בלאט 4 פון 9
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 6:20 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 7:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען משוגע וואלט געקענט באקומען א מארגעטש, וואלט עס געקויפט א הויז אין תחום המיל פונעם שיכון.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 7:13 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
שמעקעדיג האט געשריבן:.
זיי שעמען זיך נישט?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 1:58 pm
דורך גנדי
זאלן זיין מאכן א מייל BUFFER ZONE אין זייער אייגענע שטעטל. פארוואס משוגע מאכן און איינטיילן פאר אנדערע?
קען איך בעטן אז קיין שום איד זאל נישט קומען וואוינען אויף מיין גאס ווייל איך וויל נישט מיין ווייב זאל זעהן אז די שכנ'טע האט א באגאבא קערידזש און זי וועט אויך וועלן?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 3:40 pm
דורך בעל הבית
פארוואס טראגן מיטן עירוב אין ווילאמסבורג טאר מנישט וועגען דעם רבין ז"ל? קויפן לעבן שטעטל איז זייער רבי ז"ל
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
בעל הבית האט געשריבן:פארוואס טראגן מיטן עירוב אין ווילאמסבורג טאר מנישט וועגען דעם רבין ז"ל? קויפן לעבן שטעטל איז זייער רבי ז"ל
[tag]בעל הבית[/tag], גוט געפרעגט!
ווייל ביידע זענען נישט אמת צוויי פאכיג.
לגבי די עירוב: די סאטמאר׳ע רבי זי״ע האט יא געהאלטן דערפון, און אפילו אויב נישט מעג א יוד פון א אנדערע קרייז יא טראגן דארט, אויב זיין רבי האלט אנדערש.
לגבי די מייל ארום דעם שטעיטעל, די סקווירא רבי זי״ע האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז אנדערע ערליכע יודן קומען וואוינען אין די זעלבע געגענט, ער האט בסך הכל געבויט זיין שטעיטעלע נישט צו דארפן וואוינען אין די שמוציגע ניו יארק. (און קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז סקווירא רבי זי״ע האט געהאט א פראבלעם אז רבי הערשלע ספינקער זי״ע קומט עפענען א שטעיטעלע לעבן אים, אויב עפעס וואלט ער הנאה געהאט, אבער די סקווירא האבן אים געשטערט...) און דא אויך מעג יעדער טון וואס זיי ווילן.
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:50 pm
דורך קאווע טרינקער
די וואך אינעם המודיע, בעט זיך די סקווירא בית דין אין אן ענגלישע בריוו, מ'זאל נישט קויפן שטחים ארום די שטעיטל, נאר מאכן זיכער אז גוים בלייבן וואוינען דארט.
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:55 pm
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואך אינעם המודיע, בעט זיך די סקווירא בית דין אין אן ענגלישע בריוו, מ'זאל נישט קויפן שטחים ארום די שטעיטל, נאר מאכן זיכער אז גוים בלייבן וואוינען דארט.
און ווער ס׳קויפט יא און פייפט זיך אויס אויפן גרויסען אדמו״ר מיט זיין האָריגע טיליפּ און זיינע געזאַלצענע טשערי לעיטס וואס איז דער שטראף? סקילה שריפה הרג אדער חנק?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:05 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווי ווייט אוועק פין סטעטן איילענד מעג מען קויפען? הרב פולק האט נאך נישט ארויס געגעבען א איסור?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:07 am
דורך ירח בן יומו
ווען די גוים ארום קרית יואל קעבען ארויס אזא בריוו וולאטן מיר איבער געדרייט א וועלט, היתכן? שונאי ישראל. און דא האבן מיר די היימישע שונאי ישראל ואין פוצה פה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:39 am
דורך כפתור
איך וואלט זיי רעספעקטירט ווען זיי קומען ארויס מיט אזא רעקלאמע: היות דער עולם פארשפרייט זיך שטארק און ראקלענד, און מ'וועט נישט איבערלאזן פאר אונז ווי זיך צו אויסשפרייטן, געלט האמער נישט אויף די מאמענט צו אפקויפן אלע הייזער ארום, במילא בעט מען דעם עולם זאך נישט קויפן ארום אונז.
קום אבער נישט מיט א בי עס תירוץ אז מ'מיינט פשוט אידישקייט און גארנישט מער
. ס'איז געווארן אזא סטייל, מ'טוט זיך אן א מאנטל וואס שטייט דערוף מיט גרויסע אתיות "אידישקייט" "תורה", און ווער ס'האלט נישט פון מיר, איז אויטומאטיש קעגן די תורה.
די רשעות דערפון איז אז ס'ברענגט אראפ אידישקייט צו א נידעריגע לעוועל, און נאכדעם פארשטייט מען נישט פארוואס אזויפיל פאלן ארויס
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:50 am
דורך יהושע חיים
ניין נישט דאס איז די סיבה נישט אידישקייט און נישט רשעות נאר
Power power power
דאס איז עס גארנישט מער אז עס וועט ווערן אזוי ווי שיכון וויזניץ אין בני ברק וועט סקווער סך הכל זיין א געגינט אין מאנסי וואס דאס ווילן זיי נישט
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:10 am
דורך ירח בן יומו
די בריוו איז אינטער געשריבן בד"צ דסקווירא, און זיי שמועסן דארט אויס ווי אזוי די רבי ז"ל האט געוואלט האבן א פריוואטע פארמאכטע שטעטל, און זיי בעטען אז מ'זאל זיי נישט שטערען.
