אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
״סייענס״
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
יא, אבער דאס אז א מחבר ספר האט זיך טועה געווען, נעמט נאך נישט אוועק וואס חז"ל און דער תנדב"א זאגן.חתן בחור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:07 pm
דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.
דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.
אויסער אויב דו האלסט אז זיי האבן זיך אויך אזוי טועה געווען.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
דאס איז נישט עכט געוועהן מיין סיבה פאר׳ן עס שרייבן, ס׳האט מיך פשוט דערמאנט דערפון. אבער יעצט אז די דערמאנסט שוין, איך זעה נישט אז דער תנדב"א זאל זיין מאסגעבענד, ס׳איז נישט קיין הלכות, איך מוז עס נישט אננעמען. ווייטער וואס חז״ל זאגן איז דאך שוין באקאנט וואס די רמב״ם שרייבט איבער ידיעות חז״ל, זיי האבן זיך באצויגן צו וויסנשאפט וואס איז געוועהן אנגענומען אין זיייערע צייטן.
און ווי ס׳איז שוין געווארן גוט דורכגעשמועסט אין דעם אשכול.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף
וואס חז"ל זאגן טוישט זיך נישט,חתן בחור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:07 pm
דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.
דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.
ווילאנג ס'האט זיך נישט געטוישט די מציאות, טוישט זיך נישט זייערע מאמרים ופסקים, נישט קיין חילוק אין וועלכע דור מ'שטייט, און נישט קיין חילוק ווער ס'זאגט אנדערש.
טוישן די מציאות מיינט נישט אז מ'איז געוואר געווארן (אדער זיך איינגערעדט אז מ'איז געוואר געווארן) אנדערש ווי אין יענע צייטן, נאר די מציאות האט זיך טאקע געטוישט, למשל מיט נייע סארט כלים און אנדערע מדינות און אנדערע מענטשן.
ולאליבא דאמת, אין חז"ל איז אסאך מאל דא גזירות ושבות (שמא יעברנו וכו'), וואס זייער אסאך זאכן אפי' מ'האט שוין שפעטער נישט געדארפט מורא האבן פאר די גזירה, האט זיך די הלכה נישט געטוישט און מיר נעמען עס נאך אן אזוי עד היום הזה. (נישט אלעס איז אזוי, אבער זייער אסאך מאל איז עס אזוי, און אסאך מאל האבן אפי' חז"ל אליינס נישט צוריקגעצויגן דערפון אפי' ס'איז אוועק די גזירה נאך אין זייערע צייטן)
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין מציאות'ער אין סייענס וכדומה צו וואס חז"ל האבן געזאגט האבן זיי געזאגט סתם וויאזוי ס'איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן, און שפעטער איז מען געוואר געווארן נאך זאכן, (וואס אין אמתן זעט מען דאס שוין אין גמרא איבער די מהלך שנת וחודש הלבנה והחמה, וואס ס'איז געווען א מחלוקת פון שמואל מיט? (געדענק שוין נישט אויסענווייניג יעצט), און איינע פון דעי האבן געלעבט מיט איך מיין עטליכע הונדערט יאר פריער ווי די צווייטע, ממילא האט די צווייטער געזאגט מער פונקטליכער די חלקים וחלקי חלקים וויפיל טעג ס'איז א חודש און א יאר, און איך מיין מ'נעמט טאקע אן ווי די צווייטער, הגם אויב איינער גייט היינט זאגן אנדערש ווייל מ'גייט מיט די היינטיגע כלים געוואר ווערן אנדערש, גייט עס קיינער נישט אננעמען אין די אידישע וועלט)
איך וויל נאר אריינגיין אין די מציאות'ער לגבי די הלכה, וואס אויב חז"ל האבן געפסקנט עפעס געבעיסט אויף די מציאות, אפי' מ'האט שפעטער געזעהן אז ס'איז נישט ממש אזוי ווי זיי זאגן, טוישט זיך אבער נישט די הלכה, און נאכדערצו ווען חז"ל זאגט נישט פונקטליך ארויס די סיבה בפרטית פארוואס זיי האבן געזאגט אזוי, נאר שפעטער האט מען אליינס געטראכט די סיבה לויט די דעמאלטס'דיגע מציאות'ן, און נאך שפעטער איז מען געוואר געווארן אז ס'איז נישט אזוי, אדער גייט איינער אליינס טראכטן וואס די סיבה פון חז"ל איז געווען לויט די ידיעות אין מציאות וואס מ'האט דעמאלט'ס געהאט, און לויט דעם וויל ער זאגן אז היינט קען מען זיך פירן אנדערש לקולא או לחומרא, נעמט מען נישט אן וואס ער זאגט (ואולי נחשב לכפירה בדברי חז"ל), און דאס איז אויך לגבי סוחטי שוחטי ילדים.