בלאט 4 פון 8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:40 pm
דורך ישראל גלויבער
:D

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:55 pm
דורך געוואלדיג
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:41 am
דורך שבת אחים
אינטערסאנטער האט געשריבן:פון רבי מאטעלע קענען זיך אפילו זיינע מתנגדים אסאך לערנען. ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער איז פאר זיך אליין אלע יארן געווען זייער א שטרענגע מענטש, געלערנט יעדן טאג די צוויי בלאט, זיך קיינמאל נישט געטוישט זיינע מנהגים, און אלעס מיט אזא רואיגע זיכערקייט און שטארקייט, נישט קיין נערוועזער בכלל.


מיינסט צוזאגן זיבן בלאט. ער מאכט יעדע יאר מוצאי תשעה באב א סיום הש״ס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:49 am
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה' געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עולמים זאל זיך שוין מרחם זיין

:!: :!: :!: :!:



דו פארגינסט מיר נישט אז איך זאל דאווענען צום רבש״ע און זיך אויסגיסן מיין הארץ? נאר דו מעגסט? איך טאר נישט?


איך וועל דיר זאגן איך בין דאך א פרומע איד היינטיגע צייטן, מקען נישט זיין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד אן א גרויסע טלית מיט א שיינע עטרה פון אינטן... א האריגע טלית בייטל, א ריזניע בעכער, דו האסט געדארפט זעהן מיין כפרה ערב יום קדוש די רויטע קאאקש איז געוועהן אויף די רעכטע זייט אלץ וויזניץ אויס. איך זאג יעדע צופרי מודה אני פארן אהבת ישראל פון וויזניץ. ר׳ יוסל׳ס מעכטיגע תירוצים (יונה כהן) אויף די נייע דאקיומענטרי איבער האסידם האט מיך אויפגעשוידערט און אויפגעשאקעלט עד לב השמים. איך בין געווארן א פולקאמער בעל תשובה- באמת. איך דריי זיך מיט הרב יואל אשר לאבין לעטענס, ער מאכט מיך פאר א שטיקל בעל תשובה. ער איז די היינטיגע בעל שם טוב, אזוי האלט איך. מקען מיך היינטיגע טעג נישט רופן מעהר א פרייע איד... אזוי מיין איך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:02 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים. איך וויל באמת נישט פארדרייען דעם אשכול. און איך וואונטש פאר'ן רבי'ן פון מאנסי א רפואה שלימה במהרה. אבער איך האב איין שאלה. אויב א רבי ווערט ח"ו א שייגעץ. און א טייל פון זיינע חסידים פארן אפ צוזאמען מיט איהם. (אז די רבי מעג מעג איך אויך.( און נאכדעים ווען די רבי טוט תשובה מוזן זיי אויכעט ווערן צוריק בעלי תשובה. אדער זיי קענען בלייבן שקצים. און נאכאלטס זיין חסידים פון דעם רבי'ן. ס'א נפקא מינה וועגן א געוויסן רבי'ן (ניין. נישט דו) וועלכער איז אויכעט יעצט שוין געווארן א שטיקל בעל תשובה. ער דאוונט שוין ערליכער. ער מאכט שוין שטיק. ער מאכט העוויות מיט די הענט ביים דאווענען. ער קלאפט מיט די שטיוול אויפ'ן פלאהר אינמיטן קריאת שמע. ער כיפערט נאכאלץ אפ די שמו"ע. חסידים זאגן אויף איהם גרויסע זאכן. אז ער קען מכוון זיין אלע !...שמות אין א קורצע צייט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:49 pm
דורך ישראל גלויבער
:x

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:27 pm
דורך כהן
דער רבי קומט אהיים היינט נאכט אין מ'האפט אז ער וועט פירן שבת כרגיל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:12 pm
דורך ישראל גלויבער
:lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 9:08 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
יודן!!
רייסט איין לרפואת דער גרויסע צדיק
ער איז זקוק לרחמי שמים מרובים
דער מצב איז מורא'דיג ערנסט אין נאר תפילת קען העלפן
זאל שוין מרדכי בן מרגליא האבן א רפואה שלימה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 3:43 pm
דורך שבת אחים
מהאט אריינגעפירט די רבי נעכטן נאכט וועגן בלוט פרעשיור.
חסדי השם די מצב האט זיך פארבעסערט. די בלוט-דרוק האט זיך סטאביליזרט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 6:58 pm
דורך [NAMELESS]
די מצב איז קריטיש.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 8:06 pm
דורך שבת אחים
די רבי איז אויך א רעספארעיטאר, מזאגט תהילים אין אלע וויזניצער שוהלן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 8:43 pm
דורך שבת אחים
C/p
ויזניצנייעס : מרן רבינו שליט"א יוצא כעת לעבר ביה"ח במנהטן עקב ההחמרה במצבו של דודו האדמו"ר מויזניץ מונסי.

הרה"צ ישראל הגר אב"ד ויזניץ מאנסי בדרך לביה"ח במנהטן מלווה בניידות משטרה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:52 pm
דורך סקרן
שוין אראפ פון רעספערעיטער דארף נאך רחמי שמים מרובים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
וואס הערט זיך דארט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:וואס הערט זיך דארט?

פארגאנגענע נאכט איז געווען א שווערע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
סקרן האט געשריבן:שוין אראפ פון רעספערעיטער דארף נאך רחמי שמים מרובים

צוריק ארויף ליידער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:19 pm
דורך שמעקעדיג
עפעס א צעטל פארט ארום אז עס איז נאר מחמת זהירות, אבער עס איז נישט פאראן קיין פארערגערונג אין זיין מצב.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:14 am
דורך [NAMELESS]
די צעטל איז נאר צו זאגן אז די עולם זאל נישט פאניקען אז עס איז עפעס יעצט געשען, אבער די אנגייענדיגע פראבלעם פון די אטעם ווערט נישט בעסער און מען גייט מסתם מאכן א טרעיק וואס איז ווייט פון א קינדער שפיל בפרט אין די גיל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 7:55 am
דורך שבת אחים
בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 7:58 am
דורך שבת אחים
בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 7:59 am
דורך שבת אחים
בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:01 am
דורך שבת אחים
בילד