בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:39 am
דורך [NAMELESS]
דולה ומשקה האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:נאך א נצר מעצי התמרים וואס איז אביסל אויפגעקלערט


וואס האקסטו אין קאפ אריין,
דאס איז ווי ער רעדט חנוכה פאר אידישע אמעריקאנער זעלנער, וואס ווייסען זיי נעבעך, זיי זענען ריכטיגע תינוק שנשבה, נישט אזעלעכע וואס דער 'מדינה' האט גע'שמד. הענגט דען דארט א שתי וערב ח"ו. פאר זיי באדייט דער מגן דוד אלץ א אידישע סימבאל.

עס קע זיין די ביסט גערעכט אין סאיז נישט אין ״מדינע של גיהEנEם״ אין נישט אין קיין ציונות פאראדע אבער די וואלסט דען געגעבען א רעדע אין זיך געפיקטשערט מיט א צלם אזוי וי ער מיט דעם טמענע (עפ״ל) מגן דוד?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:46 am
דורך אפטעמיסט
כ'האב פאר אים א פיינעם שידוך. כ'בעט אבער פינף טויזענט דאללאר שדכנות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:08 pm
דורך יין שרף
צו וואס זאל ער צאלן $5,000 ווען ער וועט איר אליינס טרעפן דארט...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
אויב ליינט ער קאווע שטיבל וועט ער שוין ממילא ויסען דעם סוד וואס אפטע האט מכלה געוועהן אין אזוי ארום וועט ער ויסען וועמען צו זוכען אין אפטע קען פארגעסען פון זיינע חמשת אלפים קיין פארדשאוועטער ניקעל ועט ער נישט זעהן פון דעם סוד - שידוך וואס ער האט דא ארויפגעלייגט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
ווער עס האט געהרט די צווייטע האלב חלק שמועס פון הערשיל פרידמאן אויף קול מבשר 39-452 פארשטייט גוט זיין כוונה אין וואס עפעס האט ער זיך פונקט יעצט דערמאנט...

קירוב קרובים, הערשל פרידמאן האט א מעלטדאון.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:55 pm
דורך ישראל קאפקע
אין ליכט פון די נייעס אז אן אייניקל פון די ברך משה איז אריין אין די מדינת ישראל מיליטער, האט הערשל פרידמאן א לענגערע הארציגע שמועס/אפיל אויף זיין 'אנאליז ווינקל' אויף קול מבשר איבער O.T.D. בחורים און יוגנטליכע, די אורזאכן (לויט ווי ער זעט עס) און א הארציגע אפיל צום עולם אז מען זאל זיי מקרב זיין און ארויסווייזן ליבשאפט,

דרוקט 3 - 9 - 452#, און דערנאך אכט מאל #9
(פאר די וואס האבן שוין לאנג נישט געהערט קאלמעוואסער, 1212-444-1100 ;) )

קרעדיט @אתא קלילא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:00 pm
דורך אפטעמיסט
ער דערמאנט דער זעלנער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 4:26 pm
דורך ישראל קאפקע
ישראל קאפקע האט געשריבן:אין ליכט פון די נייעס אז אן אייניקל פון די ברך משה איז אריין אין די מדינת ישראל מיליטער, האט הערשל פרידמאן א לענגערע הארציגע שמועס/אפיל אויף זיין 'אנאליז ווינקל' אויף קול מבשר איבער O.T.D. בחורים און יוגנטליכע, די אורזאכן (לויט ווי ער זעט עס) און א הארציגע אפיל צום עולם אז מען זאל זיי מקרב זיין און ארויסווייזן ליבשאפט,

דרוקט 3 - 9 - 452#, און דערנאך אכט מאל #9
(פאר די וואס האבן שוין לאנג נישט געהערט קאלמעוואסער, 1212-444-1100 ;) )

קרעדיט @אתא קלילא

פארוואס אריין אין דעם אשכול? עס האט נאר צוטון בדרך אגב, עס איז א גאנץ אנדערע -און וויכטיגע- שמועס,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:02 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..

אויב איז עס א רעטארישע שאלה, האביך גארנישט צו זאגן. נאר אויב ווילסטו באמת פארשטיין, קענמען מאזבער זיין, אז פון דא איז מוכח וואו די פריאריטעטן זענען אין ק"ק סאטמאר!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:50 am
דורך smart
מען גייט אהין אין צירוק יא פאטש פאר סאטמאר - נישט פאר סאטמער..

איך מיין עס איז א פאטש פאר גאנץ כלל ישראל עס פארששעמט אינז. איך אלס א וויזניץע בין געווען יעצט אין ראש השנה אין ארץ ישראל. עס איז געווען די מדובר דער עולם זינקט איין פאר בושות ער האט געגבען א פאטש פאר די גאנצע מחלחמה קעגן בחורים גיין אין צה"ל וכו'

עס איז א פאטש פאר יעדן איד

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:57 pm
דורך יעדער לאכט
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..

אויב איז עס א רעטארישע שאלה, האביך גארנישט צו זאגן. נאר אויב ווילסטו באמת פארשטיין, קענמען מאזבער זיין, אז פון דא איז מוכח וואו די פריאריטעטן זענען אין ק"ק סאטמאר!


פון וואו פון דא?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
א בילד פון חיים צבי מייזליש יו״ט סוכות העל״ט

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
חיים הערש'לה...

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:06 am
דורך [NAMELESS]
דעם ברך משה'ס אייניקעל חיים הרעש'לה איז געקומען זיך איבערבעטען מיט'ן כותל המערבי די הארץ פון דאס יידישן פאלק

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:23 am
דורך פלעין יודיש
נא
שייגעץ ארויס

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:51 am
דורך שמעון וואלף
עד כאן!

דאס גיין צום כותל איז סתם זיך צו רייצן מיט די סאטמערע

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 9:14 am
דורך [NAMELESS]
אזוי הייבסט זיך דאס אן, היינט שטיפט די מאן א קערעדש בפרהסייא אינדערוואכען, דערנאך שבת מיטן עירוב, ביז מ'גייט זיך אינגאנצען שמד'ן ווען מ'גייט צום טמאנעם כותל ה' ישמרנו

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
חיים הערשעלה זז"ג ביים פראווען די יום העצמאות אין מנגל אין א פארק בירושלים עיה"ק.

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:28 am
דורך חאצקעל שניידער
ער שערט זיך נישט די בארד אין ספירה זעטויס, אינטערסאנט ער איז נישט מיקל לכבוד י״ט .[emoji39]

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:53 pm
דורך פלעין יודיש
1.jpg
1.jpg (119.3 KiB) געזען געווארן 4688 מאל


מיט דוב ליפמאן, אמאליגען (חרדי'שען) ח"כ אינעם יש עתיד פארטיי

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 6:35 pm
דורך [NAMELESS]
חיים הערש מיט'ן גאנצען ציוניסטישע קנאק...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:36 pm
דורך גיבור
געהערט היינט פון א בעלזע אז חיים הערשעלע האט געדאוונט אין בעלז יום כיפור מיט א טלית, און געזיצן אויבען אהן.

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
די רבי איז עם געווען באזוכן