בלאט 4 פון 7
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:32 pm
דורך פלעין יודיש
יתרו האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין וואס דער בערקאוויטש זאגט ווייל איך פארשטיי נישטץ. עפעס רעדט ער וועגן יצר טוב און יצר הרע אבער איך כאפ נישט זיין פוינט.
געב א קיק די צווייטער קליפ וואס כ'האב געפוסט צום לעצט אפשר וועסטו בעסער פארשטיין
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:40 pm
דורך שמן זית
איך אויך האט געשריבן:און דער הארני ראבינאוויטש אנשטאט זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער ענטפערט ער צוריק ווי כיתה א בעבי.
לויט ווי עס קוקט מיר אויס, איז דער איד אדיקטעט צו אביסל אטענשאן, און ער שטייט און ער ווארט איינער זאל אים עפעס אריינפרעגן אדער אראפרייסן, עס קוקט אויס אויף זיין וועג פון צוריק ענטפערן, אז ער זאגט, "שכח, אויף דעם האב איך געווארט" און דעס גיבט אים דעם שטופ אויף ווייטער.
ער האלט מן הסתם אז אזוי איז ער מער משכנע דעם עולם על דרך שאלה ותשובה....עס גייט מער אריין אין קאפ... אפילו עס איז פיל מיט ליצנות אויף זיין חשבון.
הער אויס, מ'קען נישט פארלאנגען.. אז אונז האבן מיר שוין יא אזא איד, וואס "פארשטייט" די פראבלעמען פונעם דור, איז פאר אזא קלייניגקייט וואו ליב האבן איבריגע אויפמערקזאמקייט, זאל איך אים אראפרייסן?....
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:26 am
דורך שמעון וואלף
עפעס זעה איך לעצטענס צעטלעך אין בית מדרש אז איינער מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט איז עובר אויף 26 לאוין, און איינער גרייט זיך ארויסצוגעבן א ספר אויף דעם.
קומט דאס פון ראבינאוויטש?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:06 am
דורך שמעקעדיג
גייט מען אויך מסביר זיין אין דעם קונטרס פארוואס אסאך ערליכע אידן מיט א פשוט'ן פליפ פלאפ אן קיין טעקסט מוטשען זיך מיט קינדער וועלכע גייען ארויס לתרבות רעה, און ווידער אסאך חברה מיט אומגעפילטערטע סמארטפאונס זענען זוכה צו בנים צדיקים שכמותם ירבו?
מיר זענען נישט אין הימל. סטאפ צו האקן א טשייניק.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:10 am
דורך שמעון וואלף
די תירוץ אויף דעם איז אז די וואס האבן סמארט פאונס און דאך האבן זיי גוטע קינדער, מוז זיין אז זיי האבן עקסטרע זכותים אזויווי תהלים כולל וכדומה
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:19 am
דורך ציבעלע-קיגל
פון דאס זעהט מען פארוואס רע-בנים דארפען נישט גיין ארבעטן און נארמאלע מענטשען מוטשען זיך פאר פרנסה
ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 7:12 pm
דורך חאצקעל שניידער
פארוואס באריכטעט קיינער נישט וועגן חלק ב׳ פון ראבינאוויטש׳עס קונטרס,
געטוישט אביסל די נאמען, באמבאסטישע חידושים וואו אז אין צען יאר ארום וועט מען נישט מאכן קיין אידישע מענטשעלעך אין טשיינע,
וואו אויך שפאגל נייע הלכות למשל ממאכט א שמחה וואו סקומען מענטשן וואס פארמאגן א סמארטפון זאל מען לייגען מבושל וויין מחשש יין נסך ,און א קידושין וואו די עדות האבן סמארטפאונס דארף מען איבער מאכן מיט א ברכה ולמי שלבו נוקפו אהן א ברכה,
פארענטפערט אלע קשיות וואס מהאט עם געפרעגט אין די בתי מדרשים ועוד ועוד…
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:37 pm
דורך חאצקעל שניידער
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:45 am
דורך שושן פורים
ווי קען מען באקומען די קונטרסים?
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:00 am
דורך חאצקעל שניידער
כהאב עס געזען אנהייב וואך אין די פלעין באבוב מלפנים באבוב 48בית מדרש מער האב איך עס נישט געזען נישט דארט און נישט אין די אנדערע בתי מדרשים וואו כדריי זיך כווייס נישט וואס איז געשען
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:40 pm
דורך יענער פויגעל
שושן פורים האט געשריבן:ווי קען מען באקומען די קונטרסים?
סאיז געווען פארטיילט אין די בתי מדרשים ווי ער האט געהאלטען זיינע דרשות
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 3:56 pm
דורך lazar
איך האב געהאט די זכי' צו באקומען א חתונה בריוול פונעם הייליגן ראבינאוויטשער רבי שליט"א, ממשכנות הרועים ק"י.
ווייס איך נישט צו ער שיקט פאר יעדן וואס איז געליסטעד אינעם טעלעפאן בוך, אדער פאר נאר ווער ס'האט נישט קיין סמארט פאן.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 4:49 pm
דורך Milk shake
זיינע שטיצער באקומען אויך..
