ראשון אז מהאט עים נישט אריין געלאזט אלא בתנאי ער איז מקבל מרות אז די ווילסט זאגן אז נישט איז עס א ווארט אקעיגן א ווארט איך גלייב יענעם מער.
2) ווייז מיר איין ווארט ליצנות איך האב עס געשריבן ווייל איך וויל טאקע פארשטיין ווי אזוי א חבורה וואס פארקויפט זיך אלס פרושים וקדושים זאל די ראש החבורה זיך ווערטלען מיט פרויען און מיין כוונה איז נישט געוועין לקנטר.
3) איך וואלט געפרעיגט די זעלבע קשיא אויף אלע רביס אויב וואלט איך דאס געזעין אויף א קליפ קליפ און קלאר אבער בפועל האב איך עס נאר געזעין אויף דיין רבי פרעיג איך עס אויף עים.
וחוץ מזה עס איז א דבר פשוט מאד אז עס איז חילוק ציווישן נעמען קוויטלעך פון פרויען אדער טיילן געלט פאר פרויען און אפילו לאמיר זאגן קוקן אויף פרויען און ציווישן זיך ווערטלען מיט פרויען בקרוב ממש.
4) במחילה מכבודך אבער זיין תלמיד וואס האט לכאורה אויך זעלבע מטרה פון ראטעווען די קהילה איז יא אפגעהיטן צום באווינדערן אבער ער אנשטאט דער ויגבה לבו און זיך האלטן שטאלץ מיט זיין דרך זאל זיך אזוי אראפ לאזן? און נאך מער מילא רעדן פנים אל פנים אבער זיך וויצלען?
5) איך פארשטיי אז זייער אסאך זאכן קען מען אוועק מאכן מיטן זאגן עס איז העכערע זאכן על פי קבלה ואין לך רשות להרהר אחריה אבער מען קען דאס נישט זאגן אויף יעדער שמויגער אפשר ביסטו מסביר פארוואס דיין רבי איז און די כלל פון אסור להרהר אחריו?
6) עפרא לפומיה פאר ווער עס האט געשריבן די שורה עד כאן החרשתי אבער ווער בוסטו צו פארגלייכען דיין רבי צום קנעכל פונעם רישענער און נאך שרייבן על אחת כמה וכמה?
שמואל פרימו האט געשריבן:1) די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, גר ותושב, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט.
2) גר ותושב, דיר האב איך נישט געענטפערט, נישט נאר ווייל איך קום נישט אן צו יעדן, נאר ווייל דיין שאלה איז במידה מסיומת לצנות...
3) כ'מיין אפשר פרעגסטו פארוואס אהרן טייטלבוים שר"י קוקט אויף פרויען און רעדט מיסע ווערטער? - אדער אפשר אויפן ליובאוויטשער פארן געבן דאלארן פאר פרויען אין די האנט אריין? - נאר אויף מיין רבי זוכסטו זיך קושיות. אבער אויב דו מיינסט עס ערנסט, ווייסטו אז עס איז געווען גדולי ישראל וואס האבן געקוקט אויף פרויען, ביים אויפנעמען קוויטלעך וכדו'? - בנוגע אונזער רבי'ן שליט"א קען איך דיר ענטפערן צוויי תירוצים, א פראקטישער מיט א העכערער...
4) פשוט איז, אלס קידוש השם, לעת הצורך, ווען עס האנדלט זיך פון פיקוח נפש און ראטעווען א קהילה שלימה בישראל, קוקט מען נישט אויף די סארט זאכן און מען טוט וואס מען קען. ווער ווייסט צי ער איז זיך נישט מתיסר בשעת מעשה...
5) אלס חסידים קען איך דיר ענטפערן, ס'איז פאראן העכערע ענינים וסודות אין די סארט זאכן, עס איז פאראן אן ענין פון שיר-השירים, סודות ודמיות בקבלה אשר אין הפה יכול לדבר ואין לך רשות להרהר אחריה, ביי צדיקים ווען זיי זענען עוסק אין די ענינים זעען זיי גאר אנדערע זאכן ווי ערדישע מענטשן... קענסט זיין זיכער אז מיין רבי שליט"א, וואס איז א קדוש אלקי, אויסגעטאן פון די סארט זאכן, טראכט נישט וואס דו טראכסט... עס איז ווי די משל הידוע, פון דער פשוט'ער מענטש וואס באקומט הרהורים ביים קוקן אויף בגדי צבעונים, און דער בעל-מדריגה וואס באקומט א התעוררות ביים קוקן אויף די תכלת פון די ציצית, וואס איז דומה לים, לשמים, לכסא הכבוד.. וקצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת קוצר הזמן (עטליכע מינוט פאר חצות).
6) און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.