בלאט 4 פון 8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:47 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז דעיוויד גרינפילד שטייט אונטער די גאנצע זאך. עס וויל טעסט'ן די וואסערן צו לויפן קעגן הייקינד ביי די נעקסטע עלעקשענ'ס

ווען? ביי די איצטיגע וואלן. דאס איז דאך נעקסטע וואך. פארוואס איז ער נישט ארויסגעקומען ביז איצט?
אין פיהר יאר ארום? ווער זארגט זיך היינט וואס ס'וועט זיין דאמאלס?!...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:58 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:דער קאמפיין ווערט שמוציגער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג

אפטעמיסט: ייש"כ פאר ברענגען דעים פאשקוויל. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע פאשקווילן שרייבערס, אן אויסנאם זענען געשוואלענע עמי הארצים/ות. דער פאשקוויל איז אויך פול מיט גראמאטישע און ספעללינג גרייזן, א חוץ פון דעם שמוציגן תוכן. ווייל שרייבן פאשקווילן מיט זיין א תלמיד חכם איז א תרתי דסתרי. חוץ פון דעים, ווי שעימען זיך די וועלכע שטייען אונטער די פאשקווילן נישט עובר צו זיין אויף הוצאת שם רע, לשון הרע, רכילות און הלבנת פנים ברבים. דאס זענען אונזערע צדיקים, וועלכע רעדן אין נאמען פון די תורה און אידישקייט???!!....!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:58 pm
דורך משגיח
נחמן קאלער האט זיך יעצט ארויסגעצויגן פונעעם פארמעסט נאך שווערע דרוק

<


http://www.youtube.com/watch?v=RBNxra46 ... e=youtu.be

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:07 pm
דורך קאסטנער
דריק פין וועם?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:10 pm
דורך שעפטל
נישטא וועם צו צומישן, ס'איז אן אלטע קליפ

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:11 am
דורך חזנים
דער עולם פאקעסט נישט ריכטיג...
וואס מיינט ערוועלן א פאלאטישאן?
עס מיינט זיך צו ערוועלן!

(ווען מען שטימט און א"י קען דאס זיין א שאלה פון אנטייל נעמען און די רעגירונג פון די עוכרי ישראל הציונים, אבער דא האט מען זיך אינזינען)

הייקינד פירט זיין אפיס אסאך יארן מיט גרויס איבערגעגעבנקייט פארן היימישן ציבור
איעדע יחיד וואס מיטשעט זיך מיט פראגראמן וכדו' העלפט ער עד הסוף
דאס האב איך אליין מיטגעלעבט אויף מיין אייגענע הויט

אבער דער קאלער קען איך גוט פאר א אלטע בעל דמיון, (צייגט אייך איבער אויף די לעצטיגע בילדער :geek: )
איך בין אייך מבטיח "קיינער גייט גארנישט האבן פון אים!!!"

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:19 am
דורך בשבילי!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:28 am
דורך בשבילי!
הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:43 am
דורך ישראל קאפקע
בשבילי! האט געשריבן:הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.

ווען זיי האבן סכל שרייבן זיי וואס זיי ווילן אין צוויי ביז פיר זייטן, און פון א ער-דארף-אונז-פארטרעטן-וואס-איז-ער-ביזי-אגאנצן-טאג-מיט -מדינת-ישראל-און-פארדאמען-די-האלבע-וועלט שטאנדפונקט,

שאלה; ווען הייקינד גייט על פי דרך הטבע געווינען ווידערוויילונג, גייט ער נידערן זיין היציגע רעטאריק אלס רעזולטאט פון די איצטיגע קאמפיין?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:18 pm
דורך פליישיגער
שווער צו ענטפערן אויף אזא פראגע.
א מעסעדזש שיקט עס זיכער אז מען דארף נישט אזעלכע סטעיטמענטס, פון די היציגע הייקינד קאמפיין זעהט אויס אז ער רישט זיך פאר א דורכפאל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:29 pm
דורך כוכב
ממש ער רישט זיך.
#פרישע טראול אין טאון.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:38 pm
דורך שעפטל
ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!

ווילסטו אים שיקן א מעסעדזש, גיי וואוט פאר קאללער, האלסטו אז קאללער גייט אויפטוהן פארדעם גייסטו פאר אים שטיצן, גיי באזיך דיך!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:08 pm
דורך חזנים
שעפטל האט געשריבן:ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!

ווילסטו אים שיקן א מעסעדזש, גיי וואוט פאר קאללער, האלסטו אז קאללער גייט אויפטוהן פארדעם גייסטו פאר אים שטיצן, גיי באזיך דיך!


קיינער דארף נישט שטימען כדי צו שיקען א מעסעדש פאר הייקינד
קאלער גייט האבן פונקט גענוג שטימעס וואס זיין קאמפיין גייט אים ברענגען... קיינער דארף נישט העלפן ארויסגעבען דעים מעסעדש

ח"ו שטימען פאר קאלער

ער האט טאקע אסאך געלט פאר זיין קאמפעין פירערס
איך זאג ענק ער ווייסט אליינס נישט איבער וואס מען שרייבט ...

MY PLAN... איז די פלאן פון די קאמפעין פירערס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:35 pm
דורך הירשל ציג
בשבילי! האט געשריבן:הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.


אדרבא, זייט מסביר וויזוי דוב שאדט אונז בגשם

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:50 pm
דורך בשבילי!
ליין דארט אין זייער בראשור, ס'שטייט געשריבן דארט טנטיסעמיטיזם וואס מענטשן זענען אדורך צוליב הייקינד'ס פרא ישראל אנטי אראבער העצערייען. (קען זיין ס'אויפגעבאקן, כ'ווייס נישט)

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:35 pm
דורך פליישיגער
שעפטל האט געשריבן:ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!



אז ער וואקט צו א פארזיכערטע געווינס אן קיין שאנס פון פארלירען
איז א שאד ער אינוועסט נישט די געלט וואס קאסט זיך מטפל צו זיין מיט קאללער פאר בעסערע צוועקן

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:04 pm
דורך galitzyana

נייע הארציגע עד פון די קאללער קאמפיין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:49 pm
דורך טאטעלע שיינער
Did you see? Borough Park's future is in your hands! What will you choose??? Watch Now! http://youtu.be/mxhcUZDMpKE

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:05 pm
דורך סאשי פיש
עס איז א נחת צו זען ווי נייע ניקס שפראצען ארויס...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיינע פראפעשינעל עד, אבער כ'האב נאר איין שטארקע קשיא אויף די קאלער קאמפיין, וויאזוי וועט קאלער - א רעפובליקאנער קענען אויפטוען אין א שטארק דעמעקראטישע אסעמבלי? די רעפובליקאנער וואס זענען יעצט אין אסעמבלי זענען ללעג ולקלס, קיינער קוקט נישט אויף זיי, און זיי האבן זירא מאכט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:19 pm
דורך פליישיגער
ווארשיינליך וועט ער טוישען פארטיי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:23 pm
דורך בשבילי!
ווער האט איינגערעדט דעם אלטן איד אז ער מוז וואוינען אין בפ? זאל ער מופן צוזאמען מיט זיינע קינדער!
אגב איך וואלט אריינגעלייגט יענעם קליפ אין אשכול וואס האט געברענגט טרערן. איך וויין נאך יעצט, איינער האט טישוס?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 pm
דורך קאסטנער
נאכן אריינקימען האט ער די רעכט צי טוישן פארטי
(איינער פין די היימישע פאליטישינס האבן עס שוין אויך געטיען)