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ענדעריש קוקען אויף טויזענט סמארט - פאונס ווי איידער עסען איין קערעל אריזאנא ווייץ!
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 11:41 am
דורך יחיאל יעקבזון
קיין געזעצטע אינטעליגענטע מענש קימערט זיך נישט מער מיט דעם נארישן אויסגעדראשענע טעמע. יעדע נארמאלע מענש ווייסט וואס ער האט צו טוהן. ער אפילט נאר צו די נארישע עלעמענטן וואס גלייבן זיינע פוסטע מעשיות ודברי הבל. אין די עכטע וועלט כאפט מען אהן אזא איינעם ביים קראגן (אין בעסטן פאל) און מ׳טראגט אים ארויס. ליידער זענען אונזערע בתי מדרשות אן עיר מקלט פאר כל צרוע וכל זב און א פאוסטער וואנט וואו יעדע קען דארט זאגן כאות נפשו אדער קלעבן מודעות ווילאנג ס׳קלערט נישט אויף דעם עולם אויף וויכטיגע זאכן ווצבש״פ עדיוקעישאן, פרנסה בהיתר און, בעיקר, לעבן מיט א חשבון. א וואונדער אז דער עם חכם ונבון איז נעבעך אזוי פארנארט געווארן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:11 pm
דורך יענער פויגעל
lazar האט געשריבן:איך האב געהאט די זכי' צו באקומען א חתונה בריוול פונעם הייליגן ראבינאוויטשער רבי שליט"א, ממשכנות הרועים ק"י.
ווייס איך נישט צו ער שיקט פאר יעדן וואס איז געליסטעד אינעם טעלעפאן בוך, אדער פאר נאר ווער ס'האט נישט קיין סמארט פאן.
האמיר אויך באקומען אן איינלאדענונג אין איך האב יא א סמארטפאון
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:12 pm
דורך יענער פויגעל
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:קיין געזעצטע אינטעליגענטע מענש קימערט זיך נישט מער מיט דעם נארישן אויסגעדראשענע טעמע. יעדע נארמאלע מענש ווייסט וואס ער האט צו טוהן. ער אפילט נאר צו די נארישע עלעמענטן וואס גלייבן זיינע פוסטע מעשיות ודברי הבל. אין די עכטע וועלט כאפט מען אהן אזא איינעם ביים קראגן (אין בעסטן פאל) און מ׳טראגט אים ארויס. ליידער זענען אונזערע בתי מדרשות אן עיר מקלט פאר כל צרוע וכל זב און א פאוסטער וואנט וואו יעדע קען דארט זאגן כאות נפשו אדער קלעבן מודעות ווילאנג ס׳קלערט נישט אויף דעם עולם אויף וויכטיגע זאכן ווצבש״פ עדיוקעישאן, פרנסה בהיתר און, בעיקר, לעבן מיט א חשבון. א וואונדער אז דער עם חכם ונבון איז נעבעך אזוי פארנארט געווארן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
האמיר אמאל מיטגעהאלטען ווי מפירט אין ארויס פון א בית המדרש
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 1:58 pm
דורך יעלה ויבא
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער גרעפיקער?
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 2:36 pm
דורך petergrifin
דער סלאגען "פרנסה דארפסטו יא..?! “ דערמאנט מיך פון די ריזיגע אלטע לוח אין שול, " טריפה ניט שעטנז יא?! ".
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 2:55 pm
דורך קאצקע ציקער
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:קיין געזעצטע אינטעליגענטע מענש קימערט זיך נישט מער מיט דעם נארישן אויסגעדראשענע טעמע. יעדע נארמאלע מענש ווייסט וואס ער האט צו טוהן. ער אפילט נאר צו די נארישע עלעמענטן וואס גלייבן זיינע פוסטע מעשיות ודברי הבל. אין די עכטע וועלט כאפט מען אהן אזא איינעם ביים קראגן (אין בעסטן פאל) און מ׳טראגט אים ארויס. ליידער זענען אונזערע בתי מדרשות אן עיר מקלט פאר כל צרוע וכל זב און א פאוסטער וואנט וואו יעדע קען דארט זאגן כאות נפשו אדער קלעבן מודעות ווילאנג ס׳קלערט נישט אויף דעם עולם אויף וויכטיגע זאכן ווצבש״פ עדיוקעישאן, פרנסה בהיתר און, בעיקר, לעבן מיט א חשבון. א וואונדער אז דער עם חכם ונבון איז נעבעך אזוי פארנארט געווארן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
יא , יעדער האלט אזוי?? איז נישט די מציאות אז די אינטערנעט נעמט אוועק אביסל די געפיל פאר יודישקייט?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:09 pm
דורך הרב_שלום
פאריגע וואך זעה איך ווי א איד נישט קיין נגיד אבער האט שיין פרנסה נעמט ארויס פינף הונדרעט דאלער און דערלאנגט עס פאר ראבינאוויטש און זאגט אז ער וויל א חלק אין ראטעווען אידען פון סמארט פאון'ס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:35 am
דורך [NAMELESS]
1