וואס די בד"צ און די גרויסע טאטעס דארט ווילן וויייסן מיר שוין, מ'דארף נאר געוואר וערען וואס וויל די עולם דארט, ווילן זיי בלייבן מיט דער פארמאכטקייט? איז פיין, אבער אויב נישט...
ווען ס'וואלט געווען וואלן צו מ'זאל בלייבן פארמאכט, און ס'וואלט נאכדעם ארויס געקומען אזא בריו וואלט געווען לעגיטים
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:31 am
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:ווען די גוים ארום קרית יואל קעבען ארויס אזא בריוו וולאטן מיר איבער געדרייט א וועלט, היתכן? שונאי ישראל. און דא האבן מיר די היימישע שונאי ישראל ואין פוצה פה.
ווייל פון זיי לאכט מען אלס פלאטשיגע, באגערניצטע, אויסגעוואשענע מוחות און מענטל קעיסעס...מ'האט ענדערש רחמנות אויף די בהמות און קעלבער...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:28 pm
דורך הדד בן בדד
מילא אין די קאנעקשאנס שרייבן זיי עס נאך פאר היימישע אידן (לכאורה...) אבער אין המודיע? ס'איז דאך סתם ליצנות, מען וואוינט שוין כמעט אין די נאז אריין. א מייל? אריבער דעם 45 וואוינט מען שוין כמעט ביי סקווירא, און עס איז נישט דא בדרך הטבע א וועג פאר זיי עס אפצושטעלן חוץ אפקויפן יעדעס איינציגע הויז. אויב זענען זיי גרייט צו ספענדן הונדערטער מיליאנען פאר דעם קען זיי עס געלונגען. אבער אויב איז דאס דער מהלך מיין איך עס וועט זיי קאסטן ביליגער אריבערצומופן דעם גאנצן וויזויהייסטעס ערגעץ ווי אין נעוואדע אדער מאנטענע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 3:00 pm
דורך געוואלדיג
ער האט אנגעיאגט צו שרייבן א התנצלות נאך פאר מען האט מעניש געווען מיט שריפה
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 7:00 pm
דורך גר ותושב
שמעתי אז סקווער קויפט אפ אלע דירות וואס די גוים פארקויפן און רענטן עס ארויס פאר גוים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 7:53 pm
דורך כפתור
די גאנצע מעשה אז די רבי האט געבויעט דעם שטעטל ווייל ער האט נישט געוואלט מ'זאל וואוינען צוזאמען מיט אנדערע אידן, איז אויסגעטראכט און פריש געבאקן געווארן די לעצטע פאר יאר. ס'נישט קיין ספק ביי מיר אז די טעם איז בלויז פינאנציעל, ס'האט גארנישט מיט די אלטע רבי. זיי האבן זיך פלוצלינג דערזען מיט צו ווייניג לאנד זיך צו אויסברייטן. זיי גייען נישט טראכטן צוויי מאל זיך צו אויסברייטערן מחוץ לגבולם, און אריינגיין און די "מייל" (DMZ), און נאך האבן טענות אז דער עולם זאך גיין נאך ווייטער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 9:37 am
דורך חכם עתיק
געוואלדיג האט געשריבן:ער האט אנגעיאגט צו שרייבן א התנצלות נאך פאר מען האט מעניש געווען מיט שריפה
געוואלדיג אז די ברענגסט שוין דאס..
וואס איז מיטן שטיקל ווי ער באשמוצט אזוי עירמאנט, אויף דעם האט ער נישט צוריקגעצויגן.
וויאזוי שרייבט ער: עירמאנט איז געווען א שטאט פון הפקר יונגען, א פלאץ ווי א היימישע יוד האט זיך גישעמט צו וואוינען וכו'ו וכו'. ב"ה היינט זעהט מען שוין חניוקעס..
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 12:57 pm
דורך געוואלדיג
זאל ער מורא האבן פון תושבי עירמאנט אזוי ווי ער האט מורא פון סקווירא וואלט ער דאס אויך צוריק געצויגן.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:14 pm
דורך ליפא
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 1:49 pm
דורך איסר האטלקי
מיין לייק איז געווען פארן ברענגער, און אויך פארן שרייבער. געשריבן מיט שכל.
לענ"ד וואלט איך געטוישט דעם סיגנון אביסל און ארויסגענומען די השערה וואס איז געשריבן פון אנהויב אז מען זאל נישט זען זייער חזעריי. אויב שרייבט מען מיט שכל און מענטשליכקייט זאל דאס שוין זיין אינגאנצן, אז אפילו די סקווירא זאלן כאפן און וויסן אז זיי זענען גערעכט. יענע שורה פעלט נישט אויס, דאס מאכט אז א סקווירער זאל זיך אננעמען פאר כבוד בית רבו.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 2:20 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: די גרעסטע דזשאוק איז די ווערטער וואס די ק"ק סקווירא חזר'ן איבער עטליכע מאל.אז..."דרכינו אך ורק בדרכי נועם, כידוע"...מ'רעדט דאך שוין נישט פון די ראטנבערג-שפיצער פרשה. נאר איך ווייס פערזנעליך פון עטליכע קעיסעס וואו מ'האט טעראריזירט יונגעלייט וועלכע זענען מסיבה זו או אחרת נישט געגאנגען אין שפאן. און האבן געטון זאכן נגד רצון קדשו פונ'ם העיליגן רעבי'ן. און זיינע כלבים האבן יענעם און זיין משפחה גערודפ'ט עד חרמה. ועד בכלל...!
און ווען מ'איז געקומען פארציילן פאר כ"ק הוד קודשו, האט ער אייביג געזאגט בזה הלשון..."איך וועיס נישט. ביי אונז אין שטעיטל"...!