בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 12:22 pm
דורך געפילטע פיש
נפתלי האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איך זאג אז עס איז חסר ט' ביי די לעצטע

נישט אין אידיש

קאנטראלירט איז א לשון עבר און הווה, ס'איז געווען אדער איז עס יעצט קאנטראלירט, "קאנטראליר" זאג איך דיר יעצט גיי קאנטראליר עס. כן נראה לי

מ'קען דאס זאגן מיט א ט' אויך, אזוי ווי "זוכט עס אויף", "מאכט אייף היימיש", ווען מ'רעדט בדרך כבוד\רבים, צו א אייך\איר. אבער דאס יא, אדער אלע מיט א ט' אדער אלע אן.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 12:33 pm
דורך נפתלי
גערעכט מיט ביידע פונקטן

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 2:26 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 3:11 pm
דורך cookies
בילד

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:45 pm
דורך משה רוקח
Missing the period after all other sentences.
Extra 'dalet' on first line.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 9:54 am
דורך לעמיל
ווען מ'גייט צו באנוצער ליסטע קען מען נישט זוכען א באנוצער מיט אלף בית נאר מיט abc

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:48 am
דורך אברעמעל
רעדסט פון סארטן.
(sort)

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 5:40 pm
דורך אלבערט
געפילטע פיש האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איך זאג אז עס איז חסר ט' ביי די לעצטע

נישט אין אידיש

קאנטראלירט איז א לשון עבר און הווה, ס'איז געווען אדער איז עס יעצט קאנטראלירט, "קאנטראליר" זאג איך דיר יעצט גיי קאנטראליר עס. כן נראה לי

מ'קען דאס זאגן מיט א ט' אויך, אזוי ווי "זוכט עס אויף", "מאכט אייף היימיש", ווען מ'רעדט בדרך כבוד\רבים, צו א אייך\איר. אבער דאס יא, אדער אלע מיט א ט' אדער אלע אן.

דא איז אבער נישט דאס דער ציל. ווען מען וויל אנצייכענען אז אין דעם קנעפל קען מען קאנטראלירן ברויך מען שרייבן "קאנטראליר".

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 5:44 pm
דורך אלבערט
פארוואס דערנאך וואס א תגובה איז געשיקט געווארן שטייט "די תגובה איז סוקסעספול געשיקט געווארן" מען קען דאך שרייבן "די תגובה איז ערפאלגרייך געשיקט געווארן"?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:57 pm
דורך נפתלי
מחק קובץ

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 12:16 pm
דורך נפתלי
האם אתה בטוח שאתה רוצה למחוק את הודעה זו?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:15 am
דורך נפתלי
ווען מ'שרייבט א תגובה שטייט אויבן "באשאף הודעה"
ווי ווייט איך ווייס קען נאר דער אייבישטער (און דער מהר"ל מ'פראג) באשאפן,
אין מיינע אויגן איז "באשאף" נישט דער ריכטיגער אויסדריק

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:19 am
דורך שמואל הלוי
איך האב שוין מעורר געווען דערוועגן א צייט צוריק אין א אנדערע אשכול
viewtopic.php?p=3216#p3216

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:19 pm
דורך שמואל הלוי
עס עפעס שרייבט אין א אנדערע אשכול
עס עפעס האט געשריבן:כהאב דעם קאווער קלאר, אבער ווען כוויל עס לייגן קומט ארויף דער מעסעדזש:
\
סליחה אך מכסת הקבצים המצורפים של המערכת התמלאה.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:32 pm
דורך שמואל הלוי
לפחות הודעה אחת נשלחה בנושא זה. תוכל לסקור את ההודעה בתמציתיות.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:36 am
דורך געפילטע פיש
נפתלי האט געשריבן:ווען מ'שרייבט א תגובה שטייט אויבן "באשאף הודעה"
ווי ווייט איך ווייס קען נאר דער אייבישטער (און דער מהר"ל מ'פראג) באשאפן,
אין מיינע אויגן איז "באשאף" נישט דער ריכטיגער אויסדריק

ס'באדערט דיר אויך ווען די "באשאפסט" א נייע קאנטע אדער אי-מייל אדרעס ווען דו דארפסט דרוקען אויף "Create new account"? אדער נאר דא ווייל ס'איז אין יודיש באדערט דיר עס?
באשאף = Create

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:44 am

אזעלכע איבערטייטשונגען איז גוט פאר גוגל טרענסלעיט
Create קען טאקע טייטשן באשאף אבער שרייבן א הודעה ווערט נישט אנגערופן "באשאפן" אין דער אידישער שפראך
(אפשר אין יידיש יא)

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 2:11 pm
דורך געפילטע פיש
סא ווי אזוי וואלסטו געטייטשט Create new post אויף אידיש? אויף עיברית זאגט מען אויך "צור הודעה חדשה", וועסט אויך שרייען אז נאר דער באשעפער איז א יוצר בראשית?

וואלסט ענדערש געזאגט "מאך א נייע הודעה"? איך מיין אז ס'סאונד מער מאדנע ווי באשאף.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 3:46 pm
דורך נפתלי
געפילטע פיש האט געשריבן:סא ווי אזוי וואלסטו געטייטשט Create new post אויף אידיש? אויף עיברית זאגט מען אויך "צור הודעה חדשה", וועסט אויך שרייען אז נאר דער באשעפער איז א יוצר בראשית?

וואלסט ענדערש געזאגט "מאך א נייע הודעה"? איך מיין אז ס'סאונד מער מאדנע ווי באשאף.

אקעי דו נעמסט מיינע ווערטער צו ערנסט

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דאס ווארט "באשאפן" קענסט דאס ניצן געזונטערהייט
איך (און שמואל הלוי) האלט פשוט אז "באשאף" איז נישט די ריכטיגע אויסדריק ווען מ'רעדט פון שרייבן א תגובה

אויב האסטו פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז (איך האב געשריגן אז) "באשאף" איז א פראבלעם ווייל דער אייבישטער איז דער יוצר בראשית זאלסטו ביטע ליינען מיין תגובה מיט אנדערע ברילן

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:סא ווי אזוי וואלסטו געטייטשט Create new post אויף אידיש?

אפשר "ערצייג א פרישע תגובה" ?

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:16 pm
דורך זר זהב
איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

זאגסטו יעדעס מאל די ראנג ווארט! אבער ס'איז גארנישט רראנג דערמיט....

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:12 pm
דורך געפילטע פיש
נפתלי האט געשריבן:אקעי דו נעמסט מיינע ווערטער צו ערנסטן

זאל איך טוהן, איך בין אן ערענסטע מענטש בטבע...