בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 9:48 pm
דורך חב''ד הויזן
בערל, דו ביזט פון דעי וואס בלייבן שטיין לעקיש ווען די הויזן פארט אראפ?

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 7:00 am
דורך פאכמאן
איך האב ארויסגעומען מיין טעלעפאן פון טאש שטיינענדיג אין פאליש פון בית מדרש. און ס'שליידערט זיך מיט א בדיקה שמאטע.

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 7:37 am
דורך פאכמאן
.

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 12:58 pm
דורך מרדכי מרדכי
עס איז ראטזאם צו לייגן די בדיקה אין א ענוועלאופ

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 1:40 pm
דורך חב''ד הויזן
מרדכי מרדכי האט געשריבן:עס איז ראטזאם צו לייגן די בדיקה אין א ענוועלאופ
מיט א ריטורן אדרעס. על כל צרה שלא תבוא...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:20 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אין די עיר פארט ביי סעקיוריטי הייסט מען דאך אויסטוהן די פאסיק... נו מען קען שוין אליין פארשטיין... בפני כל קהל ועדה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:44 pm
דורך וואלווי
עצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:15 pm
דורך פאלאצ'ינטא
וואלווי האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:23 pm
דורך יין שרף
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך
האט גארנישט מיט קיין סעודת אדער הויזן סייז.

דו געדענקסט נאך ווער עס איז געשטאנען אין די בעק פון דיר???
האק איר אן די ביינער!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:01 am
דורך פאלאצ'ינטא
יין שרף האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך
האט גארנישט מיט קיין סעודת אדער הויזן סייז.

דו געדענקסט נאך ווער עס איז געשטאנען אין די בעק פון דיר???
האק איר אן די ביינער!
עס העלפט נישט היינט איז שוין דא קעמערעס איבעראל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:27 pm
דורך חב''ד הויזן
מי ימצא האט געשריבן:ווען איך ווארט שעות אז די קינדערס pj זאלן ווערן טרוקן,נאכער זעהט מען אז דאס דרייער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעצינדן.
און ווען איך לויף קוקן נאך פינף מינוט צו זען אויב מיין פאון האט שוין עפעס בעטערי נאר צו זען אז די טשארדזשער איז נישט געווען איינגעפלאגט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:15 pm
דורך הרבי האמיתי
געהערט א מעשה שהיה (אדער נישט) אן אמעריקאנע בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל איז איינגעשטאנען ביי א פרעמדע ישיבה פאר שבת, פרייטאג צונאכט האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער באשלאסן צו כאפן א דרימל אין בית מדרש ווי עס איז דא עיר קאנדישאן,

ער האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן נשמת אנגעטון ווי פרעה ביים סדר

Re: האב איך געהאט א פלאפ ווען...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:55 pm
דורך ברוך שפינוזה
דאס איז טיפיקל מירע פאלקלאר..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:10 am
דורך חובב ציון
היינט אנגעקומען אין מקוה מיטן ווייסן שלאף קאפל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין אמאל געגאנגען דרייוון דעם באס מיט א שלאף קאפל. ומעשה שהיה כך היה. איך האב געהאט א שפעטע טריפ פאר בחורים אין ליל ששי. פארדעם האב איך געכאפט א שטיקל דרימל. זיך שנעל אויפגעוועקט און געלאפן צו דעם באס. ערשט אינמיטן דרייוון האביך באמערקט אז איך האב די שלאף קאפל.

אויך. איך האב אמאל געזעהן א (עלטערע) איד קערן די גאס אין פראנט פון זיין הויז מיט זיין שלאף קאפל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 5:34 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין ירושלים גייען זיין אפיציעל מיט'ן שלאף קאפעל א גאנצען טאג

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:46 am
דורך שמעקעדיג
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אין ירושלים גייען זיין אפיציעל מיט'ן שלאף קאפעל א גאנצען טאג
א בדחן האט אמאל געזאגט פארוואס גייען די ירושלימ'ע מיט א שלאף קאפל א גאנצן טאג?
ווייל יושב בטל כישן דמי...
(קען זיין איך האב עס שוין אמאל געשריבן ערגעץ, אבער חזרה שאדט נישט, פלעגט דער רבי זאגן)

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:48 am
דורך שמעקעדיג
הרבי האמיתי האט געשריבן:געהערט א מעשה שהיה (אדער נישט) אן אמעריקאנע בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל איז איינגעשטאנען ביי א פרעמדע ישיבה פאר שבת, פרייטאג צונאכט האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער באשלאסן צו כאפן א דרימל אין בית מדרש ווי עס איז דא עיר קאנדישאן,

ער האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן נשמת אנגעטון ווי פרעה ביים סדר
איין מינוט - עס זענען דא מענטשן וואס גייען כאפן א דרימל אין ביהמ"ד מיט פאדזשאמעס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:58 am
דורך berlbalaguleh
מענין לקנין לבנין: ס'איז באקאנט דאס ווערטל פון הרה"ח (דערווייל) ר' פינחס/פינקי וועבער שליט"א...פארוואס ארבעט מען נישט אין ירושלים?!

ווייל ביי די לוי' פון הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר אין די ירושלימ'ער גאסן אויסרופן ...ביטול מלאכה...און ס'איז נאך (דערווייל) נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר אויסרופן אז מ'זאל זיך נעמען צוריק ארבעטן...!